תגובהדורך כתמר יפרח » מיטוואך אפריל 29, 2020 8:20 pm
1. מיין קאפ איז רויט אבער ווען די קראצט מיך ווער איך שווארץ, וואס בין איך?
2. א אינגל האט געשטויסן א באלי צען פיס אוועק, וויאזוי קען זיין אז די באלי איז אליין צוריקגעפלויגן צו די אינגל אן אריינהאקן אין עפעס?
3. זעמל'ס מאמע האט 5 קינדער מיטן נאמען עלעף, צוועלעף, דרייצן, פערצן, וויאזוי הייסט די פיפטע קינד?
4. מענטשן קויפן מיר פאר עסן אבער עסן מיר קיינמאל נישט, וואס בין איך?
5. מען האט גע'משפט א מענטש צו טויט, ער קען זיך אויסוועלן אדער אין א צימער וואס איז פיל מיט וואסער, אדער א צימער וואס ברענט א ריזן פייער, אדער א צימער מיט לייבן וואס האבן שוין נישט געגעסן פאר דריי יאר, וואס איז די בעסטע אויסוואל פאר אים?
6. וואס איז שווערער צו כאפן ווי שנעלער איך לויף?
7. וואס דארף מען ענפערען, אבער פרעגט קיינמאל קיין קשיות?
8. ווען די זוכסט עפעס פארוואס טרעפסטו אלעמאל פינקט ביי די לעצטע פלאץ ווי די זיכסט?
9. וואס איז העכער אן א קאפ אין ווערט נידעריגער מיט א קאפ אין די קענסט עס טרעפן אין דיין צימער?
10. וועלעכע אויסטרעף לאזט א מענטש דורך קוקן א וואנט?
11. ווי סאך זאמט איז דא אין א לאך וואס איז 3 פיס ברייט אין 6 פיס טיף?
12. וואס האט שטעט אן קיין הייזער, וועלדער אן קיין ביימער, ים'ם אן קיין וואסער?
13. צוויי טאטעס אין צוויי זוהן זענען געגאנגן קויפן א סענוועטש, יעדער האט געקויפט איין אין עס דערנאך אויפגעגעסן, וויאזוי קען זיין אז נאר דריי סענוועטשס זענען געווארן אויפגעגעסן?
14. קענסטו טרעפן די די טעות? 1,2,3,4,5,6,7,8,9
15. ווען קיינער רעהט בין איך דא, ווי נאר די רופסט מיין נאמען ווער איך נעלם, וואס בין איך?
16. שייל מיין הויט אין איך וויין נישט, אבער די וויינסט יא, וואס בין איך?
17. איך האב הענט אבער נישט קיין פיס, איך קען זעהן אבער האב נישט קיין אויגן, איך קען מיך בייגן אין נישט אויפהייבן, וואס בין איך?
18. איך קען נישט גיין רעכטס אדער לינקס, אין בין פארכאפט אין הויכע בילדינגס, וואס בין איך?
19. וועלעכע רום האט נישט קיין טיר אדער פענסטערס?
20. וואס לויפט ארום א הויז, אבער רוקט זיך נישט?
21. עס איז דא זעקס עפלעך, די נעמסט אוועק פיר, וויפיל האסטו?
22. וואס באלאנגט צו דיר אין אנדערע נוצן עס מער ווי דיר?
23 וואס האבן רוב מענטשן ליב צו געבן אין נישט צו נעמען אבער יעדער דארף עס האבן?
24. וויאזוי קען זיין, איך בין אונטער מיין טאטע, אין מיין טאטע איז אונטער מיך?
25. א פענסטער קלינער האט געהאלטן אינמיטן קלינען די פענסטערס פין די 45'סטע שטאק, ווען פלוצלינג האט ער זיך געגעבן א גליטש אויס אין א טראסק אראפ, ער איז נישט געווען צוגעבינדן אדער געהאט א פערעשאט אבער ער האט זיך נישט צוקלאפט, וויאזוי קען דאס זיין?
לעצט פאראכטן דורך
כתמר יפרח אום מיטוואך אפריל 29, 2020 8:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.