וויאזוי גייט די קאראנאוויירוס אויסברוך טוישן די וועלט?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

וויאזוי גייט די קאראנאוויירוס אויסברוך טוישן די וועלט?

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג מארטש 15, 2020 12:46 am

מען גייט אי"ה בקרוב רעדן פון די קאראנאוויירוס אלס "היסטאריע". לאמיר האפן עס וועט זיין ווי שנעלער, און עס זאל נישט שאטן פאר קיין שום איד.

איינמאל די וויירוס איז אריבער, איז ווייט פון א שפעקולאציע צו טראכטן אז עס גייט טוישן די וועלט אויף א שטארקע פארנעם. א טויש אין וויאזוי מענטשן באגייען זיך, א טויש אין די וועג וואס מען מאכט ביזנעס אא"וו. עס איז זיכער אז פארשידענע טוישונגען גייען זיין צייטווייליג, אבער מען דארף נישט זיין קיין נביא פאראויסצוזאגן אז געוויסע זאכן וועלן זיך טוישן פערמאנענט, אזוי ווי נאך יעדע וועלס געשעעניש.

א ביישפיל. אז די אלע בתי מדרשים האבן אוועקגענומען די האנטוכער, גייען זיי צוריקקומען נאך די וויירוס איז אריבער, אדער גייען מענטשן פארלאנגען צו בלייבן מיט פאפיר בכלל וואס איז זיכער בעסער אפילו עס איז נישטא קיין שווערע אויסברוך ווי מיט די קאראנא.

וויאזוי גייט די אויסברוך אפעקטירן דאס ערצייגן זאכן אין כינע. די גאנצע "האנדל קריג" האט שוין אסאך געטוישט וויאזוי קאמפאניס קוקן אן די געדאנק פון "זיין אנגעוויזן" אויף איין ארט פאר פראדוקציע, און אצינד האבן די גרויסע קאמפאניס שוין געעפענט פראדוקציע מעגליכקייטן אין אנדערע לענדער. איז וויאזוי וועט די אויסברוך דאס אפעקטירן? קען מען שפעקולירן אז עס וועט נאך מער ברענגען קאמפאניס צו טאן אזוי?

וואס טוט זיך מיט ערצייגן לעבנסוויכטיגע זאכן אין א לאנד ווי כינע. דא איז געווען אין די נייעס אז כינע האט מרמז געווען אז זיי וועלן טשעפען דאס ערצייגן וויכטיגע מעדיצינישע זאכן וויבאלד די פאראייניגטע שטאטן רופט די וויירוס אז עס קומט פון דארטן, קען מען איינשטעלן אז מען זאל אויף אזא לאנד זיין אנגעוויזן פאר מעדיצין?

שוין לאנגע יארן ווארענען געוויסע מענטשן אז אזא אויסברוך וואס מען זעהט יעצט קען קומען. און אז פארשידנס דארף אונטערגענומען ווערן דאס צו פארמיידן, און זאכן דארפן אנגעגרייט ווערן זיך צו קענען ספראווען מיט אזא אויסברוך, גייען רעגירונגען אצינד נעמען די רעקאמענדירטע שריט?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » זונטאג מארטש 15, 2020 1:04 am

צום אלעם ערשט ברויך טשיינע אפשליסן די לייוו ענימעל מארקעטס.
סיי די סאַרס עפידעמיע און סיי די יעצטיגע האבן זיך דארט אנגעפאנגען.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2830
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג מארטש 15, 2020 1:05 am

די קאראנע וויירוס גייט שטארק העלפן טראמפ אין זיין מלחמה מיט די גאנצע וועלט, כינע, אייראפע, מעקסיקא, וכו'. סיי לגבי טרעיד און סיי לגבי בעסערע גרעניצן.

די וויירוס פאר זיך גייט גארנישט טוישן, חוץ אז מענטשן גייען פאר די נעקסטע האלבע יאר האבן מער פיורעל און אשר יצר פאפיר אין שטוב.

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » זונטאג מארטש 15, 2020 1:20 am

זיי זאגן אז די לעצטע אזא אויסברוך איז געווען איבער הונדערט יאר צוריק, די שפאנישע פלו, איז דא אן ערנסטע סיבה צו טראכטן אז עס גייט געשען אפטער ח''ו?

גלות איד
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

תגובהדורך גלות איד » זונטאג מארטש 15, 2020 1:54 am

מיר וועלן אסאך טוישן אונזערע לעבנס שטייגער

1 מיר וועלן זיך צוגעוויינען צו מאכן שיינע באשיידענע שמחות, א חתונה מיט 100 מענטשן, און א בר מצוה מיט 15
2 ווער וועט נאך וועלן צוריק עפענען די קעמפס און קאנטריס נאכדעם וואס מ'זעהט אז מ'קען בלייבן אין שטאט אין קיינער בייסט נישט?
3 מיר וועלן זיך צוגעוויינען אז קינדער זענען אינטער די אחריות פון די עלטערן דורכאויס אלע שעות אין טאג, און נישט די קהילות און די מוסדות
4 מ'מוז נישט האבן אלעס, מ'קויפט וואס איז דא און געגאנגען ווייטער
5 מ'קויפט נייע קליידער ווען מ'דארף און נישט ווען ס'איז די סיזען

הרב_שלום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7483
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » זונטאג מארטש 15, 2020 2:09 am

ביי די שוויין פלו איז געווען איבער 150,000 טויטע און עס האט זיך גארנישט געטוישט
די טייערסטע אלקאל היי יאהר פורים
https://amzn.to/3335EHC

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

תגובהדורך ביללער » זונטאג מארטש 15, 2020 3:14 am

האנטוכער גיט נישט ווערן אויס, ווייל האנטוכער אין מקואות וועט דאך זיכער בלייבן, סאו ביי חסידישע אידן איז אנדערש. אין די אנדערע וועלט, איז נישטא קיין מלוה מלכה'ס און שלש סעודות געטינקעכץ אויך נישט אויף די פארנעם, און דו גייסט עס נישט טוישן.

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1704
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג מארטש 15, 2020 8:35 am

הרב_שלום האט געשריבן:ביי די שוויין פלו איז געווען איבער 150,000 טויטע און עס האט זיך גארנישט געטוישט


טוישן די וועלט קומט דורכן טוישן די לעבנס פון די וואס בלייבן לעבן בשעת די אויסברוך גייט אן, און נישט קיין סאך געוואנדן אין וויפיל פארלאזן די וועלט צוליב דעם. מען דארף צוריקגיין א לאנגע צייט אנצוקומען צו עפעס וואס האט אזויפיל אויסגעמאכט אויפן טאג-טעגליכן לעבן איבער די וועלט ווי covid-19, כאטש דערווייל זענען נישט דא אזויפיל טויטע - זאל דער באשעפער האלטן די רעכטע האנט.
לעצט פאראכטן דורך Yang2020 אום זונטאג מארטש 15, 2020 9:53 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1704
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג מארטש 15, 2020 8:42 am

ביללער האט געשריבן:האנטוכער גיט נישט ווערן אויס, ווייל האנטוכער אין מקואות וועט דאך זיכער בלייבן


1. אין טייל מקומות, אויך ביי חסיד'ישע אידן, ברענגט זיך יעדער מיט די אייגענע האנטוך אין מקוה. איך ווייס נישט פון קיין עכטע סיבה פארוואס עס זאל נישט ווערן איינגעפירט דא.

2. מקוה האנטוכער ווערן נישט איבערגענוצט פון א צווייטן (האפנטליך?), נאר ווערן אויסגעוואשן אינצווישן. דאס איז אנדערש פון נט"י האנטוכער, וואס ווישן אפ הונדערטער אדער טויזנטער פאר הענט בעפאר זיי ווערן אויסגעוואשן.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1917
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » זונטאג מארטש 15, 2020 9:09 am

מיינס א באקאנטער ארבייט אין א ליטווישע-געשטימטע חדר, וואו טייל עולם איז נוטה לצד ישיב'יש, טייל צו צד מאדערן. די חדר האט זיך פארמאכט, און מען רעכט זיך אויף בלייבן פארמאכט אויף עטליכע חדשים. לימודים גייען אבער אהן גיין, דורך virtual learning.
דאס מיינט אז א גרויסע פראצענט (חאטש זיי זענען א מיעוט) פון די משפחות, וואס האבן דערווייל נישט קיין אינטערנעט אין די היים, אדער האבן יא, אבער גיבן נישט זייערע קינדער קיין שום צוטריט דערצו, גייען זיך מוזן צושטעלן לכאורה (עכ"פ אזוי זאגט ער מיר אז עס זעהט אויס לעת עתה. זיי זוכן אנדערע עצות).

וואס די תוצאות פון דעם וועלן זיין, ווער ווייסט, אבער א שינוי איז עס זיכער.

אוועטאר
זעקס און ניינציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 4:22 pm

תגובהדורך זעקס און ניינציגער » זונטאג מארטש 15, 2020 9:10 am

גלות איד האט געשריבן:מיר וועלן אסאך טוישן אונזערע לעבנס שטייגער

1 מיר וועלן זיך צוגעוויינען צו מאכן שיינע באשיידענע שמחות, א חתונה מיט 100 מענטשן, און א בר מצוה מיט 15
2 ווער וועט נאך וועלן צוריק עפענען די קעמפס און קאנטריס נאכדעם וואס מ'זעהט אז מ'קען בלייבן אין שטאט אין קיינער בייסט נישט?
3 מיר וועלן זיך צוגעוויינען אז קינדער זענען אינטער די אחריות פון די עלטערן דורכאויס אלע שעות אין טאג, און נישט די קהילות און די מוסדות
4 מ'מוז נישט האבן אלעס, מ'קויפט וואס איז דא און געגאנגען ווייטער
5 מ'קויפט נייע קליידער ווען מ'דארף און נישט ווען ס'איז די סיזען

הלואי. אויב אזוי איך כאטש עפעס גוטס ארויסגעקומען פון די גאנצע מעשה
טעיק איט איזי

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1917
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » זונטאג מארטש 15, 2020 9:18 am

מיר אינגעלייט וועלן אפשר אהן הייבן צו פיהרן אייגענע סדרים.
(געוועהנליך נאך וואס מען ווערט נתעלה צו 'ראש הסדר' איז מען נישט יורד מגדולתו.)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22890
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מארטש 15, 2020 9:19 am

1) אלקאהאל בעיסד סעניטייזערס וועלן זיין אלל אווער אין יעדע פאבליק פלאץ.

2) דער טיפיקל גוי וואס האט ביז היינט האט ער קוים זיך געוואשן די הענט עטליכע מאל א טאג וועט זיך איינגעווינען מער צו וואשן און מיט זייף.

3) א געוויסע פראצענט מענטשן וואס האבן זיך אויפגעסעט א היים אפיס וועלן זיך צוגעוואוינען און מיט דעם פארבלייבן עכ"פ נישט טרעוולען טעגליך צו זייער פיזישע ארבייט פלאץ.

4) יעדע פאבליק פלאץ וועט מוזן צו לייגן מער סופפלייס און ארבייטער פאר זויבערקייט, וואלונטערי אדער געזעצליך [מיט א רייע פארשריפטן].
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

Haklal
שר האלף
תגובות: 1181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » זונטאג מארטש 15, 2020 10:55 am

גלות איד האט געשריבן:מיר וועלן אסאך טוישן אונזערע לעבנס שטייגער

1 מיר וועלן זיך צוגעוויינען צו מאכן שיינע באשיידענע שמחות, א חתונה מיט 100 מענטשן, און א בר מצוה מיט 15
2 ווער וועט נאך וועלן צוריק עפענען די קעמפס און קאנטריס נאכדעם וואס מ'זעהט אז מ'קען בלייבן אין שטאט אין קיינער בייסט נישט?
3 מיר וועלן זיך צוגעוויינען אז קינדער זענען אינטער די אחריות פון די עלטערן דורכאויס אלע שעות אין טאג, און נישט די קהילות און די מוסדות
4 מ'מוז נישט האבן אלעס, מ'קויפט וואס איז דא און געגאנגען ווייטער
5 מ'קויפט נייע קליידער ווען מ'דארף און נישט ווען ס'איז די סיזען


געוואלדיג גיט
ושפתים ישק!

מאתים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 12:19 pm

תגובהדורך מאתים » זונטאג מארטש 15, 2020 2:29 pm

סאיז דא א באקאנטע ווארט פון תפארת שלמה, פארוואס האט מרדכי גוזר תענית געווען פאר פסח דריי טעג און מבטל געווען אידן פון מצות מצה מרור און נאך, די גזרה איז דאך הערשט געווען אויף קומענדיגען אדר העט ער ווען געדארפט ווארטן ביז נאך פסח מיטן תענית, ענטפערט ער אז יעדעס יאר ביים סדר ווערט דאך א מוראדיגער טומעל אין הימל ווען די גאנצע פמליא של מעלה קומט מיטהאלטן די סדרים, האט מרדכי געוואלט מעורר רחמים זיין עס זאל ווערן א רעש אין הימל, וואס גייט פאר מה נשתנה השנה הזאת, נישטא קיין סדרים, קיין אכילת מצה קיין מרור קיין הלל, ווען די מלאכים זעהן ווי קוקט אויס א פסח אן כלל ישראל וועלן זיי מעורר רחמים זיין ביים רבוש"ע צו מבטל זיין די גזירה, וכן הוה.
סאיז באקאנט אז די רבי אלימלך זי"ע האט געליטן גלות צו מבטל זיין חבלי משיח, וואס דארף קומען מיט מלחמות און פחדים, אז משיח זאל קענען קומען אינמיטן העלן טאג,

יעצט מיר לעבן מיט, עפעס אויסטערליש, עס האט אלע סימנים וואס איז דא געווענליך ביי מלחמה, פארשפארטע גרעניצן, קערפיוס, פחדים מה יולד יום, נאר פאקטיש נישט קיין מלחמות,
איז יעצט ווען עס קומט די גרויסע יארצייט כ"א אדר וועט דאך זיכער ווערן א רעש אין הימל, מה יום מיומים, ווי זענען די טויזנטער אידן ביים ציון, די טייכן טרערן, די הימל שפאלטנדע תהילים וועט דער גרויסער רבן של ישראל זיכער מאכן א טומל אין הימל אז די מצב זאל שוין זיין די טיר צו די גרויסע ישועה,

און יעצט ווען עס איז שוין באלד א יאר וואס עס נישט דא קיין ציוניסטישע רעגירונג נאך דריי מאל בחירות, וואס רביה"ק מסאטמאר זי"ע פלעגט איינרייסן אז די מדינה וואס וועט נעקר ווערן פאר משיח וועט קומען, נאר מדארף איינרייסן אז עס זאל זיין ברחמים וחסדים, עס איז נאך נישט געווען א צייט אזוי יעצט וואס פשוט עס פארמירט זיך נישט קיין רעגירונג, אז עס זאל טאקע זיין ברחמים ובחסדים,

יעצט ווען מען האלט בין גאולה לגאולה, בניסן נגאלו בניסן עתידין להגאל, די גאנצע וועלט מהדו ביז כוש איז געשפאנט און אפגעשטעלט, רבותי מזעהט קלאר אז עפעס געשעהט, צפה לרגליו של משיח, לאמיר זיך א שאקל טאן און זיך מאכן גרייט מיט תשובה ותיקון המעשים, מיר גייען עני סעקענד הערן דעם קול מבשר ואומר הנה ישעך בא, פתאום יבא אל היכלו האדון אשר אתם מבקשים.
'ומאתים לנוטרים את פריו'

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6646
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג מארטש 15, 2020 2:58 pm

מאתים האט געשריבן:סאיז דא א באקאנטע ווארט פון תפארת שלמה, פארוואס האט מרדכי גוזר תענית געווען פאר פסח דריי טעג און מבטל געווען אידן פון מצות מצה מרור און נאך, די גזרה איז דאך הערשט געווען אויף קומענדיגען אדר העט ער ווען געדארפט ווארטן ביז נאך פסח מיטן תענית, ענטפערט ער אז יעדעס יאר ביים סדר ווערט דאך א מוראדיגער טומעל אין הימל ווען די גאנצע פמליא של מעלה קומט מיטהאלטן די סדרים, האט מרדכי געוואלט מעורר רחמים זיין עס זאל ווערן א רעש אין הימל, וואס גייט פאר מה נשתנה השנה הזאת, נישטא קיין סדרים, קיין אכילת מצה קיין מרור קיין הלל, ווען די מלאכים זעהן ווי קוקט אויס א פסח אן כלל ישראל וועלן זיי מעורר רחמים זיין ביים רבוש"ע צו מבטל זיין די גזירה, וכן הוה.
סאיז באקאנט אז די רבי אלימלך זי"ע האט געליטן גלות צו מבטל זיין חבלי משיח, וואס דארף קומען מיט מלחמות און פחדים, אז משיח זאל קענען קומען אינמיטן העלן טאג,

יעצט מיר לעבן מיט, עפעס אויסטערליש, עס האט אלע סימנים וואס איז דא געווענליך ביי מלחמה, פארשפארטע גרעניצן, קערפיוס, פחדים מה יולד יום, נאר פאקטיש נישט קיין מלחמות,
איז יעצט ווען עס קומט די גרויסע יארצייט כ"א אדר וועט דאך זיכער ווערן א רעש אין הימל, מה יום מיומים, ווי זענען די טויזנטער אידן ביים ציון, די טייכן טרערן, די הימל שפאלטנדע תהילים וועט דער גרויסער רבן של ישראל זיכער מאכן א טומל אין הימל אז די מצב זאל שוין זיין די טיר צו די גרויסע ישועה,

און יעצט ווען עס איז שוין באלד א יאר וואס עס נישט דא קיין ציוניסטישע רעגירונג נאך דריי מאל בחירות, וואס רביה"ק מסאטמאר זי"ע פלעגט איינרייסן אז די מדינה וואס וועט נעקר ווערן פאר משיח וועט קומען, נאר מדארף איינרייסן אז עס זאל זיין ברחמים וחסדים, עס איז נאך נישט געווען א צייט אזוי יעצט וואס פשוט עס פארמירט זיך נישט קיין רעגירונג, אז עס זאל טאקע זיין ברחמים ובחסדים,

יעצט ווען מען האלט בין גאולה לגאולה, בניסן נגאלו בניסן עתידין להגאל, די גאנצע וועלט מהדו ביז כוש איז געשפאנט און אפגעשטעלט, רבותי מזעהט קלאר אז עפעס געשעהט, צפה לרגליו של משיח, לאמיר זיך א שאקל טאן און זיך מאכן גרייט מיט תשובה ותיקון המעשים, מיר גייען עני סעקענד הערן דעם קול מבשר ואומר הנה ישעך בא, פתאום יבא אל היכלו האדון אשר אתם מבקשים.

א איד זאגט מיר אז דער רבי ז"ל (מסאטמאר) שרייבט אויף א פלאץ אז פאר משיח וועט קומען וועלן די ציונים שלום מאכן מיט די אראבער און זיי וועלן צוזאמען לוחם זיין מיטן מלך המשיח, לויט ווי די פאליטיק אין א"י לויפט יעצט מיט די רעגירונג האלט עס נישט ווייט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22890
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 16, 2020 9:28 am

מי יודע האט געשריבן:א איד זאגט מיר אז דער רבי ז"ל (מסאטמאר) שרייבט אויף א פלאץ אז פאר משיח וועט קומען וועלן די ציונים שלום מאכן מיט די אראבער און זיי וועלן צוזאמען לוחם זיין מיטן מלך המשיח, לויט ווי די פאליטיק אין א"י לויפט יעצט מיט די רעגירונג האלט עס נישט ווייט

ווייסט נישט וואו, קענסט נישט די בנש"ק תורות אויסענווייניג?
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22890
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 16, 2020 9:31 am

מאתים האט געשריבן:סאיז דא א באקאנטע ווארט פון תפארת שלמה, פארוואס האט מרדכי גוזר תענית געווען פאר פסח דריי טעג און מבטל געווען אידן פון מצות מצה מרור און נאך, די גזרה איז דאך הערשט געווען אויף קומענדיגען אדר העט ער ווען געדארפט ווארטן ביז נאך פסח מיטן תענית, ענטפערט ער אז יעדעס יאר ביים סדר ווערט דאך א מוראדיגער טומעל אין הימל ווען די גאנצע פמליא של מעלה קומט מיטהאלטן די סדרים, האט מרדכי געוואלט מעורר רחמים זיין עס זאל ווערן א רעש אין הימל, וואס גייט פאר מה נשתנה השנה הזאת, נישטא קיין סדרים, קיין אכילת מצה קיין מרור קיין הלל, ווען די מלאכים זעהן ווי קוקט אויס א פסח אן כלל ישראל וועלן זיי מעורר רחמים זיין ביים רבוש"ע צו מבטל זיין די גזירה, וכן הוה.

יעצט מיר לעבן מיט, עפעס אויסטערליש, עס האט אלע סימנים וואס איז דא געווענליך ביי מלחמה, פארשפארטע גרעניצן, קערפיוס, פחדים מה יולד יום, נאר פאקטיש נישט קיין מלחמות,
איז יעצט ווען עס קומט די גרויסע יארצייט כ"א אדר וועט דאך זיכער ווערן א רעש אין הימל, מה יום מיומים, ווי זענען די טויזנטער אידן ביים ציון, די טייכן טרערן, די הימל שפאלטנדע תהילים וועט דער גרויסער רבן של ישראל זיכער מאכן א טומל אין הימל אז די מצב זאל שוין זיין די טיר צו די גרויסע ישועה,

הגרי"ח גריננוואלד, האט דאס געזאגט מוצש"ק אין 14 הופער.
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

אביונה
שר האלף
תגובות: 1007
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » מאנטאג מארטש 16, 2020 9:36 am

farshlufen האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:א איד זאגט מיר אז דער רבי ז"ל (מסאטמאר) שרייבט אויף א פלאץ אז פאר משיח וועט קומען וועלן די ציונים שלום מאכן מיט די אראבער און זיי וועלן צוזאמען לוחם זיין מיטן מלך המשיח, לויט ווי די פאליטיק אין א"י לויפט יעצט מיט די רעגירונג האלט עס נישט ווייט

ווייסט נישט וואו, קענסט נישט די בנש"ק תורות אויסענווייניג?

דאס אז ס'וועלן זיין יודן וואס וועלן לוחם זיין ציזאמען מיט די גוים קעגן מלך המשיח, שטייט מפורש אין זוהר הקדוש פרשת שמות [ערגעץ דף ז' אדער דף ח', כ'האב עס געזעהן דעם פארגאנגענעם שב"ק אינעווייניג]
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

אוועטאר
קלאץ קשיא
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 11:59 am

תגובהדורך קלאץ קשיא » מאנטאג מארטש 16, 2020 10:15 am

ווי אזוי ס׳גייט טוישן די וועלט?.. עס האט זיך שוין געטוישט.

קיינער רעדט נישט פון קיין מצות פרייזן.. נישטא קיין משולחים אין די בתי מדרשים, נישטא קיין טעראריזם געפאר, נישטא קיין אנטיסעמיטיזם, קיין ראסיסטן, קיין קליימעט טשעינדזש, קיין גלאובעל ווארעמינג, קיין פריימערי, קיין פלי רייזעס, קיין חתונות, קיין פארזאמלונגען, קיין טישוס און קיין וואסער...

אין עוד מלבדו!!!

טראק דרייווער
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: וויאזוי גייט די קאראנאוויירוס אויסברוך טוישן די וועלט?

תגובהדורך טראק דרייווער » דינסטאג מארטש 24, 2020 10:55 pm

אויב האלט דאס אהן פאר א לענגערע צייט גייט ווערן שוואכער ביי געוויסע מענטשן די מושג פון מנין וכדומה
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: וויאזוי גייט די קאראנאוויירוס אויסברוך טוישן די וועלט?

תגובהדורך לעכטל » דינסטאג מארטש 24, 2020 11:08 pm

טראק דרייווער האט געשריבן:אויב האלט דאס אהן פאר א לענגערע צייט גייט ווערן שוואכער ביי געוויסע מענטשן די מושג פון מנין וכדומה

ביי געוויסע.. אבער ביי רובה דרובה מיין וועט עס גלייך ווען עס וועט זיין אווער, וועט עס זיך צוריק כאפן.
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

טראק דרייווער
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: וויאזוי גייט די קאראנאוויירוס אויסברוך טוישן די וועלט?

תגובהדורך טראק דרייווער » דינסטאג מארטש 24, 2020 11:13 pm

יתכן אז מענטשן גייען זיך מער נישט שעמען צו פראווענען חתונות אין בעיסמענט. אויב מען גייט ממשיך זיין מיט די הנהגה תיכף נאך די קאראנע אפשטעל און נישט לאזן די געפילן איינשלאפן
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: וויאזוי גייט די קאראנאוויירוס אויסברוך טוישן די וועלט?

תגובהדורך לעכטל » מיטוואך מארטש 25, 2020 12:46 am

טראק דרייווער האט געשריבן:יתכן אז מענטשן גייען זיך מער נישט שעמען צו פראווענען חתונות אין בעיסמענט. אויב מען גייט ממשיך זיין מיט די הנהגה תיכף נאך די קאראנע אפשטעל און נישט לאזן די געפילן איינשלאפן

איך ציטער אז מענטשן וועלן אזוי מין נקמה נעמען אין..?? מען וועט מאכן אזעלעכע חתונות אז ס'וועט גיין א רויח..
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

אוועטאר
סטיטשינער
שר האלף
תגובות: 1156
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: וויאזוי גייט די קאראנאוויירוס אויסברוך טוישן די וועלט?

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך מארטש 25, 2020 4:05 am

משומר האט געשיקט אן אימעיל אז וועגען זיי מוזן ארויף לייגן אזוי סאך פילטער'ס אויף נייע דיבייסעס גיין זיי זיין אינטערשטעליג. הייסט אז מאסן אידן האבן זיך איינגערישט אינטערנעט, אזאך וואס איז גאר שווער פטור צו ווערען נאך א שטיק צייט.
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: mlon, בועז, בינוני, חנוך, יקר מציאות, מילכיגער, נייע שטערן און 24 געסט