הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוסף החסיל
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 7:19 pm

Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוסף החסיל »

דריידל האט געשריבן:
חמרא האט געשריבן:היות מאכן אן עירוב תבשילין איז פארבינדען מיט ׳הואיל ואיקלעי אורחים׳, וואס איז די הלכה די יאהר ווען קיינער גייט נישט באזוכן און קיינער לאזט נישט אריין קיין באזוכער?... (אפשר באלאנגט דאס אין שמייכל אשכול) זאלן אלע אידען זיין געזונט.

מענין לענין
קען מען היי יאר זאגן כל דכפין ייתי ויכול, אדער דארף מען טוישן די נוסח?

מען קען עס אינזין האבן אלס א תפלה...
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

איך האב נישט איבערגעליינט אלע בלעטער אויב מען האט שוין דערמאנט די שאלה.

אויב איינער וואס שפירט נישט קיין טעם אין עסן צו ער מעג עסן נאך די אפיקומן, היות ער שפירט ממילא נישט קיין טעם אין די עסן וועט ער דאך נישט פארלירן די טעם מצה.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

און וואס טוט זיך מיט א ברכה אויף די מרור?
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

מען מיז שפירן א מרירות אין די מרור? באמת איז דאס טאקע א שאלה.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

אוודאי. בלע מרור לא יצא.
IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2086
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך IMBZ »

מחשב האט געשריבן:און וואס טוט זיך מיט א ברכה אויף די מרור?

איך מיין אויף מצה קען מען יא מאכן
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

בלע מצה יצא.

אבער דאס איז א עקסטרע שאלה צו מ'קען בכלל מאכן א ברכה אויב מ'שפירט נישט קיין טעם.

איך האב גראדע געעפנט א אשכול דערויף. ס'האט נאר נישט זוכה געווען צו צופיל תשומת לב.

viewtopic.php?f=104&t=41970
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

אביונה האט געשריבן:און אז מ'רעדט שוין פון 'הלכות'....
ס'באדערט מיך די שפראך אויף אן אינטערוויאו אויף ק"מ מיט ר' אהרן בנציון ווידער פון מאנסי, ווי ער שילדערט דארט בתוך הדברים דאס גרויס 'התרגשות' און נאנטקייט צו אויבערשטן, וואס ער האט געשפירט די פארגאנגענע שבתים דאוונענדיג ביחידות אינדערהיים וכו'.....
מיטן פולסטן רעספעקט צום חשובן עסקן שיחי', אבער כ'האלט ס'יז נישט ריכטיג אזוי צו רעדן
פונקט ווי איינער וועט קומען אין ביהמ"ד דערציילן די געהויבענע געפילן וואס ער האט געהאט עסנדיג סוכות אין שטוב ווען ס'האט גערעגנט אינדרויסן....., אדער ווי א אנגעפאטשע יונגל פונם מנהל, שילדערט די געהויבענע געפילן וואס ער האט געשפירט בשעת כאפן די פראסקעס....
ס'קעלטערט די געפילן צו תפילה בציבור ובבית המדרש.......

נאך איינער איז מיט מיר???

איך האב עס נישט געהערט, איך ווייס נישט אויב כ'וואלט עס געזאגט, אבער געשפירט האט מען עס פיין.

מנין האט מעלות און יחידות האט מעלות. מיט א מנין באקומט מען התעוררות, און ביחידות אויב מ'לייגט צו הארץ קען מען שפירן א שטארקע התרגשות אין די דאווענען. ביחידות קען מען נישט שמועסן ביים דאווענען, און אויב דאווענט מען נישט מיט כוונה שפירט מען נישט ווי מ'האט געדאווענט בכלל...

מ'דארף אלץ טון וואס איז דעם רצון ה'. אידישקייט איז נישט נאר געפיל, נאר רצון הבורא. אמאל איז עס מנין, אמאל איז עס א דאורייתא פון ונשמרתם.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

טראק דרייווער האט געשריבן:מען מיז שפירן א מרירות אין די מרור? באמת איז דאס טאקע א שאלה.

איך ווייס נישט ווייל ביי מיר איז עס ב"ה נישט נוגע, אבער לכאורה איז דאס פארלירן דעם חוש הטעם תלוי אין דעם חוש הריח, און טעמים וואס מען קען שפירן אהן דעם חוש הריח (מרירות למשל) וואלט נישט געדארפט זיין קיין חילוק.

פרובט עס אפשר - לייגט א שטיקל קאווע אויפן צונג, און זעהט צו עס שפירט ביטערקייט. אויב יא, הוא הדין מרור.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

מ'קען פארלירן טעם אויך. איך געדענק אז Ageusia (טעם פארלוסט) איז איינע פון די סימפטאמען.

איך האב נישט געקענט גארנישט שפירן, ניטאמאל א שטיקל זאלץ אויף מיין צינג, און נישט די חריין..
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

מחשב האט געשריבן:מ'קען פארלירן טעם אויך. איך געדענק אז Ageusia (טעם פארלוסט) איז איינע פון די סימפטאמען.

איך האב נישט געקענט גארנישט שפירן, ניטאמאל א שטיקל זאלץ אויף מיין צינג, און נישט די חריין..

זייער אינטערעסאנט, נישט געכאפט אז מען רעדט פון צוויי באזונדערע סימפטאמען.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22694
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

אוסף החסיל האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
גבר ישראל האט געשריבן:מה הדין עם כלים חדשים שעוד לא טבלו אותם?

ר' משה בראנסדארפער האט געפסקנט אז אויב איז נישט מעגליך צו טובלען אהן עובר זיין אויף social distancing איז מען פטור.

פסק תמוה, אבל אבל אם קבלה נקבל.
איך וואלט גע'עצה'ט צו פארקויפן פאר'ן גוי אין צוריק בארגען פון אים די כלים, (כלים שאולים מגוי ל"צ טבילה) שמעתי פון כמה חשוב'ע רבנים וואס לייגן דאס צו היי יאר צום מכירת חמץ שטר.

וואס איז די תמיה? די גאנצע טבילה איז דאך נאר א ספק. ער האלט אז עס רעדט זיך דא פון פיקוח נפש און אויב גייט מען הייסן פארקויפען וכ''ו גייט דער עולם ווייטער טובל'ן. זאגט ער פטור און פארטיג. ער שרייט פיקוח נפש!
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!

למעלה משבעים האט געשריבן:

מיין דיין פארקויפט היי יאר די כלים פארן גוי פאר וועם מען פארקויפט די חמץ.

שטר טבילת כלים המאורות.png
שטר טבילת כלים המאורות.png (350.35 KiB) געזען 815 מאל
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
באדראטשיג
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2016 8:16 am

Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראטשיג »

הגאון רבי שמאי גראס שליט"א שרייבט די וואך אין די "עלים לתרופה" אז מ'מאכט א ברכה סיי "על אכילת מצה" און סיי "על אכילת מרור"

http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 9&gil=2199
באדראטשיג
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2016 8:16 am

Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראטשיג »

אויך שרייבט רבי שמאי שליט"א אז כהנים זאלען דוכנ'ען! עיין שם
אוסף החסיל
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 7:19 pm

Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוסף החסיל »

סטיטשינער האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
גבר ישראל האט געשריבן:מה הדין עם כלים חדשים שעוד לא טבלו אותם?

ר' משה בראנסדארפער האט געפסקנט אז אויב איז נישט מעגליך צו טובלען אהן עובר זיין אויף social distancing איז מען פטור.

מיין דיין פארקויפט היי יאר די כלים פארן גוי פאר וועם מען פארקויפט די חמץ.

שטר טבילת כלים המאורות.png

די שטר מכירה איז א מכשול.
עס איז גוט נאר ביז מוצאי יו"ט, וויבאלד עס שטייט קלאר אז מוצאי יו"ט דארף דער גוי ענדיגן באצאלן אדער צוריק פארקויפן. אויב וויל מען נוצן די כלים נאך יו"ט פאר גאנץ יעריגער באנוץ איז ווידער א פראבלעם. מה הועילו חכמים בתקנתם?
מ'ברויך מאכן א באזונדערע מכירה/מתנה צום גוי, אן א סוף זמן, (טעכניש קען עס בלייבן דעם גוי'ס לעולם...)
אוסף החסיל
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 7:19 pm

Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוסף החסיל »

סטיטשינער האט געשריבן:
אוסף החסיל האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
גבר ישראל האט געשריבן:מה הדין עם כלים חדשים שעוד לא טבלו אותם?

ר' משה בראנסדארפער האט געפסקנט אז אויב איז נישט מעגליך צו טובלען אהן עובר זיין אויף social distancing איז מען פטור.

פסק תמוה, אבל אבל אם קבלה נקבל.
איך וואלט גע'עצה'ט צו פארקויפן פאר'ן גוי אין צוריק בארגען פון אים די כלים, (כלים שאולים מגוי ל"צ טבילה) שמעתי פון כמה חשוב'ע רבנים וואס לייגן דאס צו היי יאר צום מכירת חמץ שטר.

וואס איז די תמיה? די גאנצע טבילה איז דאך נאר א ספק. ער האלט אז עס רעדט זיך דא פון פיקוח נפש און אויב גייט מען הייסן פארקויפען וכ''ו גייט דער עולם ווייטער טובל'ן. זאגט ער פטור און פארטיג. ער שרייט פיקוח נפש!

ברור כשמש אז פיקוח נפש איז דוחה. אבער ס'איז דא הלכה'דיגע עצות.
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

עס איז וויכטיג צו געדענקען אין די יעצטיגע אומשטענדן אז נישט יעדע פסק וואס א דיין פון אן אנדערע קרייז האט גע'פסק'נט מיינט מיר.
מענטשן ווערן צומישט ווען מברענגט נאך א פסק פון איינעם און מוויל שוין אזוי טוהן, אן טראכטן אפילו אז אינטער געהעריגע אומשטענדן וואלט מיר אפילו נישט אנגעגאנגען וואס יענער האלט.
איך בין חלילה נישט פוגע בכבוד פון קיינעם, יעדער האט אבער זיין קרייז ווי ער באלאנגט מיט זיינע דיינים וועם ער פרעגט 'נישט קאראנע' שאלות, און פאר ער טוט עפעס וואס ער האט געזעהן אויף אייוועלט זאל ער זיכער מאכן מיט זיינע דיינים אז סאיז ריכטיג אזוי צו טוהן.
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22694
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

אוסף החסיל האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
אוסף החסיל האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
גבר ישראל האט געשריבן:מה הדין עם כלים חדשים שעוד לא טבלו אותם?

ר' משה בראנסדארפער האט געפסקנט אז אויב איז נישט מעגליך צו טובלען אהן עובר זיין אויף social distancing איז מען פטור.

פסק תמוה, אבל אבל אם קבלה נקבל.
איך וואלט גע'עצה'ט צו פארקויפן פאר'ן גוי אין צוריק בארגען פון אים די כלים, (כלים שאולים מגוי ל"צ טבילה) שמעתי פון כמה חשוב'ע רבנים וואס לייגן דאס צו היי יאר צום מכירת חמץ שטר.

וואס איז די תמיה? די גאנצע טבילה איז דאך נאר א ספק. ער האלט אז עס רעדט זיך דא פון פיקוח נפש און אויב גייט מען הייסן פארקויפען וכ''ו גייט דער עולם ווייטער טובל'ן. זאגט ער פטור און פארטיג. ער שרייט פיקוח נפש!

ברור כשמש אז פיקוח נפש איז דוחה. אבער ס'איז דא הלכה'דיגע עצות.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22694
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

אוסף החסיל האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
גבר ישראל האט געשריבן:מה הדין עם כלים חדשים שעוד לא טבלו אותם?

ר' משה בראנסדארפער האט געפסקנט אז אויב איז נישט מעגליך צו טובלען אהן עובר זיין אויף social distancing איז מען פטור.

מיין דיין פארקויפט היי יאר די כלים פארן גוי פאר וועם מען פארקויפט די חמץ.

שטר טבילת כלים המאורות.png

די שטר מכירה איז א מכשול.
עס איז גוט נאר ביז מוצאי יו"ט, וויבאלד עס שטייט קלאר אז מוצאי יו"ט דארף דער גוי ענדיגן באצאלן אדער צוריק פארקויפן. אויב וויל מען נוצן די כלים נאך יו"ט פאר גאנץ יעריגער באנוץ איז ווידער א פראבלעם. מה הועילו חכמים בתקנתם?
מ'ברויך מאכן א באזונדערע מכירה/מתנה צום גוי, אן א סוף זמן, (טעכניש קען עס בלייבן דעם גוי'ס לעולם...)

????
אויב מעג איך אייך פרעגען, פארוואס איז נתעורר געווארען די שאלה נאר יעצט, מקוואות זענען שוין פארמאכט וואכען? ווייל פסח דארף מען נייע כלים..... מוצאי פסח קען ער נוצען דעס וואס ער האט גענוצט ביז היינט! שטומט שוין? אדער נאכאלץ א ''מכשול''? איידער איר דינגט זיך מיט רבנים טראכט א רגע.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
שרייב-פעדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 03, 2019 1:46 pm

Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב-פעדער »

הסרפד האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:מען מיז שפירן א מרירות אין די מרור? באמת איז דאס טאקע א שאלה.

איך ווייס נישט ווייל ביי מיר איז עס ב"ה נישט נוגע, אבער לכאורה איז דאס פארלירן דעם חוש הטעם תלוי אין דעם חוש הריח, און טעמים וואס מען קען שפירן אהן דעם חוש הריח (מרירות למשל) וואלט נישט געדארפט זיין קיין חילוק.

פרובט עס אפשר - לייגט א שטיקל קאווע אויפן צונג, און זעהט צו עס שפירט ביטערקייט. אויב יא, הוא הדין מרור.

אין איינע פון די אשכולות איז דא א צעטל פון "בי"ד מחזיקי הדת פון אנטווערפן", און דארט שטייט אז אויב מ'שפירט נישט קיין טעם מרור, זאל מען יוצא זיין די ברכה פון א צווייטן
קני = שרייב-פעדערן, כל חורשתא = אלע וועלדער.
אוסף החסיל
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 7:19 pm

Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוסף החסיל »

סטיטשינער האט געשריבן:
אוסף החסיל האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:ר' משה בראנסדארפער האט געפסקנט אז אויב איז נישט מעגליך צו טובלען אהן עובר זיין אויף social distancing איז מען פטור.

מיין דיין פארקויפט היי יאר די כלים פארן גוי פאר וועם מען פארקויפט די חמץ.

שטר טבילת כלים המאורות.png

די שטר מכירה איז א מכשול.
עס איז גוט נאר ביז מוצאי יו"ט, וויבאלד עס שטייט קלאר אז מוצאי יו"ט דארף דער גוי ענדיגן באצאלן אדער צוריק פארקויפן. אויב וויל מען נוצן די כלים נאך יו"ט פאר גאנץ יעריגער באנוץ איז ווידער א פראבלעם. מה הועילו חכמים בתקנתם?
מ'ברויך מאכן א באזונדערע מכירה/מתנה צום גוי, אן א סוף זמן, (טעכניש קען עס בלייבן דעם גוי'ס לעולם...)

????
אויב מעג איך אייך פרעגען, פארוואס איז נתעורר געווארען די שאלה נאר יעצט, מקוואות זענען שוין פארמאכט וואכען? ווייל פסח דארף מען נייע כלים..... מוצאי פסח קען ער נוצען דעס וואס ער האט גענוצט ביז היינט! שטומט שוין? אדער נאכאלץ א ''מכשול''? איידער איר דינגט זיך מיט רבנים טראכט א רגע.

זיי נישט ברוגז!
ביי 'גאר א גרויס'ן עולם' איז די סדר איינצוקויפן כלים חדשים לכבוד יו"ט און דאן עס נוצן א גאנץ יאר. פון די 'גאר גרויסער עולם' גייט בלתי שום ספק זיין אזעלכע וואס פארשטייען קנאפ און זיי מיינען אז עס גע'כשר'ט געווארן דורכ'ן מכירה.
ווידכר אויב מאכט מען א באזונדערע מכירה/מתנה צום גוי, אן א סוף זמן, שפארט מען די שטרויכלונג.
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5513
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

ביי מרור איז מבואר און די פוסקים אז מען דארף פילן א טעם מרור זכר וימרורו את חיים אנדערש ווי ביי מצה אז עס דארף זיין א טעם מצה אבער די דארף דאס נישט פילן (פסחים קטז שו''ע תע''ה)
לכאורה יעצט אונעם יעצטיגען מצב פילן אסאך יודן נישט קיין טעם און עסן, וואס וועט זיין מיטן ברכה אויפן מרור?? וועט עס זיין א ברכה לבטלה?
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

Re: הלכה׳דיגע שאלות אין ליכט פון קאראנע וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

אוסף החסיל האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
אוסף החסיל האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:מיין דיין פארקויפט היי יאר די כלים פארן גוי פאר וועם מען פארקויפט די חמץ.

שטר טבילת כלים המאורות.png

די שטר מכירה איז א מכשול.
עס איז גוט נאר ביז מוצאי יו"ט, וויבאלד עס שטייט קלאר אז מוצאי יו"ט דארף דער גוי ענדיגן באצאלן אדער צוריק פארקויפן. אויב וויל מען נוצן די כלים נאך יו"ט פאר גאנץ יעריגער באנוץ איז ווידער א פראבלעם. מה הועילו חכמים בתקנתם?
מ'ברויך מאכן א באזונדערע מכירה/מתנה צום גוי, אן א סוף זמן, (טעכניש קען עס בלייבן דעם גוי'ס לעולם...)

????
אויב מעג איך אייך פרעגען, פארוואס איז נתעורר געווארען די שאלה נאר יעצט, מקוואות זענען שוין פארמאכט וואכען? ווייל פסח דארף מען נייע כלים..... מוצאי פסח קען ער נוצען דעס וואס ער האט גענוצט ביז היינט! שטומט שוין? אדער נאכאלץ א ''מכשול''? איידער איר דינגט זיך מיט רבנים טראכט א רגע.

זיי נישט ברוגז!
ביי 'גאר א גרויס'ן עולם' איז די סדר איינצוקויפן כלים חדשים לכבוד יו"ט און דאן עס נוצן א גאנץ יאר. פון די 'גאר גרויסער עולם' גייט בלתי שום ספק זיין אזעלכע וואס פארשטייען קנאפ און זיי מיינען אז עס גע'כשר'ט געווארן דורכ'ן מכירה.
ווידכר אויב מאכט מען א באזונדערע מכירה/מתנה צום גוי, אן א סוף זמן, שפארט מען די שטרויכלונג.

קלאר אז עס איז אסאך מער אויסגעהאלטן אויב עס האט א זמן
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”