קאראנע אין קאנסיפיראציעס;

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שרייב
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

תגובהדורך שרייב » מאנטאג מארטש 16, 2020 10:35 pm

שמו האט געשריבן:אינעם אנדערן אשכול איז דאס פאמעקט געווארן

אבער אפשר דא, אונטערן קעפל 'קאנספיראציעס' וועט דאס קענען בלייבן

דער אויבערשטער זאל העלפן איך זאל נישט זיין גערעכט

אז נאך די וואקסין וועט ארויס קומען, וועט זיך מערן די אנגעשטעקטע און די טויטע.

אבער מען וועט נישט טארן רעדן קעגן דעם וואקסין, ווייל דער וואקסין 'העלפט' דאס האלטן אין קאנטראל.

האהא זאגט מיר איינער אז די גאנצע זאך איז אינטער געשטעלט צו קענען ארויף צווינגען אן וואקסין
שרייב אין מעק

פאלעסיידס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

תגובהדורך פאלעסיידס » דינסטאג מארטש 17, 2020 3:24 am

יואל שרייבער האט געשריבן:דער קאראונע ווירוס איז א חלק פונעם אלטוועלטליכן קאנספיראציע פלאן צו פארשקלאפן די וועלט, קודם האבן זיי געמאכט טראמפ פאר פרעזידענט כדי איינצושלעפן די גרעסטע קעפפון די וואס ווייסן דעם אמת איבער ווער עס פירט די וועלט, אזוי ווי אלעקס דזשאונס וחביריו וואס מיינען אז טראמפ איז א זייעריגער, און יעצט רוקט מען זיך צום צווייטן שטאפל, אונטער די אויסרייד פון א עפידעמיע וועט מען צוביסלעך אונז אלע איינשפארן אין די הייזער , צונעמען איין פרייהייט נאך די אנדערע, אריינברענגען די מיליטער, און דאן וועט מען אינגאנצן מבטל זיין דעמאקראטיע.

מען הערט שוין יעצט זינגען דעם ניגון איבער טשיינעס געוואלדיגע הצלחה צו קאנטראלירן דעם וויירוס, אז עס איז נאר צו פארדאנקען זייער דיקטאטורישע רעזשים.


נ.ב. איך האב עס אנגעהויבן צו שרייבן אלס דזשאוק, אבער נאכן שרייבן הייב איך שוין אן באמת באאיינפלוסט צו ווערן, זאכן שטימען עפעס צו גוט. :roll: :roll: :roll:

האהא יאפ סאיז א סליפערי ראוד איינמאל מלאזט זיך אריין דערין

פארווייטאגט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » דינסטאג מארטש 17, 2020 3:46 am

נאך איינער האט געשריבן:פארוואס טאקע ווארטן 18 חדשים פאר די וואקסין פארוואס נישט נעמען די זעלבע אוטיזים געמויזאכטס וואס מלייגט אריין אין יעדע וואקסין, אין מאכן דערפון א נייע קאראנע וואקסין שוין יעצט?


;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 8:28 pm

תגובהדורך ירום הודו » דינסטאג מארטש 17, 2020 3:53 am

נאך איינער האט געשריבן:פארוואס טאקע ווארטן 18 חדשים פאר די וואקסין פארוואס נישט נעמען די זעלבע אוטיזים געמויזאכטס וואס מלייגט אריין אין יעדע וואקסין, אין מאכן דערפון א נייע קאראנע וואקסין שוין יעצט?



ווייל מ'האט מורא אז די אספסוף וועלן אנהייבן מאכן 'קאראנע פארטיס'...
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו

נאך איינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

תגובהדורך נאך איינער » דינסטאג מארטש 17, 2020 12:38 pm

שרייב האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:אינעם אנדערן אשכול איז דאס פאמעקט געווארן

אבער אפשר דא, אונטערן קעפל 'קאנספיראציעס' וועט דאס קענען בלייבן

דער אויבערשטער זאל העלפן איך זאל נישט זיין גערעכט

אז נאך די וואקסין וועט ארויס קומען, וועט זיך מערן די אנגעשטעקטע און די טויטע.

אבער מען וועט נישט טארן רעדן קעגן דעם וואקסין, ווייל דער וואקסין 'העלפט' דאס האלטן אין קאנטראל.

האהא זאגט מיר איינער אז די גאנצע זאך איז אינטער געשטעלט צו קענען ארויף צווינגען אן וואקסין

די זאגסט האהא, איך קען אפאר יודן וואס גלייבן עס שוין באמונה שלימה,

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך מארטש 18, 2020 12:18 am

אויפריכטיג האט געשריבן:נו שוין, די אנטי-וועקסערס האבן שוין א פעסטע קאנספיראציע: אונטער דעם גאנצן קאראנע כאאס שטייט, נישט מער און נישט ווייניגער, די וואקסין פירמעס און זיי פארשפרייטן דעם וויירוס און ס'גייט זיך נישט אפשטעלן - היל"ת - ביז ס'גייט נישט זיין א מענדעטארי וואקסין פאר דעם. און דערפאר האבן זיי אנגעשטעקט הויכע שישקעס אין אלע לענדער, אלעס צו שטיפן די וואקסין אגענדע.

נישט קיין וויץ. שמעתי פון עמיצן וואס האט עקסעס צו איינע פון די פריוואטע טעלעפאן ליניעס. א היימישע פראפעסיאנאלקע האט מעיד געווען בפה מלא ביי פרעה'ס לאנגע בארדע, אז די עראפלאנען וואס פליען העכער אונזער קעפ לאזן ארויס קאראנע-אנגעשטעקטע גאזן וואס זענען פאבריצירט געווארן דורך די וואקסין פירמעס.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3587
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך מארטש 18, 2020 1:19 pm

נישט קיין ספק אז כינע שטייט אינטער די גאנצע זאך.

לאמיר דורכגיין וואס כינע וויל אקאמפלישן מיט דעם ווירוס.

קודם זייערע פראבלעמען.

א) כינע האט צופיל מענטשן, 1.4 ביליאן, אמאל האט מען נישט געמעגט האבן מער ווי איין בעיבי אין כינע, די נייע דור האט פארלאנגט צוויי, די פירער האבן זיך נישט געקענט קעגן שטעלן, אבער דער פראבלעם שטייגט אין וואקסט.

ב) כינע איז אויפן שוועל פון ווערן די וועלט מאכט, זייערע פלענער פון 2025 זענען שוין געווען זייער נאנט, איז געקומען טראמפ, זיי געצווינגען מיט טרעיד דיעלס, זייער קעאנאמיע איז געפאלן, די אמעריקאנע איז געווען צו שטארק, זיי זענען שטארק נישט צופרידן.

ג) כינעס פרעזידענט שי איז געווארן א לעבנסלעגליכע פרעזידענט, ער צילט אויף איינענמען טייואן, טשיינע סי, אזיע, און האבן א שטארקע ווארט אויף די וועלט, די מערב וועלט שטייט אין וועג.

ד) די אמעריקאנע סייענטיסטן זענען צו פארגעשריטן מיטן וואפן פארמעסט, הייפירסאניק, לעיזער, וכו', מברויך זיי מאכן פארנומען מיט עפעס אנדערשט.

די לעזונג, קאראנע וויירוס.

שוין יארן וואס די כינעזע גרייטן זיך אויף דעים, זייערע סייענטיסטן האבן ערפינדן דעם וויירוס, בינעזאם מיטן וואקסין.

די וויירוס רוקט אראפ מיליאנען כינעזער פון די שעלווס, בסוד סודות, זיי שיסן און פארברענען אלע אנגעשטעקטע, אלע פירער זענען וואקסינירט, זיי ווילן פטור ווערן פון א 400 מיליאן כינעזער.

פוטין האט בסוד סודות געקריגן דעם וואקסין, אין רוסלאנד האט מען דאס אריינגעלייגט אינעם וואסער סיסטעם אזוי אז אלע רוסן זענען מער ווייניגער באשיצט.

ווייטער די מערב וועלט ווערט משוגע, די מיליטער איז פארנומען דערמיט, די סייענטיסטן זענען איבערגעשטערנגט דערפון, די עקאנאמיע איז צוזעצט, מברויך מיליאנען מאסקעס פון כינע.

אקעי גענוג

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: קאראנע אין קאנסיפיראציעס;

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג מארטש 20, 2020 2:36 am

אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
סטיטשינער
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: קאראנע אין קאנסיפיראציעס;

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג מארטש 22, 2020 5:20 am

חוח בין השושנים האט געשריבן:די איטאליענע דזשענעטיקס זענען מער אויסגעשטעלט צום וויירוס

ווער ווייסט, ס'קען נאך זיין אמת אויך

האסט אבער פארגעסען דעי תגובה
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

אוועטאר
סטיטשינער
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: קאראנע אין קאנסיפיראציעס;

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג מארטש 22, 2020 5:26 am

למעשה איז מורא'דיג מאדנע. א''י האט 900 אינפעקטירטע מיט 1 טויטע. ווי איז די 3% אדער אפילו 1 אדער 0.5? די רעיט איז %0.125! דוקטורים שטארבן אין די מאסען אין איטאליע, אסאך ישראלישע דוקטורים זענען געווארען אינפעקטירט דארט. אלע האבען זיך אויסגעהיילט!
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 803
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

Re: קאראנע אין קאנסיפיראציעס;

תגובהדורך זענדל » זונטאג מארטש 22, 2020 6:28 am

ס'איז טאקע א קאנסיפיראציע אשכול, אבער אסאך שקרים דא!!!!

אוועטאר
סטיטשינער
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: קאראנע אין קאנסיפיראציעס;

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג מארטש 22, 2020 6:29 am

די פלאנסט צו מפרש זיין דיינע ווערטער? אנישט איז נישט אינטערסאנט...
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1752
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: קאראנע אין קאנסיפיראציעס;

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג מארטש 24, 2020 8:36 pm

מיין קאנספיראציע וואס זעט מיר אויס ריכטיג:

קאראנע איז א שטארקע וויירוס, אבער נישט מער ווי א וויירוס. א נאטור מתנה פון הימל.
די צאל טויטע איז ביי א גאר נידריגע ראטע פון איינס פון 5000+ אנגעשטעקטע, און ביי אזעלכע מיט אנדערע געזונטהייט קאמפליקאציעס.
די סיבה פארוואס די טויט פעלער זענען/זען אויס צו זיין הויעך איז ווייל:
- 90% מענטשן וואס זענען פאזיטיוו ווערן בכלל נישט געטעסט.
- רוב טויטע זענען געווען אויף אומנויטיגע אימיון סופרעסענט מעדיקעישאן, וואס איז פאטאל מיט אזא שטארקע וויירוס.
- כמעט אלע טויטע זענען גאר נידריג אויף ווייטאמין די.
- די פאניק, די צופארעניש, די אומגעווענליכע כאאטישע עקענאמישע און מעדיצינישע אומשטענדן, ברענגט אומצאליגע פאטאליטעטן, וואס וואלט געקענט פארמיטן ווערן אונטער נארמאלע אומשטענדן.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

מחשב
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: קאראנע אין קאנסיפיראציעס;

תגובהדורך מחשב » דינסטאג מארטש 24, 2020 9:16 pm

איז אזוי,

מיין קאנספעראציע איז, אז דער גאנצער קאראנע איז א געלעכטער, ס'איז פיל לייכטער ווי נארמאלע פארקילעכטץ. די אלע שווערע סימפטאמען, קומען בלויז פון דעם וואס דער עולם פאקט זיך אהן מיט קנאבל (ברעכן), ווייטאמין סי (מאגן פראבלעמען), צוויבל (שוואכקייט אין די ביינער), CBD (קאפ ווייטאג).

אוודאי זענען דא יחידים וואס האבן באמת פראבלעמען. און זיי - איך מיין צו זאגן די וואס נעמען נישט די אלע באבסקע רפואות - זאלן זיך אייסאלעטן, און לאזן דער איבעריגער עולם לעבן און לאכן.
הוי מחשב...

טראק דרייווער
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: קאראנע אין קאנסיפיראציעס;

תגובהדורך טראק דרייווער » דינסטאג מארטש 24, 2020 10:11 pm

מיין קאנספיראציע איז אז די קנאבל קאמפעני האט אנגעברענגט די וויירוס, כדי אז דער עולם זאל אנפאנגן צו קויפן קנאבל....
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

טראק דרייווער
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: קאראנע אין קאנסיפיראציעס;

תגובהדורך טראק דרייווער » דינסטאג מארטש 24, 2020 11:04 pm

אפשר קען דא איינער קלאר אראפשרייבן (אן קיין ליצנות) וואס איז די קאנספיראציע איבער ביל געיט'ס? איך האב שוין געהערט מענטשן רעדן איבער דעם אבער כ'האב נישט קיין אהנונג פון וואס זיי רעדן. וואס האט ביל געיט'ס מיט די וויירוס? (לויט די קאנספיראציע)
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
סטיטשינער
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: קאראנע אין קאנסיפיראציעס;

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך מארטש 25, 2020 2:21 am

ר' יום טוב האט געשריבן:מיין קאנספיראציע וואס זעט מיר אויס ריכטיג:


כ'מיין אז אויב ס'איז א קאנספיראציע קען עס נישט זיין ריכטיג. די צווי זאכן זענען א סתירה...
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

אוועטאר
יש בו
שר האלף
תגובות: 1173
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: קאראנע אין קאנסיפיראציעס;

תגובהדורך יש בו » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:28 am

סטיטשינער האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:מיין קאנספיראציע וואס זעט מיר אויס ריכטיג:


כ'מיין אז אויב ס'איז א קאנספיראציע קען עס נישט זיין ריכטיג. די צווי זאכן זענען א סתירה...

ער האלט אז ס'איז עכט אזוי, נאר ער האט מורא אז מ'וועט אים מעקן, שרייבט ער עס אונטערן שלייער פון א קאנספיראציע
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

סאטמארע ווארטזאגער
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm

Re: קאראנע אין קאנסיפיראציעס;

תגובהדורך סאטמארע ווארטזאגער » מיטוואך מארטש 25, 2020 11:46 am

טראק דרייווער האט געשריבן:אפשר קען דא איינער קלאר אראפשרייבן (אן קיין ליצנות) וואס איז די קאנספיראציע איבער ביל געיט'ס? איך האב שוין געהערט מענטשן רעדן איבער דעם אבער כ'האב נישט קיין אהנונג פון וואס זיי רעדן. וואס האט ביל געיט'ס מיט די וויירוס? (לויט די קאנספיראציע)

viewtopic.php?f=104&t=41445
אדער גוגעל EVENT 201
זאג נאר, ווער האטעך געשטעלט פאר ווארטזאגער???

מחשב
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: קאראנע אין קאנסיפיראציעס;

תגובהדורך מחשב » מיטוואך מארטש 25, 2020 12:00 pm

איך באציה מיר נישט אויף די קאנספעראציע שטייצעך.. נאר אויף די אויסזעהן ריכטיג.

ר' יום טוב האט געשריבן:מיין קאנספיראציע וואס זעט מיר אויס ריכטיג:

קאראנע איז א שטארקע וויירוס, אבער נישט מער ווי א וויירוס. א נאטור מתנה פון הימל.
די צאל טויטע איז ביי א גאר נידריגע ראטע פון איינס פון 5000+ אנגעשטעקטע, און ביי אזעלכע מיט אנדערע געזונטהייט קאמפליקאציעס.
די סיבה פארוואס די טויט פעלער זענען/זען אויס צו זיין הויעך איז ווייל:
- 90% מענטשן וואס זענען פאזיטיוו ווערן בכלל נישט געטעסט.


באזירט אויף ניו יארק? אדער אויף סאוט קארעא וואס האט געטעסט אין די מאסן?

האט איר אויך גענומען אין חשבון דאס אז עלטערע לייט און נישט געזונטע מענטשן געבן זיך גאר שטארק אכטונג, ממילא טוט די טויט ראטע נישט רעפלעקטירטן די ריכטיגע נאטורליכע נומער?

- רוב טויטע זענען געווען אויף אומנויטיגע אימיון סופרעסענט מעדיקעישאן, וואס איז פאטאל מיט אזא שטארקע וויירוס.

איר מיינט מסתמא די סטאדי פון טשיינע. וא"כ איז דאס נאך לכאורה אין די קאנפעראציע זאנע, היות עס איז דא ווייניג אינפארמאציע דערויף. און בכלל זעה איך נישט למאי נפק"מ, באמת איז דאך סיי ווי זיכער אז דער וויירוס איז נישט שעדליך נאר פאר די וואס פירן זיך נישט לויט דעם רמב"ם'ס אנווייזונגען אויף געזונט מיום היוולדם, גראדע איז דער עולם נישט געזונט... נו, פארדעם ווערט עס שעדליך?... וכן להמעדיקעישן, אויב למעשה נעמט דאס דער עולם איז דאס שעדליך פאר זיי, בבחי' חכם לאחר המעשה..

- כמעט אלע טויטע זענען גאר נידריג אויף ווייטאמין די.


אוודאי אזוי! און נישט נאר זיי, נאר אויך די נישט טויטע.. יעדער איז היינטיגע צייטן לאו אין וויטעמין די, איך ווייס נישט צו מ'קען זאגן אז די טויטע זענען מער לאו.
הוי מחשב...

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

Re: קאראנע אין קאנסיפיראציעס;

תגובהדורך ליידיג גייער » מיטוואך מארטש 25, 2020 12:15 pm

מחשב האט געשריבן:האט איר אויך גענומען אין חשבון דאס אז עלטערע לייט און נישט געזונטע מענטשן געבן זיך גאר שטארק אכטונג, ממילא טוט די טויט ראטע נישט רעפלעקטירטן די ריכטיגע נאטורליכע נומער?

אזוי? און פארדעם ריפלעקט עס נישט די נומער?
האט מען נישט געזאגט אז עס איז טו ליטל טו לעיט?
און וואס גייט זיין נאכדעם וואס עט סאם פוינט גייט מען מוזן צוריק עפענען, וואס גייט דעמאלטס זיין מיט אלע עלטערע אידן? גייט זיך דעמאלטס אלעס אנהייבן פון פריש ה''י?
לויט געזונטהייט עקספערטן קען מען נישט סטאפן דעם וויירוס נאר פלעטן די קורוו.
לויט די חשבון אז דורכאויס פורים און שבת פרה א וואך און א האלב צוריק האט עס גאנץ כלל ישראל באקומען יעדער האט זיך געהעריג ארום געדרייט דארף עס שוין יעדער האבן,

מחשב
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: קאראנע אין קאנסיפיראציעס;

תגובהדורך מחשב » מיטוואך מארטש 25, 2020 12:22 pm

די ערשטע חלק פון אייער תגובה פארשטיי איך נישט וואס איר ווילט ארויסברענגן. דאס איז דאך וואס איך זאג אז די נומערן כעת זענען זייער רוי. און פאר נאך סיבות אויך.

ולגבי אייער טענה אז יעדער האט עס שוין פון פורים.

קודם, איך האף אז איר באזירט נישט נומערן און סטאטיסטיקס בלויז אויף די חרדיש'ע געגענטן.

ועוד, עס איז נישט ריכטיג אז יעדער האט עס שוין. אזוי פארשטיי איך אז עס איז פשוט. והחולק יחלוק.
הוי מחשב...

אוועטאר
סטיטשינער
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: קאראנע אין קאנסיפיראציעס;

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג מארטש 30, 2020 3:52 am

די קאראנא ווירוס פאַרשפּרייט איבער די וועלט פֿון וואהאן, אבער האט נישט דערגרייכט בעידזשינג און שאנגהאי ... ווי איז דאס מעגלעך?

דאכט זיך אַזוי פשוט ... למעשה די כינעזישער עקאנאמיע האט נישט געקראכט... די אמעריקאנער און אייראפעישער עקאנאמיע'ס יאָ ...

פאלגענד איז טשיינע'ס פּלאן ווי צו שנעלערהייט פארכאפן קאנטראל פון די וועלט.

1. צוגרייטן א ווירוס און די מעדיצין.

2. פארשפרייטן די ווירוס.

3. באוויזן מעכטיגקייטן, געבויט שפיטעילער ​​אין טעג. (זיי זענען שוין געווען גרייט מיט די פּראדזשעקס, באשטעלט סחורה, געדינגען און געטרעינד ארבייטער און צוגעגרייט אַ וואסער און קאנאל נעץ, מיט פרי פעבריקעיטיד בנין מאטעריאל.)

4. שאפֿן כאאס אין דער וועלט, סטארטינג אין אייראפע.

5. בליץ שנעל צומזיק'ט די עקאנאמיעס פון צענדליגע לענדער.

6. אפשטעלען פּראדוקציע שורות אין פאבריקן אין אנדערע לענדער.

7. די מצב וועט הארגענען די סטאק מארקעט'ס און דעריבער וועלען קאמפּאניעס קענען געקויפט ווערען פאר א שפאט ביליגע פּרייז.

8. געשווינד מסדר זיין די עפּידעמיע אין זייער לאנד- זיי זענען שוין געווען גרייט.

9. אראפ ריקען דער פּרייז פון רוי מאטעריאלען, אריינגערעכנט די אויל פּרייז, וואסזיי קויפן אין גרויס וואג.

10. צוריקקומען צו אַרבעטן שנעל בשעת די וועלט איז שטיל. קויפן ווי גערעדט גערעדט ביליג בשעת די קריזיס און פארקויפן פאר טייער געלט פאר די לענדער וואס פארמאכן זייער אינדוסטריע'ס יעצט.
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

אוועטאר
סטיטשינער
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: קאראנע אין קאנסיפיראציעס;

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג מארטש 30, 2020 4:22 am

כדאי צו באטראכטן ..
 טראכט'ס וועגן דעים ...
פארוואס איז רוסלאַנד און צפון קארעע גאר פריי פון קאראנא? ווייל זיי זענען גאר נאנטע allies פון טשיינע. פון קיין איינס פון די לענדער האָט מען נישט געמאלדן קיין פעלער. אויף די אנדערע האנט, דרום קארעע / ענגלאנד / איטאליע / שפאניע / אמעריקע און אזיע זענען מיוס עפעקטעד. וויאזוי איז Wuhan פּלוצלינג ריין פון די וויירוס?

 טשיינע זאגט אז די דראסטישער ערשטע סטעפס גענומען זענען געווען זייער שטרענג און וווהאן איז פארשפארט געווארען צו האלטן די פארשפּרייטן צו אנדערע געגענטער. איך בין זיכער אַז זיי האבען גענוצט א אנטיוויירוס וואס זיי האבען שוין אנטדעקט פון לאנג

פארוואס איז בעידזשינג נישט אנגעשטעקט? פארוואס בלויז וווהאן? עס איז אינטערסאנט צו טראכטן וועגן דעים, ניין? נו .. וווהאן איז שוין אפן פֿאר געשעפטן. אמעריקע און אלע לענדער אויבן דערמאנט זענען פינאנשאלי חרובֿ. די יו. עס. עקאנאמיע וועט באלד קראכען ווי טשיינע פלאנט. טשיינע ווייסט אז זי קען נישט באזיגן אמעריקע מיליטעריש ווייל אַמעריקע איז די שטערקסטע לאנד אין דער וועלט. ממילא נוצן זיי דעם ווירוס צו פאראליזירן די עקאנאמיע און פּאראליזירן די פאלק און זיין פארטיידיקונג יכולות.

אין דער הייך פון די עפּידעמיע טראגט די כינעזיש פרעזידענט שי דזשינפּינג א פּשוטע RM 1 פּנים מאסק בשעתן באזוכן די אינפעקטעד געגענטער. אלס פּרעזידענט, וואלט ער געדארפט צו זיין באדעקט פון קאפ ביז פיס ... אבער דאס איז נישט געווען. פארוואס? וויבאלד ער איז געווען פּראטעקטעד און איז שוין געווען אימיונד נאך פאר די ווירוס.

די חלום פון כינע איז צו קאנטראלירן די גלאבאלע עקאנאמיע דורך קויפן שעיר'ס פון לענדער אויפן שוועל פון אן ערנסט עקאנאמיש קריזיס. נאך א שטיק צייט גייט טשיינע מעלדן אז זייער ריסערטשערס האבן געפֿונען א היילונג פֿאַר דעם ווירוס.

 דער דאקטאר וועלכער האָט דערקלערט אז דער ווירוס איז געמאכט געווארן אין א לאבאראטאריע אין כינע איז שטיל געווארן דורך די כינעזישע אויטאריטעטן ...
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

טראק דרייווער
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: קאראנע אין קאנסיפיראציעס;

תגובהדורך טראק דרייווער » מאנטאג מארטש 30, 2020 2:02 pm

סטיטשינער קיין איינס פון דיינע קשיות איז מיר נישט צו שטארק שווער, וואס זאל איך דיר זאגן. אנגעפאנגען ביי פארוואס אין וואהאן איז שוין אפן די געשעפטן (פשוט ווייל די וויירוס איז שוין פארטיג דארט) און געענדיגט ביי פארוואס בעיזשינג איז נישט אנגעשטעקט (פשוט ווייל עס דא דארט טעראריסטישע מיטלען צו קאנטראלירן דעם עולם).

און אזוי אויך אלע דיינע קשיות, קען האבן פשוט'ע זאכליכע תירוצים.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: חבצלת השרון, חנוך און 14 געסט