תגובהדורך eller » מיטוואך פאברואר 24, 2021 5:48 pm
לאנדאן - א אינטערעסאנטן מעשה דרייט זיך ארום די טעג: פאליציי זענען ארויס גערופן געווארן צו א אידישע חתונה וועלכע איז געפראוועט געווארן אין די קאראנע צייטן און איז נישט נאכגעקומען די קאראנע פארשריפטן. ווען די פאליציי זענען אבער אנגעקומען האט מען פונקט געהאלטן ביי די מצוה טאנץ און די פאליציאנטן האבן געזען ווי מען טאנצט מיט די כלה מיט א לאנגן גארטל שטייענדיג ווייט אפגערוקט... די פאליציי האט פארשטייט זיך נישט געשטערט די שמחה און האבן געזאגט אז זיי וועלן באטראכטן צו געבן ערלויבעניש פאר חתונות ווי מען טאנצט מיט אזא שטארקע סאשעל דיסטענסינג...
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די
תפילת תודה