וויירוס און באקטעריע וואס איז דאס?

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

וויירוס און באקטעריע וואס איז דאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

די וועלט קאכט זיך ס'דרייט זיך ארום א וויירוס מענטשן האבן מורה ארויסצוגיין אויף די די גאס, לאמיר פארשטיין וואס איז דאס א וויירוס? וואס איז דאס א בעקטעריע? און וואס איז דאס א אינפעקציע?

קודם לאמיר פארשטיין ווי אזוי א בעל חי איז צוזאם געשטעלט און דערנאך לאמיר אריבער גיין צום בעקטעריע.

א מענטש איז צוזאמען געשטעלט פון א גאנצע ארגעניזם דהיינו ער איז צוזאם געשטעלט פון עטליכע סיסטעם'ס וואס ארבעטן אינאיינעם , למשל ער האט די רעספעטארי סיסטעם וואס גיבט זעך אפ מיט זיין אטעמען , ער האט די פארדייאינג סיסטעם וואס גיבט זיך אפ מיט די מאכלים וואס ער עסט , ער האט די רייניגונג סיסטעם וואס געבט זיך אפ מיט אויסרייניגען די בלוט , ער האט די אימיון סיסטעם וואס גיבט זיך אם מיט אויספייטן מחלות אא''וו.
יעדע סיסטעם האט איין אדער עטליכע ארגאנען וואס נעמט קעיר פון יענע סיסטעם למשל די רעספעטארי סיסטעם האט די לונגען , די פארדייאונג סיסטעם האט די מאגן און די לעבער, די רייניגונג סיסטעם האט די נירן אא''וו.

יעדע ארגאן איז צוזאם געשטעלט מיט אסאך קליינע צעלן דאס איז אזויווי די ציגל מיט וואס א מענטש א ציזאמען געשטעלט. די צעלן זענען גאר גאר קליין מ'קען עס נאר זעהן מיט א מייקראסקאפ. (יעדע מענטש איז ציזאם געשטעלט פון בערך 32 טריליאן צעלן.)

יעדע ארגאן האט זיך זיינע סארט צעלן ספעציעל געמאכט פאר די ארגאן אים ארויסציהעלפן מיט זיין תפקיד וואס ער האט צו טאן , למשל א צעל פון די הארץ איז אנדערש ווי א צעל פון די לעבער.
יעדע צעל פון יעדע ארגאן דארף צוקומען צו די גאנצע ארגעניזם אים ארויסצוהעלפן ער זאל קענען בלייבן לעבן , למשל ער מיז ציקומען צו די רעספעטארי סיסטעם זאל אים ברענגן אקסיגען , אזוי אויך מיז ער צוקומען צו בלוט און די די נירן זיי זאלן אים אויסרייניגען אא''ו.

יעדע מענטש וואקסט דאך, אזוי אויך בלייבט קיין איין צעל נישט לעבן פאר צו לאנג, צוליב דעם האט די באשעפער געמאכט אז די צעלן האלטן זיך אינאיין צוטיילן צו צווי צעלן , די טאטע ווערט צוטיילט און צוויי ס'ווערט געבוירן צוויי קינדער.
יעדע צעל האט אין זיך די DNA וואס דאס האלט די אינפארמאציע פון אלע צעלן אזוי ווערן אלע צעלן אויפגעבויעט לויט די בלו פרינט פון די DNA.

ס'איז אבער דא א צווייטע סארט צעל ער איז געבויעט אויף סאך א פשוטערע אופן, ער דארף נישט צוקומען צו א גאנצע ארגעניזם ער מאכט שבת פאר זיך, ער איז א איינצעלנע צעל ער שוועבט אין די ליפטן. דאס ווערט אנגעריפן א בעקטעריע. ער איז גאר קליין ער קען האבן עטליכע סארט פארעם'ס ער קען זיין רינדעכיג ער קען זיין לענלעכדיג אא''וו.
באקטעריע געפינט זיך איבעראל ער געפינט זיך אויף זאמט ער געפינט זיך אין וואסער ער געפינט זיך אין בע''ח, ס'איז דא זייער אסאך סארטן בעקטעריעס, אין איין גראם פון זאמט געפינט זיך דארט 40 מיליאן באקטעריע צעלן. די באקטעריע צעלן טיען זיך אויך צוטיילן (אזויווי א מענטשליכע צעל) און זיי פארמערן זיך זייער שנעל געוויסע בעקטעריע קענען זיך דאפלען אזוי שנעל ווי 9 מיניט. אסאך באקטעריעס האבן פון אינטן אזא סארט וויידל וואס העלפט זיי זיך צו ריקען פון אייו פלאץ צום צווייטען.

קיין שום בע''ח קען נישט לעבן אן די הילף פון בעקטעריע למשל יעדע צעל דארף צוקומען צו ווייטעמין B12 דאס באקומט ער נאר מיט די הילף פון באקטעריע,
אין א מענטש געפינט זיך די בעקטעריע בעיקר אין די קישקע זיי העלפן אים פארדייען די עסן וואס איז אים שווער צו פארדייען .

רוב באקטעריע וואס געפינט זיך אין א מענטש איז נישט שעדליך פארקערט זיי העלפן אין גאר ארויס. ס'איז אבער דא געוויסע סארט באקטעריע וואס איז יא שעדליך וואס זיי קענען גורם זיין אינפעקשאנס פאר א מענטש.(המשך יבוא)
לעצט פארראכטן דורך טוב לב אום מאנטאג מארטש 02, 2020 11:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עם הארץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:31 am
לאקאציע: נישט ביי זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם הארץ »

Wow. Very informative.
Waiting for the 2nd half
Tnx
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

ווארט מיט שפאנונג
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

דבר בעתו מה טוב

שרייבסט זייער קלאר, שכח
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

פונקט ווי מענטשליכע צעלן וואס האבן א מעטאבעליזם דאס מיינט זיי דארפען צוקומען צו נוטריענס צו קענען לעבן און וואקסן און געבוירן פרישע צעלן , די זעלבע זאך איז מיט באקטעריע צעלן זיי דארפן אויך האבן שפייז צו קענען לעבן.

ווי אזוי באקומען זיי עס?
זיי האבן א גוטע עצה זיי כאפן זיך אריין און א מענטש אדער א אנדערע בעל חי און זיי לעבן פון די שפייז וואס איז דא אין א מענטשליכע צעל, זיי גנבנען ארויס פון די מענטשליכע צעל לאמיר זאגן ציקער צו אנדערע נוטריענס און אזוי לעבן זיי און זיי פארמערן זיך דארט אין די מענטש מיט דעם שעדיגן זיי די מענטשליכע צעלן. אבער ס'ענדיקט זיך נישט מיט דעם נאכדעם וואס זיי ענדיגען אפעסן געבן זיי ארויס א געוויסע סארט עסיד וואס די עסיד שעדיקט מער צעלן אזוי מאכן זיי אן א חורבן אין די מענטש און די מענטש באקומט א דיזיעס און ער ווערט קראנק.

לאמיר גיין שטאטעלך און זעהן ווי אזוי עס פאסירט.
איינער פון די מערסט באקאנטע באקטעריע אינפעקציעס הייסט tuberculosis און קורצן רופט זיך עס TB , איין און א האלב מיליאן מענטשן שטארבן א יאר פון TB. די באקטעריע לעבט אין די לונגען און צוביסלעך שעדיקט ער די לונגען.
ווי אזוי באקומט א מענטש TB? זייער פשוט ער שטייט לעבן א מענטש וואס האט TB
און ער אטעמט אריין די לופט וואס יענער האט ארויגעאטעמט וואס אין די לופט איז דא אביסעל פון די באקטעריע , און דאס גייט אריין אין זיין לונגען. גלייך ווען די באקטעריע קומט אן אין זיין לונגען הייבט זיין אימיון סיסטעם צו ארבעטן ,די אימיון צעלן הייבן אן איינצושלינגען די באקטעריע צעלן אזוי פרובירט ער אים צו הרגנען, אויב ס'געלונגט זיי איז גוט די מענטש ווערט אויסגעהיילט, אבער אסאך מאל געלונגט עס אבער נישט די באקטעריע לעבט איבער די מלחמה . נאר אזווי זיי זענען יעצט געפאנגען אין די אימיון צעלן קענען זיי זיך נישט צושפרייטן און מאכן שאדן פאר די מענטש , דאס ווערט אנגערופען לעיטנד אינפעקציע די באקטעריע איז אין די מענטש אבער זיי זענען נישט אקטיוו זיי קענען נישט אנמאכן שאדנס פאר די מענטש. ס'ווערט געשאצט אז אזויפיל ווי א פערטל פון די מענטשן פון די וועלט זענען אנגעשטעקט מיט די TB לעיטנד אינפעקציע. די פראבלעם מיט לעיטנד אינפעקציע איז אז נאך א שטיק צייט קען די באקטעריע צוברעכן די אימיון צעל און ער קען ווערן צוריק אקטיוו און ווייטער אנהויבן וואקסן און קראנק מאכן די מענטש.
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

Antibiotic

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

אין יאר 1928 האט א פארשער מיטן נאמען Alexander Fleming אויסגעטראפען די עשטע מעדעצין וואס זאל העלפן די אימיון סיסטעם אויספייטען די שעדליכע באקטעריע.

ווי אזוי האט ער עס געטראפען?
דארט אין זיין לעב איז געוואקסן א געוויסע סארט פאנגאס (שימל), דורך א צופאל האט זיך אביסעל פון די פאנגאס זיך אריינגעכאפט אין זיין עקספערימענט און ער האט באמערקט אז אין די פלאץ ווי די פאנגאס וואקסט דארט שטארבן די באקטעריע. מיט די פאנגאס האט ער צוזאם געשטעלט די ערשטע אנטיביאטיק מעדעצין וואס הרגעט די באקטעריע, מ'האט עס א נאמען געגעבן פענעצילן. שפעטער אין יאר 1945 האט ער באקומען די נאבעל פרייז פארן ראטעווען אומצאליגע מענטש'נס לעבן.
די מעדעצין הרגעט די שעדליכע באקטעריע דורך צוויי וועגן, די ערשטע וועג איז דורך אפשוואכן די וואנט פון די באקטעריע אז די וואנט זאל זיך צוברעכן אין די באקטעריע זאל שטאבן, די צווייטע וועג איז דורך אים צוריק האלטן ער זאל זיך נישט קענען פארמערן.

יעצט פארשטייען מיר שוין וואס באקטעריע איז אבער וואס איז דאס א וויירוס?
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

איידער מיר גייען צו צום וויירוס לאמיר פאר איין מוניט צוריק גיין צו די מענטשליכע צעל כדי אונז זאלן בעסער קענען פארשטיין ווי אזוי א וויירוס ארבעט. א מענטשליכע צעל איז צוטיילט און צוויי חלקים איין חלק ווערט גערופען די נוקליעס דאס איז אזויווי די מח פון די צעל דארט געפינט זיך די DNA, די DNA האט אין זיך די קאוד'ס וואס זאגט פאר די צעל וואס צו טאן. אינדרויסען פון די נוקליעס געפינט זיך אזוי ווי די פעקטארי פון די צעל דארט מאכט די צעל אלעס וואס די DNA הייסט אים צו מאכן (א גאנצע צייט זענען דא שלוחים וואס לויפן פון די DNA צו די פעקטארי און הייסן זיי וואס צו טאן.) די צעל איז ארום גענימען מיט אזא הייטל וואס לאזט נישט קיין פרעמדע עלעמענטן זיך אריינכאפן אין די צעל, אבער די הייטעל האט אזעלעכע קליינע טירעלעך וואס פון דארט קען ער אריין נעמען געוויסע ענזיימס אד''ג. די טירעלעך ווערן אנגערופען ריסעפטערס יעדע סארט צעל האט א אנדערע סארט ריסעפטער זיכער צו מאכן אז נאר די ענזיימס וואס פעלט זיך אויס פאר די צעל קענען אריינגיין (אזוי ווי אין א קאמפיוטער ביי די USB סלאט קען מען נאר אריינשטעקען א USB נישט קיין אנדערע זאכן.)
בילד
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

נו וואס איז שוין א וויירוס?

אנדערש ווי א מענטשליכע צעל אדער א באקטעריע צעל וואס זיי ביידע זענען לעבעדיגע צעלן זיי עסן זיי וואקסן זיי געבוירן פרישע צעלן. איז די וויירוס צעל בכלל נישט אזוי ער איז ממש ווי א טויטע זאך ער עסט נישט ער וואקסט נישט און ער פארמערט זיך אויך נישט ער האט נישט קיין שום חיות און זיך, ער איז אסאך קלענער ווי א מענטשליכע אדער א באקטעריע צעל( א באקטעריע צעל קען אמאל זיין 200 גרעסער ווי א וויירוס ) ער פארמאגט נאר איין זאך אין זיך דאס איז זיין DNA (וואס דארט ליגט די קאוד ווי אזוי ער איז צוזאמען געשטעלט).

איינמאל א מענטש אטעמט אריין א וויירוס אין זיך לויפט די וויירוס צו צי די מענטשליכע צעל דארט ווי די צעל האט זיין ריסעפטער און ער שטיפט אריין זיין DNA אין די מענשליכע צעל.
איינמאל די וויירוס DNA געפינט זיך שוין אין די מענטשליכע צעל פירט ער דורך א היי דזשעקינג ער לויפט גליייך צו צי די פעקטערי פון די צעל און ער באפעלט אים צו אנהויבן פראדעצירן פרישע וויירוסעס, און די צעל האט נעבעך נישט קיין ברירה ער מיז פאלגען וואס די וויירוס DNA באפעלט אים (אסאך מאל איז ער נאך מער חוצפדיג ער באפעלט פאר די צעל אז ער זאל הרגנען זיין אייגענע DNA כדי ער זאל זיין אינגאנצען בעה''ב פון די צעל) אזוי ווערן געבוירן פרישע וויירוסעס אינעווייניג אין די מענטשליכע צעל .
איינמאל די צעל איז שוין אנגעפילט מיט אסאך פריש געבוירענע וויירוסען קראכט זיך די צעל אויף אין די אלע צענליגע ווירוסען לויפן צו אנדערע צעלן אין זיי טיען איבער די זעלבע שפיל. אזוי ווערן אסאך צעלן פון די מענטש געשעדיגט און די מענטש ווערט קראנק.

יעצט פארשטייט מען שוין פארוואס אנטיביאטיק העלפט נישט פאר א וויירוס ווייל אנטיביאטיק קען נאר הרגענען לעבעדיגע צעלן אזויווי באקטעריע, אבער א וויירוס ער איז דאך קיינמאל נישט געווען לעבעדיג אז די זאלסט אין קענען הארגענען.

די איינציגסטע וועג געזינט צו ווערן פון א וויירוס איז נאר ליגן אין בעט און ווארטן אז די אימיון סיסטעם זאל אויספייטען די מחלה.
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

א בילד ווי די קאראנע וויירוס אטאקירט די מענטשליכע צעל.
בילד
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

די וויירוס דריידט זיך ארום פריי אין די מענטש און ער זיכט וועלעכע צעלן ער קען אנשטעקן ער איז אבער לימיטיד ער קען נישט אנשטעקן וועלעכע צעל ער וויל ,
פארוואס?

ווי אונז האמער געשמיעסט האט יעדע צעל אנדערע סארט ריסעפטער, די וויירוס קען נאר אריינלייגען זיין DNA אין די צעל וואס די צעל'ס ריסעפטער מעטשט מיט זיין אייגענע ריסעפטערס נאר אזוי וועט ער קענען אריינשטיפען זיין DNA אין יענע צעל.
בילד

צוליב דעם זעהט מען אסאך מאל אז די וויירוס וועט נאר שעדיגען געוויסע בעלי חיים און נישט קיין מענטשן ווייל די ריסעפטער פון די מעטשליכע צעלן מעטשן נישט מיט די ריסעפטער פון די וויירוס מאכט זיך אבער אסאך מאל וואס די וויירוס טוישט זיין ריסעפטער אז ס'זאל יא מעטשן מיט די מענטש'ןס ריסעפטער וואס דאן קען שוין יא די מענטש ווערן אנגעשטעקט פון די וויירוס.

ממש דאס האט פאסירט מיט די קאראנע וויירוס אנהויב האט ער נאר געקענט אנשטעקן פלעדערמויז'ן פון דארט איז ער אריבער צו אנדערע בעלי חיים ביז ער האט איבערגעארבעט זיין ריסעפטער אז ער זאל שוין אויך קענען שעדיגען מענטשן און אויך נאר די צעלן פון זיין לונגען.

ווילאנג ער איז אינדרויסען פון די מענטשן איז ער ווי א טויטע זאך ער קען זיך נישט פארמערן אבער איינמאל ס'כאפט זיך אריין אפילו איין וויירוס אין א מענטש דאן הייבט ער אן צו וואקסן אין די טויזענטער און פון דארט כאפט ער זיך אריבער צו אנדערע מענטשן ביז ס'ווערט א עפידעמיע רח''ל.

אמעריקע האט אוועק געלייגט סעמפלס פון געוויסע גאר שעדליכע וויירוסעס אזוי ווי סמאלפאקס אד''ג .די באשעפער זאל שומר ומציל זיין אויב אפילו איין וויירוס כאפט זיך אריבער צו א מענטש.
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

Wow!!! זייער שיין און קלאר אראפ געלייגט דעם גאנצן קאנצעפט דערפון. געליינט מיט דארשט...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

מוריאדיג מוראדיג רייכע אינפארמאציע, יישר כח גדול
ברענגט נאך...
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

אלטער האט געשריבן:Wow!!! זייער שיין און קלאר אראפ געלייגט דעם גאנצן קאנצעפט דערפון. געליינט מיט דארשט...
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

יישר כח, זייער קלאר און אינפארמאטיוו!

איך וויל נאר וויסן צו דאס איז אויך וויאזוי אנדערע קרענק ארבעטן?

למשל אויף יענע מעשה רח"ל האב איך אויך אמאל געהערט אזא עקספלענעישן בערך, אויב אזוי פארוואס כאפט זיך דאס נישט אריבער פון איין מענטש צום אנדערן (ה"י אויב יא, איך פרעג נאר)
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
גליקליכע ברודער
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 27, 2019 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליקליכע ברודער »

זייער שיין מסביר געוועהן. איין קשיא, אויב איז א וויירוס א 'טויטע' זאך (ווי איר האט מסביר געוועהן), וואס איז פשט אז מ'זאגט אז דער וויירוס קען נאר 'לעבן' אויף א בע"ח, אויב איז עס נישט אויף א בע"ח שטארבט עס אפ נאך 72 שעה, וואס שטארבט? עס איז דאך א טויטע זאך?!
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

גליקליכע ברודער האט געשריבן:זייער שיין מסביר געוועהן. איין קשיא, אויב איז א וויירוס א 'טויטע' זאך (ווי איר האט מסביר געוועהן), וואס איז פשט אז מ'זאגט אז דער וויירוס קען נאר 'לעבן' אויף א בע"ח, אויב איז עס נישט אויף א בע"ח שטארבט עס אפ נאך 72 שעה, וואס שטארבט? עס איז דאך א טויטע זאך?!

ער איז טאקע נישט לעבעדיג ער קען זיך אבער נאר האלטן פריש אין א געוויסע ענוויירעמענט, יעדע סארט וויירוס האט זיך זיין צייט ווילאנג ער קען לעבן אינדרויסען פון א לעבעדיגע בע''ח ס'איז דא וואס קענען לעבן אפאר סקונדעס און ס'איז דא וואס קענען לעבן יארן, אבער זיך פארמערן דאס קען ער נאר אין א לעבעדיגע בע''ח.
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

יענע מעשה איז א מסכתא פאר זיך. און קורצן איז ער אנדערש ווי א בעקטעריע אדער וויירוס וואס זענען דרויסענדיגע עלעמענטן וואס שעדיגען זיין צעל , איז אבער ביי יענע מעשה די צעל אליין ווערט געבוירן קראנק.
דאס איס עפעס וואס האלט אין איין געשען צוליב דעם האט דער באשעפער אריינגעלייגט א מעקעניזם אין די צעל אז אויב ער זעהט אז ער דעוועלעפט זיך נישט ווי ס'דארף צו זיין זאל ער זיך אליינס הרגנען . יענע מעשה הייבט זיך אן ווען די צעל לעבט איבער די אטאקע און ער געבוירט פרישע קראנקע צעלן אזוי צושפרייט זיך עס .
אבער ווי געזאגט איז עס נישט אזויווי א וויירוס וואס מ'קען איבער געבן פאר א צווייטן.
גליקליכע ברודער
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 27, 2019 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליקליכע ברודער »

א קליין ווידיאוי וואס טוט אויסשפילן וואס אונזער דאקטאר האט אונז שיין מסביר געוועזן
https://drive.google.com/file/d/1uF3F-x ... sp=sharing
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

שכוח פארן ברענגען.
אויב די קוקסט גוט קענסטו זעהן געוויסע זאכן אביסל אנדערש ווי איך האב געזאגט למשל זיי ווייזן אז די וויירוס גייט אינגאצן אריין אין די צעל ,אנדערש ווי איך האב גאזאגט אז נאר די DNA גייט אריין.
אבער ס'איז נישט קיין סתירה ווייל יעדע סארט וויירוס האט זיך זיין וועג וויאזוי ער ארבעט.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ייש"כ פאר די שיינע און קלארע באריכט
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

ש מו האט געשריבן:ייש"כ פאר די שיינע און קלארע באריכט
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

זייער שיין און אינפארמאטיוו
אוועטאר
בן ימיני
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 02, 2018 9:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן ימיני »

wow מה רבו מעשיך השם
ייש"כ פאר די קלארע און אינפארמאטיווע אינפארמאציע
און פאר די שיינע קליפטשא
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

יישר כח פאר אלע וואס האבען זיך באדאנקט.
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

ס'איז דא א געוויסע סארט וויירוס וואס ער הייסט א רעטראוויירוס. א רעטראוויירוס ארבעט אזוי, ער גייט אריין אין די צעל פון א בע''ח און די וויירוס DNA גייט אין ער קלעבט זיך צו צי די DNA פון די בע''ח און זיי ווערן אזויווי איין גרויסע DNA. די צעל האט נישט קיין השגה וואס די וויירוס האט דא אפגעטוהן און ער צוטיילט זיך און ער שאפט פרישע צעלן וואס אלע צעלן גייען שוין יעצט האבן א קאפי פון די וויירוס DNA . ביז פלוצלינג הייבן אלע צעלן אויפאמאל אן צו פראדעצירן וויירוסעס.
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”