וויירוס און באקטעריע וואס איז דאס?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

תגובהדורך טוב לב » מאנטאג מארטש 09, 2020 11:20 am

לאמיר א מוניט צוריק גיין צום באקטעריע . פאר די באקטעריע אינפעקציע האבן מיר געשמועסט אז מיר האבן א גוטע מעדעצין וואס הייסט אנטיביאטיק.
העלפט טאקע אנטיביאטיק אייביג? די ענטפער איז ניין. ווייל די עיקר וועג ווי אזוי אנטיביאטיג ארבעט איז אז ער שוואכט אפ די הייטל וואס נעמט ארום די באקטעריע אזוי אז די הייטל זאל זיך צורייסן און די באקטעריע זאל שטארבן , אבער מיט די צייט הייבט די וויירוס או איבערצוקליגען די אנטיביאטיק ער הייבט אן זיך אויפצובויען א שטארקע הייטל אזוי אז די אנטיביאטיק זאל אים נישט קענען שעדיגען , דאס ווערט אנגערופען אנטיביאטיק רעזיסטענס און דאס ווערט מיט די צייט ערגער און ערגער. Alexander Fleming בשעת ער האט באקומען זיין נאבעל פרייז פארן טרעפען אנטיביאטיק האט ער דעמאלט גערעדט און ער האט דאן אדרעסירט די פראבלעם און געזאגט אז אנטיביאטיק איז נאר א צייטווייליגע ישועה.
ס'איז אבער דא א צווייטע מעדעצין וואס קען העלפן קעגן באקטעריע אינפעקציעס
וואס באמת פלעגט מען עס שוין ניצן איידער מ'האט אויסגעטראפן אנטיביאטיק , דאס ארבעט אז מ'נעמט א געוויסע וויירוס וואס ער אטאקירט בלויז די באקטעריע צעלן , ווען מ'גיבט עס פאר א מענטש וואס האט א באקטעריע אינפעקציע דאן גייען אלע באקטעריע צעלן שטארבן און דער מענטש גייט ווערן אויסגעהיילט.ס'איז דא אסאך וואס ארבעטן צוריק צוברענגען די מעדעצין צוליב וואס אנטיביאטיק רעזיסטענס האלט זיך אין איין שטארקן.

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15219
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג מארטש 15, 2020 5:36 am

;l;p- ;l;p-
דיו טו קאוויד קענען מיר קיין אינטערשריפט נישט ארויפלייגן. מיט פארשטענדעניש.

אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

אימיון סיסטעם

תגובהדורך טוב לב » זונטאג מארטש 15, 2020 1:17 pm

לאמיר פארשטיין אביסעל ווי אזוי די אימיון סיסטעם ארבעט און זעהן וואספארא שטארקע מיליטער דער באשעפער האט אריינגעלייגט אין א מענטש זיכער צו מאכן אז די מענטש בלייבט געזונט.

הייבן הייבט זיך עס אן מיט די גרויסע פאנצער וואס נעמט ארום די מענטש דאס איז די הויט וואס חוץ פון דעם וואס ער איז שטארק און ער לאזט נישט אדורך קיין שום וויירוס אדער באקטעריע האלט ער נאך אלס אין איין שוויצען וואס דאס שווענקט אראפ די באקטעריע ,אזוי אויך ליגט אין די שוויץ א געוויסע ענזיים וואס הרגעט וויירוסעס און באטעריע.

אבער א מענטש האט דאך פלעצער וואס זענען יא אפען צו די דרויסענדע וועלט אזוי ווי זיין מויל,נאז, וואס דארט קען זיך יא גרינג אריינכאפן באקטעריעס. האט דער באשעפער געמאכט אז יעדע פלאץ וואס איז אפען צי די דרויסענדע וועלט איז דא דארט פייכטיקייט וואס דארט איז דא א ענזיים וואס הרגעט אלע באקטעריעס דאס נעמט אריין די מויל, נאז, אויגן, אויערן,

וואס טוט זיך אבער אויב די באקטעריע ברעכט יא אדורך די פאנצער ,למשל די מענטש באקומט א שניט און א באקטעריע כאפט זיך אריין. דאן פאסירט א אונטערעסאנטע זאך די געשעדיקטע צעלן גיבן ארויס אזא סארט קעמיקעל ווי צו זאגן אז די פלאץ איז יעצט געשעדיקט געווארן און ס'איז שטארק מעגליך אז א פארברעכער האט זיך דא אריינגעגנבט און מ'מיז זעהן באצייטענס פטור צו ווערן פון אים. די קעמיקעלס גייען ביז צו די נאנטסטע בלוט וועסל (די גאנצע קערפער איז ארום גענימען מיט אסאך קליינע בלוט וועסל'ס ווי די בלוט לויפט אדורך) און די קעמיקעלס שטיפען זיך אריין און די בלוט וועסל ,און די וועסל ווערט אויפגעשוואלען און ס'הייבט אן ארויסציליעקען פון די ווייסע בלוט צעלן(די בליט פון א מענטש איז צעטיילט און צווי חלקים אייינס איז רויטע בלוט צעלן און די צוויטע איז ווייסע בלוט צעלן. די ווייסע בלוט צעלן זענען די מיליטער פון די אימיון סיסטעם צו הרגענען אלע נישט געזונטע באקטעריעס.)
איינמאל די ווייסע בלוט צעלן זענען אינדרויסען גייען זיי גלייך צו די געשעדיקטע פלאץ און הייבען אן האקן רעכטס און לינקס אן רחמנות. אונז קענען זעהן ווי די פלאץ ווערט רויט ס'ווערט אויפגעשוואלען ס'טוט וויי ס'שוויטצט דאס איז א סימן אז ס'גייט דארט פאר א ערענסטע מלחמה.

אבער וואס טוט מען אויב די וויירוס אדער באקטעריע לעבן איבער די אטאקע און זיי נעמען זיך וואקסן מיט א שנעלקייט?

אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

תגובהדורך טוב לב » מאנטאג מארטש 16, 2020 1:09 am

יעצט אז די אימיון סיסטעם זעהט אז די וויירוס איז איבערגעקומען די אלגעמיינע סאלדאטן ,און די וויירוס וואקסט און פארשפרייט זיך מיט א שנעלקייט מיז ער גיין צו פלען B ,ער גייט יעצט אויפבויען א מיליטער ספעציעל דעזיינט פאר די ספעסיפיק וויירוס.
הייבן הייבט זיך עס אן גלייך ווען די וויירוס רוקט זיך אריין אין די מענטש איז דא דארט אזעלעכע גרויסע צעלן מיטן נאמען אנטידזשינס. גלייך ווען ער באמערקט אז א וויירוס ריקט זיך אריין לויפט ער גלייך צו צי די וויירוס און ער עסט אים אויף (ער פאר זיך איז ווייט נישט געניג שטארק אויפציעסן די אלע מיליאנען וויירוסען אבער זיין ארבעט איז קריטיש וויכטיג ווי ענק וועלן שפעטער זעהן) נאכן אויפעסן די וויירוס נעמט ער א קליין סעמפל פון די וויירוס און ער שטעלט אים ארויס אינדרויסען אויף א קליינע סטעידזש ווי צי זאגן פארן עולם איך האב געכאפט דא א באנדיט מן הסתם האט ער נאך חברים וואס דרייען זיך דא ארום איך דארף הילף פטור צו ווערן פון אים. לאמיר עס רופען די אנטידזשין סעמפל.

יעצט לאמיר צוקומען צו די מוראדיגע נפלאות הבורא און זעהן ווי השי''ת האט אנגעגרייט די רפואה פאר די מכה.
אין די ביין פון א מענטש ווערט באשאפען ספעציעלע צעלן פאר די אימיון סיסטעם בעיקר ווערט דארט באשאפן צוויי סארטן צעלן איינס הייסט B צעלן און די צווייטע היסט T צעלן.
ביידע סארט צעלן האבן אויף זייער ריסעפטערס אזויווי קליינע הענטעלעך. אבער יעדע צעל האט א צווייטע סארט הענטעלע. אזוי ווערט דארט באשאפען ביליאנען B און T צעלן וואס יעדע צעל האט א צווייטע סארט הענטל ,ס'ווערט דארט באשאפען אזוי סאך ווי צען ביליאן סארטן צעלן וואס יעדע צעל האט א צווייטע סארט הענטל , אז זיי זאלן זיין גרייט צו קענען דיטעקטן יעדע סארט וויירוס, באקטעריע, פארזיטן,קעמיקעל,קענסער, בקיצר יעדע סארט אימגעווינטשענע גאסט זאלען זיי קענען דיטעקטען מיט זייער הענטל.
נאכדעם וואס די B און T צעלן זענען גרייט שטעלן זיי זיך ביי די לימפ נאודס דאס זענען אזעלעכע סטאנציעס אין די גוף (די לימפ סיסטעם איז אזויווי די אפלויף סיסטעם ווי אלע געשעדיקטע און טויטע צעלן לויפן אדורך)
דארט אין די לימפ נאודס שטעלן זיי אויף א ראוד בלאק און זיי הייבען אן צו דיטעקטאן יעדע עלעמענט וואס לויפט דארט אדורך. יעדע B צעל טשעקט צו זיינע הענטעלעך מעטשט מיט די צעל-באקטעריע-וויירוס וואס לויפט דארט אדורך אזוי גייט אדורך א שטיק צייט ביז פליצלינג בום איין B צעל באמערקט אז זיין הענטעלע מעטשט מיט די ווירוס וואס לויפט יעצט דא אדורך . ער ווערט זייער פריילעך ער וויל שוין אנהויבן צו געבוירען פרישע B צעלן אין אנהויבען האקן רעכטס און לינקס , אבער איין מוניט ווער זאגט אז דאס איז א שעדליכע וויירוס אפשר איז ער א וויכטיגע פרוטין וואס פעלט זיך וויכטיג אויס פארן גוף??

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3520
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מאנטאג מארטש 16, 2020 4:28 pm

שרייב שרייב! דו שרייבסט זייער גוט! כ'האב הנאה צו ליינען. קלאר אין אינפארמאטיוו!

אוועטאר
Silent
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 03, 2013 11:41 am

תגובהדורך Silent » מאנטאג מארטש 16, 2020 4:51 pm

חידושים נפלאים. יישר כח

גליקליכע ברודער
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 27, 2019 9:37 am

תגובהדורך גליקליכע ברודער » מאנטאג מארטש 16, 2020 4:55 pm

באמת גוט געשריבען, רייך און באלערענד
איין הערה מינו"ט שרייבט מען מיט די יו"ד קודם די וא"ו

מילא
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 2:21 pm

תגובהדורך מילא » מאנטאג מארטש 16, 2020 8:43 pm


אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 17099
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דינסטאג מארטש 17, 2020 9:43 am

גליקליכע ברודער האט געשריבן:א קליין ווידיאוי וואס טוט אויסשפילן וואס אונזער דאקטאר האט אונז שיין מסביר געוועזן
https://drive.google.com/file/d/1uF3F-x ... sp=sharing

נישט פאר שוואכע הערצער!
האב איך געהאט חלומות דעי נאכט!
נישט געקענט שלאפן מער פון א שעה אין א צוה..
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.

אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

תגובהדורך טוב לב » דינסטאג מארטש 17, 2020 10:20 am

נאכן דיטעקטען די וויירוס האט די B צעל א שווערע דילעמע וואס זאל ער יעצט טאן? ער איז כמעט זיכער אז דאס איז א וויירוס וואס מ'דארף באצייטנס פטור ווערן פון אים אבער פון די צווייטע זייט אפשר איז ער א געזונטע צעל ,ענזיים,פרויטין, און אויב ער גייט אנהויבן מלחמה צו האלטן מיט אים קען ער אנמאכן שווערע שאדנס פארן מענטש (ווען די אימיון סיסטעם מאכט א טעות און ער הייבט אן מלחמה צו האלטן מיט די געזונטע חלקים פון די מענטש דאן ווערט עס אנגערופען א autoimmune disease די מחלה קען זיין גאר טויטליך ה''י)
די B צעל גייט און ער עסט אויף די וויירוס, נאכן אויפעסן די וויירוס נעמט ער א קליין סעמפל פון די וויירוס און ער שטעלט אים ארויס אינדרויסען אויף א קליינע סטעידזש (אזוי ווי די אנטידזשין האט געטאן) מיט דעם לאזט ער וויסען פארן עולם אז ער האט יעצט געטראפען עפעס און ער איז רוב זיכער אז ער איז א שעדליכע וויירוס אויב נאך איינער טרעפט אים און ער האלט אויך אז ער איז שעדליך זאל ער מיל לאזן וויסען באצייטענס און איך וועל נעמען עקשאן.

און די זעלבע צייט גייט די אנטידזשין (מיט זיין סעמפל וויירוס אויף זיך) און ער ריקט זיך אריין אין די לימפ נאודס און ער ווערט דיטעקטאד דורך די T צעלן, יעדע T צעל טשעקט אויב זיין הענטעלע מעטשט מיט די וויירוס סעמפל אןיף די אנטידזשין . פליצלינג בום איין T צעל באמערקט אז זיין הענטל מעטשט מיט די סעמפל וויירוס וואס איז אויף די אנטידזשין.
הייבט ער אן צו באשאפען אסאך T צעלן(די סארט T צעלן ווערן אנגערופען העלפער T צעלן) וואס אלע האבן שוין די זעלבע הענטל וואס מעטשט מיט די סעמפל וויירוס און זיי לאזן זיך ארויס אויפן וועג אויפציזיכען די B צעל צו טשעקן אויב די B צעל סעמפל וויירוס מעטשט מיט די אנטידזשין סעמפל וויירוס.
נאכן טרעפען די B צעל און זיי זעען אז ביידע סעמפל וויירוסעס מעטשן טאקע , דאן גיבן זיי א צייכן פאר די B צעל אז די מצב איז זייער ערנסט און מ'דארף שנעל אנהויבן טוהן למעשה.

גלייך הויבט די B צעל אן צו באשאפען טויזענטער פרישע B צעלן מיט די זעלבע הענטל וואס מעטשט מיט די וויירוס.

יעצט ווערט דא א שטיקעל יחץ.

א חלק B צעלן ווערן אוועק געלייגט צו זיין גרייט אויף סטענד ביי אז אויב דער מענטש וועט נאך אמאל באקומען די וויירוס אפילו צען יאר ארום זאלן זיי גלייך זיין גרייט צו באקעמפן די וויירוס און נישט פארלירען טייערע צייט (זיי ווערן אנגערופען מעמערי צעלן) דאס מיינט אז א מענטש ווער אימיונט צו א וויירוס.

די צווייטע חלק B צעלן זיי ווערן אזויווי פעקטאריס צו באשאפען מיליאנען הענטעלעך (וואס מעטשט מיט די וויירוס) זיי ווערן אנגערופען אנטיבאדיס און זיי לויפן ארום אויפזיכען די אלע מיליאנען וויירוסעס און זיי קלעבן זיך צו צי די וויירוס, וואס פון דעם פארדין איך צוויי זאכן, איינס די וויירוס ווערט דיסעיבלד ער איז שוין יעצט געפאנגען ער קען שוין נישט טאן וואס ער וויל. די צווייטע זאך וואס איך טו אויף איז אז שפעטער ווען ס'גייען קומען די אנטידזשינס אויפעסן די וויירוס וועלן זיי דורך די אנטיבאדיס וויסען וועלעכע וויירוס אויפצועסן.

אזוי ווערן מיר פטור פון די וויירוס איינמאל פאר אלעמאל.

אבער איין מינוט און די זעלבע צייט וואס מיר האלטן מלחמה מיט די וויירוס זענען אבער דא געוויסע מענטשליכע צעלן וואס זענען שוין גע'היידזשעקט ביי די וויירוס און זיי זענען יעצט געווארען פעקטעריס צו באשאפען מיליאנען פרישע וויירוסעס .נו וואס טו איך אויף מיטן מלחמה האלטען מיט די וויירוס אויב ס'ווערט די גאנצע צייט באשאפען פרישע וויירוסעס ??

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3892
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג מארטש 17, 2020 10:38 pm

Wow!!!
הערליך שיין געשריבן! זאג, איר שפירט די מלחמות?
...

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 17099
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דינסטאג מארטש 17, 2020 10:46 pm

עין טובה האט געשריבן:Wow!!!
הערליך שיין געשריבן! זאג, איר שפירט די מלחמות?

זייט כאגעזעהן דעם קליפ, יא....

בדוו איך ווינדער זיך, וואס זענען די סימפטימס?
היסן, סניזן, ברעכן, שולשל, שוואכקייט , און פיבער, פארשטיי איך איז די וועג וויזוי די אימיאן סיסטעם פייט,
אבער וואסי פשט פון פימפלס (ביי מיזלס/ טשיקןפאקס,), געשוואלענע פנום (ביי מאמבס), רעשעס, אויסשלאגן, וכו'?
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.
- הא..הא..הא..הא..הא..האפטשא!
- אסותא.

מטעמים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8029
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג מארטש 17, 2020 11:00 pm

א דאנק לב טוב, דאס איז פאר מיר געוועהן זייער העלפפול.
שרייב שוין עפעס

משה בעלז
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

Re: וויירוס און באקטעריע וואס איז דאס?

תגובהדורך משה בעלז » דינסטאג מארטש 02, 2021 4:53 pm

ארויף צום ערשטן יארצייט פונעם אשכול (מארטש 02 2020)


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט