"קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג ינואר 25, 2021 11:12 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:קוקט אויס אז איך האב שוין פארגעסן. אבער מיין נקודה איז נאכאלץ ריכטיג. די גרויסמאכט אמעריקא, וואס קאנטראלירט די וואקסינען פון די מערב וועלט, און האט די בעסטע העלטה סיסטעם, שטייט די זעלבער ווי ענגלאנד מיט איר צופליקטע צוקראכטע NHS. קוקט אויס אז ווי שוואך די NHS איז, אז די סענטרעלייזד סיזסטעם נאך אלץ א מעלה.

דיין אפטייטש אויף דיסענטרעלייזד איז נישט ריכטיג. יעדער פארמאסי און העלט סענטער מוז פון זיך אליין קעיר נעמען. אין ענגלאנד ארבעט אלעס אלעס פון איין סענרעלייזד סיסטעם. באקומסט א בריוו פון די דעיטעבעיס מיט אן אדרעס און א צייט ווי דו גייסט עס באקומען, און שוין. אזאנס איז כמובן נישט מעגליך אין אמעריקא.


איך כאפ נישט וואס דו זאגסט, ענגלאנד איז פון די רייכסטע לענדער אין די וועלט, פארוואס איז זייער העלט סיסטעם אזוי צופליקט? נישט ווייל עס איז סענטרעלייזד?

לגבי דיין צווייטע נקודה, אין א סענטרעלייזד סיסטעם מוז דאך זיין גיידליינס וואס מענעדזשן דעם גאנצן סיסטעם, אויב נישט איז עס נישט סענטרעלייזד.

איך בין נישט געקומען ארויסברענגען אז סענטרעלייזד איז באטאם ליין בעסער. איך האב געזאגט אז דא זעהט זיך שטארק ארויס די מעלות פון א סענטרעלייזד סיסטעם. צו עס וועגט איבער די חסרונות איז א שאלה פאר זיך וואס געהערט נישט דא.

איך כאפ נישט וואס דו מיינסט מיט דיין צווייטע פוינט. דו שרייבסט אז יעדער סטעיט פאר זיך איז סענטרעלייזד, און דעס איז נישט ריכטיג. יעדער פארמעסי ארבעט פאר זיך צו באקומען די וואקסינען, און זיי פארטיילען עס אויף זייער אייגן האנט. נישט ווי ענגלאנד וואו אלעס פון די אימארטינג ביז די אריין שטעכן ווערט געטוהן דורך די זעלבע קאמפעני.

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4310
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג ינואר 25, 2021 11:40 pm

וואס איז די מעשה מיטן צושפארן א״י, וויבאלד וואקסינען קענען גורם זיין א געשטארקטע סטרעין? איז עס ווילאנג עס איז נישטא הערד אימיוניטי?
איינער קען ערקלערן?
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג ינואר 25, 2021 11:43 pm

נאר אויף דערווייל, ביז די הויכע נאמבערס פון די לעצטע שטיק צייט גיין אראפ. זיי האפן שוין צוריק צו עפענען קומעדיגע וואך.
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט


Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4310
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re:

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג ינואר 25, 2021 11:46 pm

סטיטשינער האט געשריבן:נאר אויף דערווייל, ביז די הויכע נאמבערס פון די לעצטע שטיק צייט גיין אראפ. זיי האפן שוין צוריק צו עפענען קומעדיגע וואך.

וואס האט עס ציון מיט די וואקסין?
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג ינואר 25, 2021 11:54 pm

ווער זאגט אז עס האט מיט די וואקסין? זיי שטיפן עס נאר מיט די טענה אז מען האלט שוין אט אט ביים סוף דעריבער לוינט זיך עס איינמאל פאר אלעמאל
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט


Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4310
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re:

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג ינואר 25, 2021 11:57 pm

סטיטשינער האט געשריבן:ווער זאגט אז עס האט מיט די וואקסין? זיי שטיפן עס נאר מיט די טענה אז מען האלט שוין אט אט ביים סוף דעריבער לוינט זיך עס איינמאל פאר אלעמאל

אה, קולמע האט עס באריכטעט אזוי. אז צוליב די הויעכע וואקסינאציע ראטע קען זיך די וויירוס אויסלערנען צו איבערקומען די וואקסין. ווען איך סערטש זע איך עס נישט אזוי באשריבן. מער אז מען וויל אימיוניטי פאר די סטרעינס וואס מען ווייסט נישט אויב די וואקסינס ארבעטן די זעלבע גוט,קומען אן.
דאס וויל איך אויסקלארן, אויס איינער פארשטייט?
שויתי ה' לנגדי תמיד

ישמח מלך
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 23, 2020 1:32 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך ישמח מלך » דינסטאג ינואר 26, 2021 12:01 am

Goodmorning האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיטן צושפארן א״י, וויבאלד וואקסינען קענען גורם זיין א געשטארקטע סטרעין? איז עס ווילאנג עס איז נישטא הערד אימיוניטי?
איינער קען ערקלערן?

לכאורה א מדרש פליאה?
נאר קען זיין בדרך אפשר אז כדי זיי זאלן אויך קענען האבען א אייגענע סטרעין Israeli strain דורך evolutionary pressure וואס דאס געשעהט נאר אויב יעדער איז אימיונט צו די אלטע סטרעינס,(האלט קאפ) אויב וועט מען אריינלאזען פרעמדע וואס זענען נאכנישט אימיונט צו די אלטע סטרעינס וועט דאך נישט זיין קיין evolutionary pressure וועלען זיי נישט קענען האבען זייער אייגענעם סטרעין איז נישטא קיין ברירה נאר צו פארשפארען דעם לאנד ביז די גאנצע וועלט וועט שוין זיין וואקסענירט

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11058
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג ינואר 26, 2021 10:02 am

פייזער האט געמאלדן אז זיי וועלן קענען צושטעלן מער וואקסינען ווי ארגינעל געשאצט.

טייל פונעם טויש נעמט נישט אריין קיין שום טויש... פאסירט האט עס ווען דאקטוירים האבן באמערקט אז נאכן ארויסנעמען פינף וואקסין דאזעס פון די באטל לויט די פארשריפטן, איז נאך געבליבן אביסל פון די פליסיגקייט. נוצענדיג א צווייטע סארט סירינדזש האבן זיי געקענט ארויסקוועטשן א זעקסטע און צומאל אויך א זיבעטע דאזע!

אנשטאט די הונדערט מיליאן דאזעס וועלכע די קאמפעני האט זיך פארפליכטעט אהערצושטעלן אין די ערשטע קווארטל פון יאר, וועלן זיי אצינד האבן צוגעשטעלט 120 מיליאן...

פון די אנדערע זייט זאגט פייזער אז די זעקסטע דאזע דארף ווערן גערעכנט אין איינקלאנג מיט די אפמאך וועלכע זיי האבן אונטערגעשריבן מיט די פעדעראלע רעגירונג, אהערצושטעלן א ס"ה פון צוויי הונדערט מיליאן דאזעס ביז יולי. טא פון איין זייט וועט אמעריקע נישט באקומען 'מער' וואקסינען, אבער צוליב די אנדעקונג וועט מען דאס יא באקומען פריער ווי געראכטן.

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11058
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג ינואר 26, 2021 10:17 am

וואקסינאציע אפדעיט

פראצענט מענטשן אין לאנד וועלכע האבן ערהאלטן כאטש איין דאזע
Screenshot_20210126-101452_Chrome.jpg
Screenshot_20210126-101452_Chrome.jpg (145.41 KiB) געזעהן 28 מאל


פראצענט מענטשן אין לאנד וועלכע זענען פולשטענדיג וואקסינירט
Screenshot_20210126-101545_Chrome.jpg
Screenshot_20210126-101545_Chrome.jpg (156.56 KiB) געזעהן 28 מאל


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט