נייעס און קרישקעלעך פון היינט מאנטאג שמיני:
בשעת ווען רוב אייראפעאישע לענדער פלאגן זיך מיט א פרישע כוואליע פון קעיסעס און שטרענגע געזונטהייט רעגולאציעס ווערן אינפארסירט זענען פאראהן אבער 2 מעמבערס אינעם פאראיין וואס טוען גרינגער מאכן און אראפנעמען מאסנאמען, דאס איז פארטוגאל און גריכלאנד:
--אין פארטוגאל וועלן מוזעאומ'ס, קאפעי הייזער און נאך זיין ערלויבט זיך צו עפענען היינט מאנטאג אזוי אויך עטליכע שולעס הייבן צוריק אהן נאכן זיין פארשפארט זינט יאנואר.
--אין גריכלאנד זענען געשעפטן ערלויבט זיך צוריק צו עפענען. פארט וועלן די געשעפטן אפערירן בלויז פאר די וועלכע האבן געמאכט אפוינטמענטס פון בעפאר און פארשידענע רעגולאציעס בלייבן אין קראפט און דאס רעכנט נישט אריין די הויפטשטאט אטענס און נאך 3 ראיאנען אינעם צפון חלק לאנד אויס זארג פון א פרישע אויפשטייג אין קעיסעס.
--געזונטהייט באאמטע אין דייטשלאנד צייגן אויס זארג איבער א פרישע קאטאסטראפע אין די שפיטעלער נאך וואס היינט מאנטאג איז באריכטעט געווארן 4 טויזענט מענטשן אין אינטענסיווע קעיר, א נומער וואס מ'האט נישט געזעהן זינט פארלאפענעם פאברואר.
--אויטאריטעטן אין אינדיע האבן היינט באריכטעט 103,558 פרישע פעלער די העכסטע צאל פרישע קעיסעס זינט די אנהויב פון די מגיפה.
--די בריטישע מאטאציע פונעם וויירוס האט איבערגענומען די מאכט אין פולין און דאס לאנד פלאגט זיך אצינד 60 מאל מער מיטן וויירוס ווי פארלאפענע יאר ביים אנהויב, און אין עטליכע געגענטער האט מען געדארפט אריינרופן דאקטוירים פון אנדערע פלעצער צו קענען האלטן קאנטראל.
שולעס, געשעפטן און ביזנעסער זענען געקומען אונטער א גענצליכע פארשליסונג אבער קירכעס אינעם שטארק קאטוילישען לענד'ל זענען יא ערלויבט אפן צו בלייבן לכבוד'ן איצטיגן איסטער חגא.
--אונגארן פלאגט זיך אויך מיט א פרישע כוואליע פון קעיסעס און א גאר הויכע טויט ראטע אין לאנד. פארט אבער האט די ארטיגע פרעמיער וויקטאר ארבען באשטעטיגט דאס באנוץ פונעם רוסישען ספוטניק-ווי וואקסין און אזוי אויך די כינעזער סינאופארם וואקסין אפגעזעהן די סקעפטיזים פון פילע אונגארישע, ברענגענדיג צו דעם אז אונגארן זאל זיין די צווייטע העכסטע לאנד מיט די צאל וואקסינירטע אין אייראפע נאך ענגלאנד מיט 1 פון 5 אונגארישע וואקסינירט מיטן ערשטען דאזע.
אונגארן צייגט צו זיין די צווייטע העכסטע לאנד אין אייראפע מיט וואקסינען: (די ציפערן זענען פון דאזעס):

- _117804757_vaccine_doses_per100_selected_countries_1apr-nc.png (197.62 KiB) געזעהן 799 מאל
--ארום 400 פאטאליטעטן ווערן טעגליך באריכטעט אין אוקראיינע. און די רעזולטאטן פונעם איצטיגען לאקדאון זענען גאר שוואך.
די רעדע איז בעיקר פונעם הויפטשטאט קיעוו און די מערב ראיאן ווי נאר געשעפטן מיט עסענטועלע געברויכן זענען ערלויבט, שולעס געשלאסן, און פאבליק טראנספאטאציע איז באגרעניצט.
די וואקסין ראולאוט אין לאנד איז פון די שוואכסטע אין אייראפע און ציפערן אין לאנד צייגן אז בלויז 250,000 בירגער האבן באקריגן די ערשטע דאזע און בלויז 2 האבן שוין גענומען ביידע דאזעס.
--א פאליטישע דראמא שפילט זיך אפ אין סלאוואקיע, נאך וואס די ארטיגע פרעמיער מיניסטער איגאר מאטאוויק האט אפגעטרויטן פון אמט נאכפאלגענדיג א קאנטראווערסיאלע און סיקרעטיוו דיעל וואס ער האט געשלאסן מיט רוסלאנד איבער 2 מיליאן ספוטניק-ווי וואקסינען וואס איז געקומען אונטער הייסע קריטיק פון זיין פארטיי, און 6 אנדערע מיניסטארן האבן אויך אפגעטרויטן.

- GettyImages-1231459171-1320x889.jpg (173.9 KiB) געזעהן 799 מאל
--אין פראנקרייך זענען די שולעס געקומען אונטער א גענצליכע פארשליסונג דעם שבת און נאך פארשידענע רעגולאציעס נאכפאלגענדיג א פרישע כוואליע פון קעיסעס וואס פלאגט דאס לאנד. די לאקדאון איז געצילט אויף 3 וואכן.