"קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13966
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 1:50 am

ביסט גערעכט. אוודאי קען סאושעל דיסטענזינג העלפן צו פארשטייטערען די פארשפרייטונג. אבער דעס אז א מענטש קען זיך געהעריג דרייען און וואוינען מיט אינפעקטירטע מענטשען און עס זאל אים גארנישט פאסירן פאר לאנגע חדשים ביז איין טאג באקומט ער עס אוט אף די בלוי, און פארקערט, אז א מענטש קען זיין איינגעשפארט מיט די שטרענגסטע מאסנאמען שייך און עס נאכאלץ באקומען, ווייזט אז עס זענען דא ריזיגע פאקטארן אין די פארשפרייטונג וואס אונזערע סייענטיסטן פאנגן ניטאמאל אן משיג צו זיין.

דעריבער אנגיין פאר אזוי לאנג מיט די ליגנט אז די איינציגסטע זאך וואס קען אפהאלטן די וויירוס איז סאושעל דיסטענסינג, און איינער וואס היט עס נישט איז א רוצח און א צוריק געשטאנענע מענטש ווייל ער גלייבט נישט אין די הייליגע סייענס, אן דעם וואס די הייליגע סייענטיסטן זאלן בכלל פראבירן צו טרעפן א צווייטע שליסל צום פאזל, ווארפט א נאסע ליילעך אויף די גאנצע זאך.
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט

אוועטאר
הענדימען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4949
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 8:47 am

אוי זאגסטו גוט

איך האב זיך געדרייט איבעראל. גראדע געווען אביסעלע פארזיכטיג אבער בכלל נישט עפעס ספעציעל

מיין ווייב איז געווען ביי א חתונה פאר פסח און איינע מיט קאראנע האט דארט אריינגעהוסט אפאר מאל אין איר פנים ממש און למעשה האט זי הערשט יעצט באקומען די וויירוס
ווען משיח וועט קומען וועט ער נישט ווייזן מיט די פינגער וועלכע קאנדידאט איז גערעכט אבער יא וויפיל מען האט איינגעהאלטן די פינגער פון טייפן א גוטן שטעך און איינגעהאלטן די אויגן פון מיטהאלטן אן אינטערעסאנטע פרעס קאנפערענס וכדו' וואו מ'קען געשטרויכעלט ווערן
goodmorning

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10984
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 9:07 am

וואקסינאציע אפדעיט

Screenshot_20201231-090124_Chrome.jpg
Screenshot_20201231-090124_Chrome.jpg (231.52 KiB) געזעהן 720 מאל

ארץ ישראל איז אימפרעסיוו סתם אלץ די הויפט נומער, אבער עס נאך פיל מער ווען מען קוקט אריין אביסל טיפער. זיי האבן שוין באוויזן צו וואקסינירן מער פון א דריטל איינוואוינער וועלכע זענען העכער 60, דאס אליינס האט די מעגליכקייט אראפצוברענגן די טויט-ראטע מיט בערך דריטל (אויב זיי וועלן נעמען די צווייטע דאזע).

עס איז אבער נישט קלאר ווי לאנג זיי וועלן קענען אנהאלטן זייער גאלאפ נעמענדיג אין באטראכט אז זיי לויפן שוין באלד אויס פון וואקסינען, ווייל זיי דארפן אוועקלייגן האלב פאר צווייטע דאזעס. די פלאן איז אז אין צען טאג וועט דאס לאנד אפשטעלן די וואקסינאציע פראגראם פאר צוויי וואכן ביז זיי באקומען נאך וואקסינען. אין די צען טאג האפן זיי צו געבן די וואקסין פאר אלע איינוואוינער וועלכע זענען העכער זעכציג.
לעצט פאראכטן דורך יש ברירה אום דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 9:43 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 9:11 am

הענדימען האט געשריבן:אוי זאגסטו גוט

איך האב זיך געדרייט איבעראל. גראדע געווען אביסעלע פארזיכטיג אבער בכלל נישט עפעס ספעציעל

מיין ווייב איז געווען ביי א חתונה פאר פסח און איינע מיט קאראנע האט דארט אריינגעהוסט אפאר מאל אין איר פנים ממש און למעשה האט זי הערשט יעצט באקומען די וויירוס

עס מוז זיין אז נישט יעדער מיט קאראנע קען עס אויך פארשפרייטן. און אז טייל מענטשן קענען עס פיל שטארקער פארשפרייטן. אמאל געליינט עפעס פון דעם.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
הענדימען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4949
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 9:18 am

די פוינט איז אז די הייליגע סייענטיסטן האבן נישט קיין בלאזן אנונג. זיי ווייסן בערך וויפיל איך און דו

סאו ווען איינער לאכט זיך אויס פון זיי לייקענט ער נישט אין סייענס

אמת אז אויב טוט מען גארנישט וועט זיך עס שנעלער פארשפרייטן אבער דאס מאכן דערפון א ריליגיע איז נאנסענס
ווען משיח וועט קומען וועט ער נישט ווייזן מיט די פינגער וועלכע קאנדידאט איז גערעכט אבער יא וויפיל מען האט איינגעהאלטן די פינגער פון טייפן א גוטן שטעך און איינגעהאלטן די אויגן פון מיטהאלטן אן אינטערעסאנטע פרעס קאנפערענס וכדו' וואו מ'קען געשטרויכעלט ווערן
goodmorning

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10984
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 9:23 am

כינע האט באשטעטיגט זייער ערשטע אייגענע וואקסין, ערצייגט דורך די סינאפארם פירמע (די קאמפעני באלאנגט צו די כינעזער רעגירונג).

סינאפארם האט באקומען די באשטעטיגונג נאך וואס זיי האבן געמאלדן אז זייער וואקסין איז 79.34% אפעקטיוו, באזירט אויף פריע אינפארמאציע פון דריטע פאזע טרייעלס.

עס איז נישט קלאר ווען דאס לאנד וועט אפציעל אנהייבן פארטיילן די וואקסין, אבער די זעלבע וואקסין ווערט שוין גענוצט דורך א צאל לענדער אין מיטל מזרח, און ביי א טרייעל אפגעהאלטן דורך די UAE האט די וואקסין געצייגט צו זיין 86% אפעקטיוו. נאך לענדער אין מיטל מזרח נוצן די וואקסין, אריינגערעכנט באכריין, עגיפטן און מאראקא. די וואקסין דארף נישט ווערן געהאלטן אין סוב-זערא טעפעראטור, און דאס פארגרינגערט די ארבעט ביי ווייניגער אנטוויקלטע לענדער.

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 9:59 am

הענדימען האט געשריבן:די פוינט איז אז די הייליגע סייענטיסטן האבן נישט קיין בלאזן אנונג. זיי ווייסן בערך וויפיל איך און דו

סאו ווען איינער לאכט זיך אויס פון זיי לייקענט ער נישט אין סייענס

אמת אז אויב טוט מען גארנישט וועט זיך עס שנעלער פארשפרייטן אבער דאס מאכן דערפון א ריליגיע איז נאנסענס

מען דארף נישט זיין א סיעענטיסט, וואס מען טוט יעצט איבער די גאנצע וועלט איז פשוט פרימיטיווע באשוצונג לויט קאמען סענס, אז ווי ווייניגער עקספאוזשער, ווי מער פילטערס(ווי א מאסק) איבער די לופט, זענען די שאנסן ווייניגער. קיין איינציגער אין די וועלט טענה׳ט אז מען קען אינגאנצן פארמיידן אן א וואקסין וואס איז עפעקטיוו, מען וויל קאנטראלירן אז ווי ווייניגער מענטשן זאלן כאפן און אויך נישט איבערשטרענגן שפיטעלער וואס דאס זעט יעדער אז איבער געפילטע שפיטעלער ברענגט מער פאטאליטעטן
טיפע סייענס קען מען פארשטייען אז די פשוטער מענטש זאל אויסלאכן. אבער דאס וואס איז פשוטע לאגיק, אז ווי ווייטער דו שטייסט און אז דו האסט א פילטער אויף די לופט וואס קומט און גייט ווערן די שאנסן פון כאפן עני דזשערם זיכער עטוואס קלענער, דארף נישט ווערן א נאנסענס רעליגיע דערקעגן.
עס איז בכלל נישט קיין באווייז איז דאס באקומען איז רענדאם. אוודאי האט עס צוטון אויך מיט וויפיל די וויירעל לאוד וואס דער מענטש באקומט אויפאמאל אז די אימיון סיסטעם קען עס מער נישט ארויסהאלטן, און ווי שטארק די אימיון סיסטעם איז אויף די מינוט.
אויב וואלט מען געזען קליינע באמבעלעך פליען אין די לופט וואלט עס יעדער פארשטאנען. ווייל דו ביסט נישט באטראפן געווארן לעצטע מאל, אדער דיין פאנצער האט זיי אראפגעגליטשט, מיינט נישט אז שטיין נענטער אדער נישט לייגן א פאנצער וואס וועט אראפליטשען כאטש א חלק פון די באמבעלעך, איז קלוגער.

עניוועי, דא ענדיג איך איבער די נושא. א שאד זיך צו טענה׳ן איבער זאמען סענס זאכן וואס מענטשן האבן נישט ליב ווייל עס מאכט די לעבן אביסל אומבאקוועם און נאך אלס איז עס נישט קיין פארזיכערונג אנטקעגן קראנק ווערן.
די איידיע איז, עס איז נישט סייענס, עס איז פשוט די אינסטינקטיווע באשוצונג רעאקציע וואס אפילו א קינד פארשטייט, נאר דא איז די שונא אומזעבאר.
לעצט פאראכטן דורך Goodmorning אום דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 10:00 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10984
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 9:59 am

ווערט באריכטעט אז ארץ ישראל וועט באקומען א פרישע מיליאן וואקסינען פון מאדערנע, אנגעהויבן קומענדיגע וואך, אנשטאט ערשט אין מארטש ווי עס איז געווען געפלאנט. די נייעס איז נאכנישט באשטעטיגט געווארן דורך די ארטיגע געזונטהייט מיניסטעריום, אבער אויב זאל דאס זיין אמת וועט עס ארויסהעלפן די ארטיגע ערווארטעטע מאנגל אין וואקסינען.
לעצט פאראכטן דורך יש ברירה אום דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 10:01 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

מחנך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך מחנך » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 10:00 am

יש ברירה האט געשריבן:כינע האט באשטעטיגט זייער ערשטע אייגענע וואקסין, ערצייגט דורך די סינאפארם פירמע (די קאמפעני באלאנגט צו די כינעזער רעגירונג).

סינאפארם האט באקומען די באשטעטיגונג נאך וואס זיי האבן געמאלדן אז זייער וואקסין איז 79.34% אפעקטיוו, באזירט אויף פריע אינפארמאציע פון דריטע פאזע טרייעלס.

עס איז נישט קלאר ווען דאס לאנד וועט אפציעל אנהייבן פארטיילן די וואקסין, אבער די זעלבע וואקסין ווערט שוין גענוצט דורך א צאל לענדער אין מיטל מזרח, און ביי א טרייעל אפגעהאלטן דורך די UAE האט די וואקסין געצייגט צו זיין 86% אפעקטיוו. נאך לענדער אין מיטל מזרח נוצן די וואקסין, אריינגערעכנט באכריין, עגיפטן און מאראקא. די וואקסין דארף נישט ווערן געהאלטן אין סוב-זערא טעפעראטור, און דאס פארגרינגערט די ארבעט ביי ווייניגער אנטוויקלטע לענדער.

דעס איז די זעלביגע קאמפעני וואס האט ערצייגט די קאראנע וויירוס?

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 10:02 am

מחנך האט געשריבן:

דאן דארפן זיי זיין מער אפעקטיוו, נישט נאר 79.34%. :wink:
אינטערעסאנט פארוואס זיי זאגן אזא נידריגע עפעקטיוו עס ראטע, זיי האבן א פראבלעם מיט דרייען?
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10984
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 10:05 am

קוקט אויס אז ווי לאנג ס'איז העכער ווי די ענגלישע וואקסין איז זיי שוין גענוג...

אוועטאר
שמייכל תמיד
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 30, 2017 4:21 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך שמייכל תמיד » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 10:07 am

Goodmorning האט געשריבן:
מחנך האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:כינע האט באשטעטיגט זייער ערשטע אייגענע וואקסין, ערצייגט דורך די סינאפארם פירמע (די קאמפעני באלאנגט צו די כינעזער רעגירונג).

סינאפארם האט באקומען די באשטעטיגונג נאך וואס זיי האבן געמאלדן אז זייער וואקסין איז 79.34% אפעקטיוו, באזירט אויף פריע אינפארמאציע פון דריטע פאזע טרייעלס.

עס איז נישט קלאר ווען דאס לאנד וועט אפציעל אנהייבן פארטיילן די וואקסין, אבער די זעלבע וואקסין ווערט שוין גענוצט דורך א צאל לענדער אין מיטל מזרח, און ביי א טרייעל אפגעהאלטן דורך די UAE האט די וואקסין געצייגט צו זיין 86% אפעקטיוו. נאך לענדער אין מיטל מזרח נוצן די וואקסין, אריינגערעכנט באכריין, עגיפטן און מאראקא. די וואקסין דארף נישט ווערן געהאלטן אין סוב-זערא טעפעראטור, און דאס פארגרינגערט די ארבעט ביי ווייניגער אנטוויקלטע לענדער.

דעס איז די זעלביגע קאמפעני וואס האט ערצייגט די קאראנע וויירוס?

דאן דארפן זיי זיין מער אפעקטיוו, נישט נאר 79.34%. :wink:
אינטערעסאנט פארוואס זיי זאגן אזא נידריגע עפעקטיוו עס ראטע, זיי האבן א פראבלעם מיט דרייען?

וואס ברויכן זיי א וואקסין? זיי האבן שוין באלד א יאר נישט געהאט קיין איין קאראנע קעיס :lol: :lol:
דינען דעם באשעפער בשמחה תמיד

ממוצע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 20, 2020 11:07 pm

Re:

תגובהדורך ממוצע » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 11:05 am

סטיטשינער האט געשריבן:ביסט גערעכט. אוודאי קען סאושעל דיסטענזינג העלפן צו פארשטייטערען די פארשפרייטונג. אבער דעס אז א מענטש קען זיך געהעריג דרייען און וואוינען מיט אינפעקטירטע מענטשען און עס זאל אים גארנישט פאסירן פאר לאנגע חדשים ביז איין טאג באקומט ער עס אוט אף די בלוי, און פארקערט, אז א מענטש קען זיין איינגעשפארט מיט די שטרענגסטע מאסנאמען שייך און עס נאכאלץ באקומען, ווייזט אז עס זענען דא ריזיגע פאקטארן אין די פארשפרייטונג וואס אונזערע סייענטיסטן פאנגן ניטאמאל אן משיג צו זיין.

דעריבער אנגיין פאר אזוי לאנג מיט די ליגנט אז די איינציגסטע זאך וואס קען אפהאלטן די וויירוס איז סאושעל דיסטענסינג, און איינער וואס היט עס נישט איז א רוצח און א צוריק געשטאנענע מענטש ווייל ער גלייבט נישט אין די הייליגע סייענס, אן דעם וואס די הייליגע סייענטיסטן זאלן בכלל פראבירן צו טרעפן א צווייטע שליסל צום פאזל, ווארפט א נאסע ליילעך אויף די גאנצע זאך.

דו שטעלסט אוועק א הנחה, אז די סייענטיסטן ווייסן נישט פון קיין שום אנדערע פאקטארן וואס האבן אן עפעקט אויף דאס איבערכאפן די וויירוס, נאר סאושעל דיסטענסינג. אבער דאס איז נישט ריכטיג.

ממוצע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 20, 2020 11:07 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך ממוצע » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 11:08 am

הענדימען האט געשריבן:די פוינט איז אז די הייליגע סייענטיסטן האבן נישט קיין בלאזן אנונג. זיי ווייסן בערך וויפיל איך און דו

סאו ווען איינער לאכט זיך אויס פון זיי לייקענט ער נישט אין סייענס

אמת אז אויב טוט מען גארנישט וועט זיך עס שנעלער פארשפרייטן אבער דאס מאכן דערפון א ריליגיע איז נאנסענס

נעה... רעד זיך נישט איין אז דו ווייסט בערך ווי די סייענטיסן בלויז ווייל קיינער פון זיי איז דיר נישט געקומען פארענטפערן דיינע פראגן...

זיי ווייסן און זיי ווייסן. אוודאי ווייסן זיי נישט אלעס. און זיי קענען האבן טעותים. און זיי האבן זיך זייערע בלאקעדזשעס. אבער מער ווי אונז פשוטע מענטשן ווייסן זיי שוין איינמאל.

איך וואלט דיר געראטן דו זאלסט נעמען איין מעדיצינישע אדער סייענס דזשורנאל, און האלטן אן אויג וואס דארט טוט זיך. און נאכדעם קום מיר זאגן ווער ס'ווייסט און ווער נישט...

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10984
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 11:25 am

די טויטצאל אין אמעריקע איז אריבער 350K אויף ווארלד-או-מיטערס, דער עולם איז שוין אבער אזוי נאמב אז עס מאכט שוין נישט קיין העדליינס...

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3332
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 11:34 am

יש ברירה האט געשריבן:די טויטצאל אין אמעריקע איז אריבער 350K אויף ווארלד-או-מיטערס, דער עולם איז שוין אבער אזוי נאמב אז עס מאכט שוין נישט קיין העדליינס...

אבער וואו זענען אונזערע געטרייע העלדן קאומבאלאזיא ודכוותיהו...?
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 1:11 pm

Goodmorning האט געשריבן:
מחנך האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:כינע האט באשטעטיגט זייער ערשטע אייגענע וואקסין, ערצייגט דורך די סינאפארם פירמע (די קאמפעני באלאנגט צו די כינעזער רעגירונג).

סינאפארם האט באקומען די באשטעטיגונג נאך וואס זיי האבן געמאלדן אז זייער וואקסין איז 79.34% אפעקטיוו, באזירט אויף פריע אינפארמאציע פון דריטע פאזע טרייעלס.

עס איז נישט קלאר ווען דאס לאנד וועט אפציעל אנהייבן פארטיילן די וואקסין, אבער די זעלבע וואקסין ווערט שוין גענוצט דורך א צאל לענדער אין מיטל מזרח, און ביי א טרייעל אפגעהאלטן דורך די UAE האט די וואקסין געצייגט צו זיין 86% אפעקטיוו. נאך לענדער אין מיטל מזרח נוצן די וואקסין, אריינגערעכנט באכריין, עגיפטן און מאראקא. די וואקסין דארף נישט ווערן געהאלטן אין סוב-זערא טעפעראטור, און דאס פארגרינגערט די ארבעט ביי ווייניגער אנטוויקלטע לענדער.

דעס איז די זעלביגע קאמפעני וואס האט ערצייגט די קאראנע וויירוס?

דאן דארפן זיי זיין מער אפעקטיוו, נישט נאר 79.34%. :wink:
אינטערעסאנט פארוואס זיי זאגן אזא נידריגע עפעקטיוו עס ראטע, זיי האבן א פראבלעם מיט דרייען?

דאס איז שוין נאכן דרייען...

זעהט אויס אז זיי זענען גוט אין מאכן קרענק אבער נישט אין מאכען א רפואה...
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: Re:

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 1:14 pm

ממוצע האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:ביסט גערעכט. אוודאי קען סאושעל דיסטענזינג העלפן צו פארשטייטערען די פארשפרייטונג. אבער דעס אז א מענטש קען זיך געהעריג דרייען און וואוינען מיט אינפעקטירטע מענטשען און עס זאל אים גארנישט פאסירן פאר לאנגע חדשים ביז איין טאג באקומט ער עס אוט אף די בלוי, און פארקערט, אז א מענטש קען זיין איינגעשפארט מיט די שטרענגסטע מאסנאמען שייך און עס נאכאלץ באקומען, ווייזט אז עס זענען דא ריזיגע פאקטארן אין די פארשפרייטונג וואס אונזערע סייענטיסטן פאנגן ניטאמאל אן משיג צו זיין.

דעריבער אנגיין פאר אזוי לאנג מיט די ליגנט אז די איינציגסטע זאך וואס קען אפהאלטן די וויירוס איז סאושעל דיסטענסינג, און איינער וואס היט עס נישט איז א רוצח און א צוריק געשטאנענע מענטש ווייל ער גלייבט נישט אין די הייליגע סייענס, אן דעם וואס די הייליגע סייענטיסטן זאלן בכלל פראבירן צו טרעפן א צווייטע שליסל צום פאזל, ווארפט א נאסע ליילעך אויף די גאנצע זאך.

דו שטעלסט אוועק א הנחה, אז די סייענטיסטן ווייסן נישט פון קיין שום אנדערע פאקטארן וואס האבן אן עפעקט אויף דאס איבערכאפן די וויירוס, נאר סאושעל דיסטענסינג. אבער דאס איז נישט ריכטיג.

אדרבא זאג אונז וואס איז יא ריכטיג.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

ממוצע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 20, 2020 11:07 pm

Re: Re:

תגובהדורך ממוצע » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 3:10 pm

זארג נישט האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:ביסט גערעכט. אוודאי קען סאושעל דיסטענזינג העלפן צו פארשטייטערען די פארשפרייטונג. אבער דעס אז א מענטש קען זיך געהעריג דרייען און וואוינען מיט אינפעקטירטע מענטשען און עס זאל אים גארנישט פאסירן פאר לאנגע חדשים ביז איין טאג באקומט ער עס אוט אף די בלוי, און פארקערט, אז א מענטש קען זיין איינגעשפארט מיט די שטרענגסטע מאסנאמען שייך און עס נאכאלץ באקומען, ווייזט אז עס זענען דא ריזיגע פאקטארן אין די פארשפרייטונג וואס אונזערע סייענטיסטן פאנגן ניטאמאל אן משיג צו זיין.

דעריבער אנגיין פאר אזוי לאנג מיט די ליגנט אז די איינציגסטע זאך וואס קען אפהאלטן די וויירוס איז סאושעל דיסטענסינג, און איינער וואס היט עס נישט איז א רוצח און א צוריק געשטאנענע מענטש ווייל ער גלייבט נישט אין די הייליגע סייענס, אן דעם וואס די הייליגע סייענטיסטן זאלן בכלל פראבירן צו טרעפן א צווייטע שליסל צום פאזל, ווארפט א נאסע ליילעך אויף די גאנצע זאך.

דו שטעלסט אוועק א הנחה, אז די סייענטיסטן ווייסן נישט פון קיין שום אנדערע פאקטארן וואס האבן אן עפעקט אויף דאס איבערכאפן די וויירוס, נאר סאושעל דיסטענסינג. אבער דאס איז נישט ריכטיג.

אדרבא זאג אונז וואס איז יא ריכטיג.

עס איז ריכטיג אז זיי ווייסן וועגן נאך אסאך פאקטארן.

דו מיינסט צו פרעגן וואס די אנדערע פאקטארן זענען? איך בין נישט דער פאסיגסטער פערזאן צו פרעגן... אזוי ווי כ'האב געשריבן פאר הענדימען. זעט אייך ליינען אביסל מעדיצינישע פארש ארבעט, און דאס וועט לכאורה גענוג זיין צו איבערצייגן די חכמה בגוים תאמין.

א_נייע_גרינער
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 17, 2017 12:14 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך א_נייע_גרינער » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 3:54 pm

אפשר האט עס איינער שוין פארווענד דא צווישן די 352 פעידזעש

ווי א גרינער... וואס האט נישט קיין אנהונג וויאזוי א וואקסין ארבעט

האב איך געהרט פון איינער א אלעס-ווייסער אז די וועג וויאזוי א וואקסין ארבעט איז:
אז מען געבט אריין אין די מענטש גאר גאר א קליין אביסל פון די ווירוס
און דאס בויעט אויף די אימיון סיסטעם צו ווערן שטארק
אז ווען ער כאפט די פילע וויירוס האט ער די כח עס צו פייטן און ארויס ווארפן

זאגן אנדערע
אז אין ענגלאנד די ערשטע פלאץ ווי מען האט אנגעהויבן צו געבן די וואקסין
תיכף נאכדעם האבן זיי זיך געזעהן מיט'ן נייעם וויירוס ווערסיע

אולי ואולי
אפשר גאר איז די נייע ווערסיע דאס ביסל פונם וויירוס וואס מען האט אריין געלייגט אין די וואקסין

לכאורה יעדע וואקסין קאמפאני האט זיין אייגינע רעצעפט
איז אינטערסאנט צו זעהן אויב די אנדערע פלעצער אויף די וועלט וואס זעהן שוין אויך די נייע ווערסיע
אויב זיי נוצן די זעלבע וואקסין ווי אין ענגלאנד

.

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 3:55 pm

מען געט נישט די וויירוס, עס איז א נייע טעכנאלאגיע וואס פראדעצירט גענעטיש אנטיבאדיס צו א פראטיען אין די וויירוס.
שויתי ה' לנגדי תמיד

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 3:56 pm

חכמה בגולם תאמין שטייט שוין נישט אין ערגעץ...
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13966
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 4:04 pm

@א גרינע

אביסל סדר מאכן מיט דיינע טענות.

א) ענגלאנד האט אנגעהויבן צו געבן פונקט צוויי טעג פאר א"י. לדבריך וואלט א"י דאס געדארפט באקומען צוויי טעג שפעטער, און דערנאך אמעריקא.

ב) ווי גוד מארניג שרייבט, דעס איז א פרישע מין וואקסין וואס ארבעט נישט מיט אריין לייגן די וויירוס אליין.

ג) די טריעלס אויף די וואקסינען גיין שוין אן פאר חדשים. לדבריך וואלט עס געדארפט פאסירן פאר 4 חדשים צוריק.

ד) אפילו די פארצייטישע וואקסינס (וואס אגב איז יעצט באשטעיטיגט געווארן אזאנס אין ענגלאנד אבער איז נאכנישט אין באנוץ) לייגן אריין גאר אן אפגעשוואכטע ווערזיע, וואס איז כמעט נישט מעגליך צו אינפעקטירן אנדערע דערמיט.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9278
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 4:59 pm

א_נייע_גרינער האט געשריבן:אפשר האט עס איינער שוין פארווענד דא צווישן די 352 פעידזעש

ווי א גרינער... וואס האט נישט קיין אנהונג וויאזוי א וואקסין ארבעט

האב איך געהרט פון איינער א אלעס-ווייסער אז די וועג וויאזוי א וואקסין ארבעט איז:
אז מען געבט אריין אין די מענטש גאר גאר א קליין אביסל פון די ווירוס
און דאס בויעט אויף די אימיון סיסטעם צו ווערן שטארק
אז ווען ער כאפט די פילע וויירוס האט ער די כח עס צו פייטן און ארויס ווארפן

זאגן אנדערע
אז אין ענגלאנד די ערשטע פלאץ ווי מען האט אנגעהויבן צו געבן די וואקסין
תיכף נאכדעם האבן זיי זיך געזעהן מיט'ן נייעם וויירוס ווערסיע

אולי ואולי
אפשר גאר איז די נייע ווערסיע דאס ביסל פונם וויירוס וואס מען האט אריין געלייגט אין די וואקסין

לכאורה יעדע וואקסין קאמפאני האט זיין אייגינע רעצעפט
איז אינטערסאנט צו זעהן אויב די אנדערע פלעצער אויף די וועלט וואס זעהן שוין אויך די נייע ווערסיע
אויב זיי נוצן די זעלבע וואקסין ווי אין ענגלאנד

.

די יעצטיגע וואקסין, ווייניגסטנס די צוויי הויפט וואקסינען וואס מען נוצט שוין עטליכע וואכן, פון פייזער און מאדערנע, ארבעט מיט א גאנץ נייע טעכנאלאגיע. דאס איז נישט אן "אפגעשוואכטע" ווערסיע פונעם ווירוס, נאר א וואקסין וואס נוצט א קליינע שטיקל RNA (ענליך צו די ען עי, אבער דאס באשטייט פון אן איינצלנע שנירל בשעת די ען עי באשטייט פון צוויי באהאפטענע געקרייזלטע שנירלעך) פון די ווירוס קאוד וואס פראדוצירט די שפיצן (spikes) וואס נעמען ארום די ווירוס (אויף וואס עס ווערט גערופן קאראנאווירוס, די קרוין ווירוס). די אר ען עי אינפארמירט די צעלן פון קערפער אליין צו פראדוצירן די ספיציפישע קאראנאווירוס שפיצן און לערנט אויס פארן אימיון סיסטעם צו דערקענען און באקעמפן די שפיצן, אזוי אז ווען א קאראנאווירוס מיקראב כאפט זיך אריין און גוף וועט די גוף גלייך דערקענען די שפיצן און וויסן אויסצוראטן די ווירוס פאר די ווירוס האט א שאנס צו וואקסן און זיך פארשפרייטן אינעם גוף.

און אלע לענדער באנוצן זיך מיט די זעלבע וואקסינען דערווייל (נישט אריינגערעכנט כינע און רוסלאנד מיט זייערע אייגענע וואקסינען וואס זענען נישט ברייט באנוצט). די ערשטע באנוצטע וואקסין איז פון פייזער, א דייטשער-אמעריקאנער פירמע, און זייער וואקסינען מאכן אויס א רוב אין די יו קעי, מדנ"י, אמעריקע, קאנאדע און רוב אנדערע לענדער. די צווייטע וואקסין ווערט פראדוצירט דורך מאדערנע, אן אמעריקאנער פירמע פון מעסאטשוסעטס.
ביידע, פייזער און מאדערנע נוצן די אויבנדערמאנטע נייע טעכניק, נישט אן אפגעשוואכט ווערסיע פונעם ווירוס.
דאס מיינט אז אלע אפגעגעבענע וואקסינאציעס אין די מערב וועלט זענען פון די צוויי פירמעס און ביידע וואקסינען האבן נישט די גענעטישע אינפארמאציע פאר א נייע ווערסיע פון קאראנאווירוס.

(וועגן דעם גלייבט מען אז די פייזער און מאדערנע וואקסינען זענען אויך אפעקטיוו קעגן די נייע ענגלישע ווערסיע פון קאראנאווירוס. ווייל ווילאנג די שפיצן זענען די זעלבע גייט די אימיון סיסטעם דאס דערקענען אלס די זעלבע מיקראב און נוצן די זעלבע אנטיבאדיס דאס צו באקעמפן.)
image_search_1609453119381.png
image_search_1609453119381.png (272.02 KiB) געזעהן 351 מאל

אסטרע-זענעקע, וואס נוצט נישט די נייע טעכנאלאגיע, איז הערשט נעכטן באשטעטיגטע געווארן און איז היינט אנגעפאנגען צו ווערן באנוצט.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

מצליח
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2020 10:33 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך מצליח » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 6:52 pm

סענעטאר דעיוויד פערדו האט זיך קוואראנטירט נאך קומען אין בארירונג מיט א קאראנעוויירוס אנגעשטעקטער

צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט