ראש לימבא האט געשריבן:א שטודיע פארעפענטליכט לויטעט אז מעלעטאנין קען מעגליך זיין בייהילפיג פאר מענטשען נישט צו באקומען די וויירוס.
פארשער ביים 'קליוולאנד קליניק' זאגן אז ביים נאכקוקן די אפעקט דערפון האבן זיי געזען אז עס קען אראפ ברענגן מיט כמעט 30 פראצענט די שאנסן צו באקומען די וויירוס.
זיי ווארענען אבער אז מענטשען זאלן נישט נוצן די אינפארמאציע זיך אנצושטאפן דערמיט אן זיך דורכרעדן מיט א דאקטער, וויבאלד עס פעלט זיך נאך אויס אסאך מער פארש ארבייט צו באשטעטיגן די ווארהייט דערפון.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/31525
כ'האף זיי זענען נישט געשלאפן ביים מאכן די פארש ארבעט...
מען האט שוין געשמועסט דערפון צווישן די קייטל דרייערס אין מארטש.