בלאט 36 פון 307

געשריבן: מוצ"ש מארטש 07, 2020 10:12 pm
דורך לעכטל
איך זעה מען האלט שוין ביי 3,558 טויטע ר"ל.

געשריבן: מוצ"ש מארטש 07, 2020 10:15 pm
דורך פאלעסיידס
אמביציע האט געשריבן:מ'בעט אז געויסע זאלן אויפהערן צו אנזייען פאניק און כאאס

ווען פאניק גייט וויירול (מלשון וויירוס) אויף סאושעל מידיא איז סך ערגער!!
גייט דאך פארט זיין פורים דע וואך

געשריבן: מוצ"ש מארטש 07, 2020 10:17 pm
דורך nmi
אמביציע האט געשריבן:מ'בעט אז געויסע זאלן אויפהערן צו אנזייען פאניק און כאאס

ס'איז פשוט ונהפוך הוא. פערשטייסט?

געשריבן: מוצ"ש מארטש 07, 2020 10:26 pm
דורך מיכל הירש
אושר עד האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:צו מאכן היימישע פיורעל: צוויי דריטל קאפ אלקאהאל, איין דריטל פון aloevera.

נוצט געזונטערהייט.

פראבלעם איז אז ריכטיגע isopropyl alcohol איז שוין אויך כמעט נישטא צו באקומען

די cdc שרייבט אז וואשן די הענט מיט זייף און וואסער פאר 20 סעקונדעס איז גענוג. אלקעהאל דארף מען נאר ווען מען האט נישט קיין זייף.

געשריבן: מוצ"ש מארטש 07, 2020 10:29 pm
דורך פאלעסיידס
די ערשטע קעיס פון קאראנע האט זיך אריינגעכאפט אין די וואטיקאן,

אין אנדערע נייעס איז ציזאם געפאלען א האטעל אין טשיינע וואס מהאט אפגעזינדערט צי האלטען די אלע מענטשען וואס דארפען ווערען איזאלירט פאר פערצען טעג, אין סהאט באגראבען אלע מענטשען, מהאלט יעצט אינמיטען ארויסשלעפען מענטשען פון דארט

געשריבן: מוצ"ש מארטש 07, 2020 10:31 pm
דורך איסר האטלקי
#ס'איז צאמגעפאלן...

געשריבן: מוצ"ש מארטש 07, 2020 10:32 pm
דורך לייטער
איטאליע שליסט אפ מילאן און א גרויס חלק פון צפון איטאליע, אפצושטעלן די פארשפרייטונג פון די וויירוס https://www.yiddish24.com/news/57/15194
מוצ״ש תצוה פ'
דאס איז די עקסטרעמסטע שריט גענומען אינדרויסן פון טשיינע, אפצושטעלן די פארשפרייטונג אין איטאליע וואס האט די מערסטע פעלער איבער אייראפע, און די פירער פון איינע פון די צוויי פארטייען אין די גאווארמענט קאאליציע איז שוין אויך אנגעשטעקט.

געשריבן: מוצ"ש מארטש 07, 2020 10:34 pm
דורך שיעלע בהמה
קען איינער קומען מיט ראציאנאלע רעלעוואנטע סטאטיסטיקס צו בארואיגן דעם עולם?
דערווייל האב איך נאכנישט געהאט די זכיה עס צו זעהן.. סיידן די רעטאריק פון נישט פאניקן...

געשריבן: מוצ"ש מארטש 07, 2020 10:36 pm
דורך צדיק בן צדיק
קען איינער ביטע מיר מסביר זיין מאי כל הרעש מיט קאראנע? אוודאי איז א יעדע נפש מיי מיר חשוב און מ׳זאל ח״ו נישט הערן אפילו פון אן איין איינציגע פאטאליטעט. עס שטארבען אין אמעריקא אליינס פון די פלו אין די טויזענטע א יעדע סיעזען. די טאטעל קאראנע פאטאליטען האלט יעצט ביי ארום 3500 פון קאראנע אין די ״גאנצע וועלט״!. וויפיל טויטע זענען געווען אין די וועלט נאר פון די פלו ווירוס אין די יעצטיגע סיעזין מן הסתם אין די צענדליגע טויזענטער....ווען נישט מען אידעטיפיצירט בכלל די קאראנע וויירוס וואלט ווען דען איינער געכאפט אז מער מענטשן זענען קראנק אדער זענען געשטארבן ח״ו?

נאכאמאל איך מיין נישט צו מינימייזען, איך וויל נאר פארשטיין

געשריבן: מוצ"ש מארטש 07, 2020 10:38 pm
דורך איסר האטלקי
צדיק בן צדיק האט געשריבן:קען איינער ביטע מיר מסביר זיין מאי כל הרעש מיט קאראנע? אוודאי איז א יעדע נפש מיי מיר חשוב און מ׳זאל ח״ו נישט הערן אפילו פון אן איין איינציגע פאטאליטעט. עס שטארבען אין אמעריקא אליינס פון די פלו אין די טויזענטע א יעדע סיעזען. די טאטעל קאראנע פאטאליטען האלט יעצט ביי ארום 3500 פון קאראנע אין די ״גאנצע וועלט״!. וויפיל טויטע זענען געווען אין די וועלט נאר פון די פלו ווירוס אין די יעצטיגע סיעזין מן הסתם אין די צענדליגע טויזענטער....ווען נישט מען אידעטיפיצירט בכלל די קאראנע וויירוס וואלט ווען דען איינער געכאפט אז מער מענטשן זענען קראנק אדער זענען געשטארבן ח״ו?

נאכאמאל איך מיין נישט צו מינימייזען, איך וויל נאר פארשטיין

קאראנא איז 3500 אין בלויז 4 וואכן!! רוב פון זיי אין דעם זעלבן שטאט!

דאס מיינט אז אויב קומט א פארשפרייטונג קען יעדע שטאט אנקומען צו אזעלכע ציפערן אין בלויז געציילטע וואכן, ה' ירחם.

געשריבן: מוצ"ש מארטש 07, 2020 10:39 pm
דורך אושר עד
הרב_שלום האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:קלאנגען אז ראקלענד קאונטי האט פארלאנגט פון ויז’ניץ אפצושפארן די מקוה.

מסתם שקר, הא?

אויב ווערט נישט קיין בעסערונג אין די וויירוס, גייט מען איבעראל פארשפארען די מקוה,
און רוב עולם גייט במילא נישט וועלן גיין

וואס מען קען (דארף) שוין זיכער טון, אויך צו פארמיידען סתם פלו און קאלדס. איז פטור ווערן פון די האנטוכער ביי די סינקס. אזוי ווי שוין אנגעהויבען אויסשמועסען אפאר בלאט צוריק. איך קלער אז דאס איז סך ערגער ווי די מקוה, וואס די בור טבילה האט קלארין און יעדער ניצט די אייגענע האנטוך.

געשריבן: מוצ"ש מארטש 07, 2020 10:42 pm
דורך אושר עד
מיכל הירש האט געשריבן:
אושר עד האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:צו מאכן היימישע פיורעל: צוויי דריטל קאפ אלקאהאל, איין דריטל פון aloevera.

נוצט געזונטערהייט.

פראבלעם איז אז ריכטיגע isopropyl alcohol איז שוין אויך כמעט נישטא צו באקומען

די cdc שרייבט אז וואשן די הענט מיט זייף און וואסער פאר 20 סעקונדעס איז גענוג. אלקעהאל דארף מען נאר ווען מען האט נישט קיין זייף.

די מעלה פון סעניטייזער איז אז מען דארף נישט אפוואשען די הענט נאכדעם. ווען איך דריי מיך ארום אין גאס, געשעפטן וכדומה האב איך נישט קיין סינקס זיך צו וואשען

געשריבן: מוצ"ש מארטש 07, 2020 10:45 pm
דורך צדיק בן צדיק
איסר האטלקי האט געשריבן:
צדיק בן צדיק האט געשריבן:קען איינער ביטע מיר מסביר זיין מאי כל הרעש מיט קאראנע? אוודאי איז א יעדע נפש מיי מיר חשוב און מ׳זאל ח״ו נישט הערן אפילו פון אן איין איינציגע פאטאליטעט. עס שטארבען אין אמעריקא אליינס פון די פלו אין די טויזענטע א יעדע סיעזען. די טאטעל קאראנע פאטאליטען האלט יעצט ביי ארום 3500 פון קאראנע אין די ״גאנצע וועלט״!. וויפיל טויטע זענען געווען אין די וועלט נאר פון די פלו ווירוס אין די יעצטיגע סיעזין מן הסתם אין די צענדליגע טויזענטער....ווען נישט מען אידעטיפיצירט בכלל די קאראנע וויירוס וואלט ווען דען איינער געכאפט אז מער מענטשן זענען קראנק אדער זענען געשטארבן ח״ו?

נאכאמאל איך מיין נישט צו מינימייזען, איך וויל נאר פארשטיין

קאראנא איז 3500 אין בלויז 4 וואכן!! רוב פון זיי אין דעם זעלבן שטאט!

דאס מיינט אז אויב קומט א פארשפרייטונג קען יעדע שטאט אנקומען צו אזעלכע ציפערן אין בלויז געציילטע וואכן, ה' ירחם.

איך מיין אז טשיינע האט מיסהענדעלט די גאנצע אוסברויך שוין פון דעי וואן, און עס הייסט אז לעצטענס גיין שוין די נאמבערס אין טשיינע אויף אראפ, קוק למשל די ציפערן ביי די קרוז שיף, ווי עס זענען געווען בערך 700 טאטעל אנגעשטעקטע און נאר 7 זענען געשטארבן

געשריבן: מוצ"ש מארטש 07, 2020 10:55 pm
דורך לעכטל
די ציבור איז מתפלל פאר: יוסף בן אסתר לרפואה שלימה.

דער איד פון די ספרד'ישע געמיינדע אין פלעטבוש וואס איז נארוואס צוריקגעקומען פון מילאן איטאליע, שפירט זיך זייער נישט גוט, מען האט גענומען פון אים א טעסט צו ער האט די וויירוס, אבער רעזולטאטן זענען דערווייל נישט צוריקגעקומען.

געשריבן: מוצ"ש מארטש 07, 2020 11:07 pm
דורך משה יענקל
קען זיין מען קען זאגן אז דאס איז נישט אזוי געפערליך ווי מען מאכט דאס אבער ח"ו אז מיר ווערן ערנסט באטראפען:

עס איז דא פיל עלטערע אידן אדער אידן מיט קאנדישאנס

אסאך ביזנעסער קענען ווערן פארשלאסען וואסערע שאדענס דאס קען ברענגן

ח"ו אז מען מאכט א לאקדאון נישטא גארנישט מיינט דאס, נישט קיין חדר, נישט קיין שוהל, נישט קיין געשעפטן וכו'

געשריבן: מוצ"ש מארטש 07, 2020 11:10 pm
דורך זינגער
לעכטל האט געשריבן:די ציבור איז מתפלל פאר: יוסף בן אסתר לרפואה שלימה.

דער איד פון די ספרד'ישע געמיינדע אין פלעטבוש וואס איז נארוואס צוריקגעקומען פון מילאן איטאליע, שפירט זיך זייער נישט גוט, מען האט גענומען פון אים א טעסט צו ער האט די וויירוס, אבער רעזולטאטן זענען דערווייל נישט צוריקגעקומען.

א חבר זיינע האט געזאגט אז די טעסט ווייזט אז ער האט נישט די וויירוס נאר א (פ)נעמאניע

ער איז בלויז ארום 30 יאר אלט!

געשריבן: מוצ"ש מארטש 07, 2020 11:13 pm
דורך ווער איז דאס
איין מאן האט שוין ביזדערווייל 70 מענטשן אנגעשטעקט איז יעדער פין די 70 האט דאך א קייט ווייטער
נארמאל גערעדט דאס אפצישטעלען קען מען אן אייסליטען דעם ציבור?

געשריבן: מוצ"ש מארטש 07, 2020 11:15 pm
דורך הר גריזים
אלץ די חשש אז מ׳וועט דארפן האלטן די קינדער אינדערהיים אין די ערב פסח טעג פאר דעם אליין דארף מען גוזר תענית זיין...

ערענסט גערעדט, אין די היימישע וויליאמסבורגע שולן איז דערווייל אלעס עולם כמנהגו נוהג, מ׳ווישט זיך מיט די גרויסע האנטוכער, נישטא קיין זייף ביי די סינקס. דער אייבערשטער זאל האלטן די רעכטע האנט.

געשריבן: מוצ"ש מארטש 07, 2020 11:17 pm
דורך יואל שרייבער
פאר א חצי נחמה.

סאוט קאריע שטייט די בעסטע אין די נאמבערס פון טעסטס וואס זיי האבן שוין געמאכט, וואס מיינט לכאורה אז זיי האבן די פונקטליכסטע נאמבערס, און די טויט ראטע דארט האלט ביי בלויז 0.7 פראצענט פון די קאנפירמד קעיסעס.

https://www.latimes.com/science/story/2 ... s-changing

פארשטייט זיך אז דאס איז א שוואכע טרייסט, עס מיינט נאך אלס 7 פון יעדע טויזנט מענטשן, פאר א עמלקישע קאמיוניטי פון 250,000 נפשות וועט עס מיינען 1700 טויטע.

געשריבן: מוצ"ש מארטש 07, 2020 11:22 pm
דורך נו שוין
Los Angeles resident who attended the AIPAC conference tested positive for Corona Virus. Third case of Coronoa-at-AIPAC reported within 24 hours.

געשריבן: מוצ"ש מארטש 07, 2020 11:27 pm
דורך שׁעמעדיגער
איסר האטלקי האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:די ציבור איז מתפלל פאר: יוסף בן אסתר לרפואה שלימה.

דער איד פון די ספרד'ישע געמיינדע אין פלעטבוש וואס איז נארוואס צוריקגעקומען פון מילאן איטאליע, שפירט זיך זייער נישט גוט, מען האט גענומען פון אים א טעסט צו ער האט די וויירוס, אבער רעזולטאטן זענען דערווייל נישט צוריקגעקומען.

ער איז בלויז ארום 30 יאר אלט!

Nothing with Carona
Test came back negative as per @KolaHaolam

געשריבן: מוצ"ש מארטש 07, 2020 11:30 pm
דורך מחזור
הר גריזים האט געשריבן:אלץ די חשש אז מ׳וועט דארפן האלטן די קינדער אינדערהיים אין די ערב פסח טעג פאר דעם אליין דארף מען גוזר תענית זיין...

ערענסט גערעדט, אין די היימישע וויליאמסבורגע שולן איז דערווייל אלעס עולם כמנהגו נוהג, מ׳ווישט זיך מיט די גרויסע האנטוכער, נישטא קיין זייף ביי די סינקס. דער אייבערשטער זאל האלטן די רעכטע האנט.

אין גרויסן סאטמאר בית המדרש אין וויליאמסבורג אויף הופער סט. איז געווען שבת פעפער אנשטאט האנטוכער

געשריבן: מוצ"ש מארטש 07, 2020 11:30 pm
דורך שיעלע בהמה
זינגער האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:די ציבור איז מתפלל פאר: יוסף בן אסתר לרפואה שלימה.

דער איד פון די ספרד'ישע געמיינדע אין פלעטבוש וואס איז נארוואס צוריקגעקומען פון מילאן איטאליע, שפירט זיך זייער נישט גוט, מען האט גענומען פון אים א טעסט צו ער האט די וויירוס, אבער רעזולטאטן זענען דערווייל נישט צוריקגעקומען.

א חבר זיינע האט געזאגט אז די טעסט ווייזט אז ער האט נישט די וויירוס נאר א (פ)נעמאניע

מיין דאקטער שרייט חי וקים אז אויב זעט מען אויף די טשעסט עקסרעי נעמאניע איז עס בודאי נישט קאראנע.. בדידי הוה עובדא

געשריבן: מוצ"ש מארטש 07, 2020 11:35 pm
דורך שאינו יודע
יואל שרייבער האט געשריבן:פאר א חצי נחמה.

סאוט קאריע שטייט די בעסטע אין די נאמבערס פון טעסטס וואס זיי האבן שוין געמאכט, וואס מיינט לכאורה אז זיי האבן די פונקטליכסטע נאמבערס, און די טויט ראטע דארט האלט ביי בלויז 0.7 פראצענט פון די קאנפירמד קעיסעס.

https://www.latimes.com/science/story/2 ... s-changing

פארשטייט זיך אז דאס איז א שוואכע טרייסט, עס מיינט נאך אלס 7 פון יעדע טויזנט מענטשן, פאר א עמלקישע קאמיוניטי פון 250,000 נפשות וועט עס מיינען 1700 טויטע.

״אויב״ יעדער פון די קאמיוניטי באקומט עס. ודו״ק