"קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
moishy56
שר שמונת אלפים
תגובות: 8766
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך moishy56 » דינסטאג יולי 28, 2020 4:14 am

סטעמפארד היל, לאנדאן:

א נייע בריוו פון כדתיא, ערש״ק דברים, נאכן הערן איבער נאך און נאך נייע קעיסעס,
אריינגערעכענט איינער וואס איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל.

ה״י.

one hospitalsation.jpg
one hospitalsation.jpg (180.64 KiB) געזעהן 1673 מאל

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9373
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג יולי 28, 2020 11:37 am

פלארידע קומט אריין מיט א פרישע רעקארד טויטפאלן: 186
אנדערע מעטריקס צייגן סיגנאלן פון א פלאטאו.

אריזאנע באריכט פרישע 104 טויטפאלן. האספיטאלאזאציעס גייען ווייטער אויפ'ן וועג אראפ.

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג יולי 28, 2020 12:03 pm

געהערט עפעס אויף קולמע אז א ריזן נומער פון מענטשן וואס האבן גענומען בלוט פאר אנדערע סיבות, האט מען געטראפן ביי זיי קאראנא צייכענעס אויך

מיין פלג גופא זז"ג האט גענומען בלוט אין געבעטן מען זאל טשעקן אנטי באדיס איז צוריק געקומען אז זי האט נישט, (99 פארצענט האט זי געהאט די וויירוס) מיט א באמערקונג אז די טעסט איז בכלל נישט אקוראט
אלזא וואס איז דאס אנשרעקן די מענטשהייט. ווען די ווייסט אליינס אז ווען מ'איז בודק פאר עפעס אנדערש איז די טעסט בכלל נישט אקוראט?

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2780
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך מחשב » דינסטאג יולי 28, 2020 3:25 pm

IMBZ האט געשריבן:היינט האט זיך אנגעהויבן די דריטע פאזע פין די מאדערידע וואקסין.
דר פאדטשי היינט מיט וואלף בליצער.
https://www.dropbox.com/s/bbmnsk2nbewwt ... D.MOV?dl=0

א דאנק!
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9373
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג יולי 28, 2020 5:23 pm

טעקסעס באריכט 164 טויטפאלן

פאזיטיוו ראטע שטייט ביי 12.83% (זיבן טאג עוורעדזש) און איז אויפן וועג אראפ
צוגעלייגטע
EeCtsFfXkAIfvQA.jpeg
EeCtsFfXkAIfvQA.jpeg (37.93 KiB) געזעהן 1321 מאל

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2679
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

Re:

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג יולי 28, 2020 6:57 pm

העלאו האט געשריבן:The CDC estimates that as many as 56,000 people die from the flu or flu-like illness each year. SOURCES: National Institute of Allergy and Infectious Diseases: "Common Cold."

פאר דער וואס פארשטיט נישט קיין ענגליש 56 טויזענט מענטשען שטארבן יעדע יאר פון סתום א פלו ממילא איז די קרונע נאך וייניגער פון א פשוטע פלו הערטס אויף צו מאכן א פאניק מען דארף פשוט זיכער מאכן נישט צו כאפן קיין זערמס ווי עס שטייט אין אבות דר' נתן נישט טרינקען פון יענעמס כוס וכו' וכ' און נישט מער פון דעם די אלע בידוד פון ארץ ישראל מאכט מען נאר פאר עטענטשען צו קענען זאגו אז זיי האבן די וייניגסטע





איך קיק דא איבער די פריעדיגע פאסטס נאך פון פאר פורים כאפט א שוידער וייזוי די זיסע שרייבערס האבן עס אנגעקיקט .....

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2679
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

Re:

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג יולי 28, 2020 7:02 pm

עוד הם מדברים האט געשריבן:
העלאו האט געשריבן:The CDC estimates that as many as 56,000 people die from the flu or flu-like illness each year. SOURCES: National Institute of Allergy and Infectious Diseases: "Common Cold."

פאר דער וואס פארשטיט נישט קיין ענגליש 56 טויזענט מענטשען שטארבן יעדע יאר פון סתום א פלו ממילא איז די קרונע נאך וייניגער פון א פשוטע פלו הערטס אויף צו מאכן א פאניק מען דארף פשוט זיכער מאכן נישט צו כאפן קיין זערמס ווי עס שטייט אין אבות דר' נתן נישט טרינקען פון יענעמס כוס וכו' וכ' און נישט מער פון דעם די אלע בידוד פון ארץ ישראל מאכט מען נאר פאר עטענטשען צו קענען זאגו אז זיי האבן די וייניגסטע


די פאקט אז מענטשן בארואיגן זיך מיטן פארגלייכן די קאראנע צו די פלו איז זייער אומריכטיג, און די אלע אזעלכע תגובות טוהט אויף איין זאך, אז מענטשן לאכן זיך אויס דערפון, ווייל ס'איז דאך פוסטע נארישקייטן.

לאמיר האפן אז ס'וועט נישט קומען צו א מצב ווי מענטשן מיט אזעלכע סארט גערעדעכטצער וועלן נישט קענען זאגן ידינו לא שפכו... דאס איז אין פולסטן זין פון ווארט א מגיפה... ווי קליין? ווי גרויס? קען שוין ווערן דעבאטירט. יש סברות לכאן ולכאן...

עטליכע פאקטן וואס ווייזט אויף די ערנסטקייט פון די זאך:

1. טשיינע איז די צווייט גרעסטע עקאנאמיע אין די וועלט, זיי האבן דאס אלעס אפגעשטעלט און זיי פארלירן טריליאנען דאלארן, וואס עקספערטן זאגן אז זיי גייען זייער שווער זיך קענען אינגאנצן אויסקורירן דערפון. פארוואס? ווייל ס'איז דא עפעס א פלו'לעכל???

2. איטאליע האט צוגעמאכט די דריי גרויסע סיטי'ס אין יוצא ואין נכנס, שטעלנדיג זייער גאנצע עקאנאמיע אין ערנסטן געפאר פון אינגאנצן צוזאמפאלן... פארוואס? ווייל ס'איז דא עפעס א נארישע פלו סיטואציע???

3. מדינת ישראל שטעלט אין געפאר גרויסע חלקים פון זייער עקאנאמיע. אויך נאר ווייל זיי ווילן נישט קיין פלו אין לאנד. הא?

4. ספארטס טימס ארום די וועלט וואס מאכן מיליאנען דאלארן פון יעדעס איינציגע שפיל, שפילן יעצט צו ליידיגע סטעדיומ'ס... אויך נאר ווייל זיי ווילן נישט קיין פארקילעכטס דארט??

5. הערט דאס: איטאליע האט גאר א גרויסע נאמבער אנגעשטעקטע און דערווייל האבן זיי די בעסטע סיסטעם פון רעקארדירן אנגעשטעקטע, קראנקע און ל"ע געהרג'טע. לפי זייערע נומבערס דארפן צען פראצענט פאציענטן באקומען באהאנדלונג אין שפיטאל, דאס הייסט אז יעדע טויזענט אנגעשטעקטע דארפן הונדערט ווערן שפיטאליזירט, אמעריקע האט 2.8 שפיטאל בעטן פער טויזענט מענטשן און צו יעדע צייט איז ארום 65% שפיטאל בעטן פול, וואס דאס לאזט איבער ארום איין בעט פער טויזענט אנגעשטעקטע... יעצט טראכט אריין חלילה אויב ווערן די שפיטאל בעטלעך פול (וואס איז א פאקט אין אלע אנגעשטעקטע געגנטער) און דער לויער פון וועסטשעסטער באקומט דעם וויירוס, ווייטער פון דעם וויל איך נישט זאגן... די אלע נומבערס קענט איר נאכקוקן, גלייבט מיר נישט בלינדערהייט.

6. אין וואשינגטאן זענען אין א האום געשטראבן 12 עלטערע מענטשן, און עולם גולם זאגט יא ס'זענען געווען עלטערע מענטשן... (וואס דרך אגב זענען זיי נישט געווען אין קיין שום וועג שטערבליך קראנק, פשוט עלטערע לייט) רבותי.. איר האט א אהנונג וויפיל אזעלכע אידן דרייען, וואוינען צווישן אונז בלי עין הרע??? אין די טויזענטער! איז עמיצער גרייט צו זאגן ס' איז אקעי.. נאר די עלטערע שטארבן דערפון? יעדע גאס, שוהל, האום האט קע"ה פול מיט אזעלכע אידן. מיר באזוכן זיי, קומען אין בארירונג מיט זיי וכו' וכו'

7. יעצט צום פלו, די העכסטע ראטע פון די וואס ווילן זאגן אז די פלו איז טויטליך איז ביי ארום 0.7 פראצענט, דאגעגן די אלגעמיינע ראטע פון טויטע ביי קאראנע איז יעצט ביי ארום 3.4%... יבא הקהל וישפוט..

דאס זענען נאר אפאר פאקטן וואס גיבט אביסל א שיין אויף די ערנסטקייט פון די זאך...

איך זאג עס בכלל נישט אפצושרעקן דעם עולם, מ'טאר נישט פאניקן און מ'זאל נישט פאניקן, מ'דארף טוהן וואס מ'דארף, אבער זיך אויסלאכן דערפון איז א שאלה פון פארגיסן בלוט...

איינער רעדט צו דער זאך נאך פאר פורים

אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1020
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג יולי 28, 2020 8:04 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פארמאסיוטיקעל פירמע "מאדערנא" האט היינט - אין שותפות מיט די "נעשאנעל אינסטיטוט אוו עלערזשי ענד אינפעקשוס דיזיזעס" - אנגעהויבן די "פאזע 3" פראבעס אויף איר פרישע וואקסין קאנדידאט - מיט די באטייליגונג פון 30,00 וואלונטירן.
דאס איז די ערשטע וואקסין קאנדידאט (אין אמעריקא אדער אלוועלטליך?) צו גרייכן דעם שטאפל.

באריכטן גיבן אן אז די פירמע וויל באקומען 50-60 דאללער פער דאז פאר איר וואקסין - דאס איז טייערע ווי אנדערע פירמעס זאגן זיי וועלן בעטן.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

פאראיעריגער שניי
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך פאראיעריגער שניי » דינסטאג יולי 28, 2020 8:16 pm

דאכט זיך מיר אז היינט ווייסט מען שוין אז די טויט ראטע איז קלענער ווי די אויבען דערמאנטע פלו נאמבערס נאר וואס דען עז איז אסאך מער קעטשי

Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך Growth hacker » דינסטאג יולי 28, 2020 8:38 pm

ניס קראכער האט געשריבן:געהערט עפעס אויף קולמע אז א ריזן נומער פון מענטשן וואס האבן גענומען בלוט פאר אנדערע סיבות, האט מען געטראפן ביי זיי קאראנא צייכענעס אויך

מיין פלג גופא זז"ג האט גענומען בלוט אין געבעטן מען זאל טשעקן אנטי באדיס איז צוריק געקומען אז זי האט נישט, (99 פארצענט האט זי געהאט די וויירוס) מיט א באמערקונג אז די טעסט איז בכלל נישט אקוראט
אלזא וואס איז דאס אנשרעקן די מענטשהייט. ווען די ווייסט אליינס אז ווען מ'איז בודק פאר עפעס אנדערש איז די טעסט בכלל נישט אקוראט?

Ok to calm your wife she probably does have antibodies the reason it's not staying long in the blood but if she lives in our communities and has been
outside the last few months she's most likely immuned
very few people may not make antibodies at all. But they will still have immunity from T cells, which can recognize, remember and kill viruses.

#Asher yatzar Alart

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9373
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג יולי 28, 2020 9:14 pm

לויט די קאוויד טרעקינג ציילונג האט אמעריקע היינט צוגעזען 1,121 פרישע טויטפעלער אין פארגלייך צו 1,036 דעם פארגאנגענעם דינסטאג.

קעיסעס זענען געווען נידריגער. פאזיטיוו ראטע אויך נידריגער.

לויט קאוויד טרעקינג שטייט די טויטצאל אין אמעריקע ביי: 141,430

גולם פון וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

Re: Re:

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » מיטוואך יולי 29, 2020 8:35 am

fiena nieas האט געשריבן:
העלאו האט געשריבן:The CDC estimates that as many as 56,000 people die from the flu or flu-like illness each year. SOURCES: National Institute of Allergy and Infectious Diseases: "Common Cold."

פאר דער וואס פארשטיט נישט קיין ענגליש 56 טויזענט מענטשען שטארבן יעדע יאר פון סתום א פלו ממילא איז די קרונע נאך וייניגער פון א פשוטע פלו הערטס אויף צו מאכן א פאניק מען דארף פשוט זיכער מאכן נישט צו כאפן קיין זערמס ווי עס שטייט אין אבות דר' נתן נישט טרינקען פון יענעמס כוס וכו' וכ' און נישט מער פון דעם די אלע בידוד פון ארץ ישראל מאכט מען נאר פאר עטענטשען צו קענען זאגו אז זיי האבן די וייניגסטע





איך קיק דא איבער די פריעדיגע פאסטס נאך פון פאר פורים כאפט א שוידער וייזוי די זיסע שרייבערס האבן עס אנגעקיקט .....

גיי אריין אים דער אשכול פון די וויירוס אין אר"י, און וועסט זעהן אז עס זענען נאך דא א.ג. חכמים וואס טענה'נען יעצט אז קיינער איז נישט געשטארבן פון קאראנע.
לכל מקום שגלו ישראל גלתה שכינה עמהם...
גלו לביתם גלתה שכינה עימהם!

KMW
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך KMW » מיטוואך יולי 29, 2020 10:50 am

WALMART און CVS האבן געמאלדן אז זײ גײען מער נישט פארלאנגען מאסקעס.
walmart.JPG
walmart.JPG (61.29 KiB) געזעהן 794 מאל
לעצט פאראכטן דורך KMW אום מיטוואך יולי 29, 2020 11:17 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9373
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך יולי 29, 2020 10:54 am

פלארידא היינט מיט א פרישע רעקארד פון 217 טויטפעלער.

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9373
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך יולי 29, 2020 10:58 am

KMW האט געשריבן:WALMART און CVS האבן געמאלדן אז זײ גײען מער נישט פארלאנגען מאסקעס.
walmart.JPG

איך זעה דא אז זיי גייען מער נישט אינפארסירן די פארלאנג.

KMW
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך KMW » מיטוואך יולי 29, 2020 11:09 am

יש ברירה האט געשריבן:
KMW האט געשריבן:WALMART און CVS האבן געמאלדן אז זײ גײען מער נישט פארלאנגען מאסקעס.
walmart.JPG

איך זעה דא אז זיי גייען מער נישט אינפארסירן די פארלאנג.

קומט אױס צום זעלבן..

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9373
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך יולי 29, 2020 12:29 pm

אריזאנא גייט ווייטער אין גוטן ריכטונג

46 טויטפאלן היינט באריכטעט
צוגעלייגטע
EeGrMt7WAAkXDN7.png
EeGrMt7WAAkXDN7.png (232.02 KiB) געזעהן 750 מאל

נישטאמת
שר חמש מאות
תגובות: 508
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך נישטאמת » מיטוואך יולי 29, 2020 12:45 pm

יש ברירה האט געשריבן:אריזאנא גייט ווייטער אין גוטן ריכטונג

46 טויטפאלן היינט באריכטעט

אריזאנא האט איינגעשטעלט פרישע לאקדאון?

אוועטאר
נקדימון
שר האלפיים
תגובות: 2129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך יולי 29, 2020 2:46 pm

קאליפארניע באריכטעט 197 פאטאליטעטן

אוועטאר
נקדימון
שר האלפיים
תגובות: 2129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך יולי 29, 2020 3:14 pm

נישטאמת האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:אריזאנא גייט ווייטער אין גוטן ריכטונג

46 טויטפאלן היינט באריכטעט

אריזאנא האט איינגעשטעלט פרישע לאקדאון?


אריזאנע קעיסעס האט אנגעהויבן פאלן די טאג וואס זיי האבן צוריק פארשפארט יוני 29.

האספיטעליזאציעס האט אנגעהויבן פאלן 2 וואכן דערנאך אויף יולי 13

טויטפעלער האט אנגעהויבן פאלן יולי 21

----

נקדימון האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:לאמיר לייגן קאומא אין א זייט פאר א מינוט.

אז טעקסאס אין פלארידע שפארן בלויז היינט צו בארס ווען האספעטילעזעישאנס איז שוין סקיי ראקעטינג זענען זיי אומקאפאטענט און 'דום עז גיהנום' אין בעסטן פאל.

עס נעמט עטליכע וואכן זינט קעיסעס שטייגן ביז האספעטילעזעישאנס און דערנאך חלילה ביז טויטפעלער שטייגן.

די ווילדער וואוקס אין די צאל קעיסעס האט מען שוין באריכטעט דא יוני 5 - פונקטליך 3 וואכן צוריק.

אז זיי האבן עס נישט גענומען קריטיש ערנסט (נאך מיטלעבן די כאאס פון ניו יארק/ניו דזשערסי/קאנעטיקוט)

קומצעך זיי שוין געבראטענע שלעק

יוני 29
און אריזאנע איז נאך געהעריג "אן סקעדזשועל" צו עפענען די סטעיט
:shock:


Screenshot_20200628-114202.png

יוני 29

אפדעיט:

אריזאנע גאווערנער האט ארויסגעגעבן אן עקזעקעטיוו ארדער צו פארשפארן אלע בארס, דזשימס, טעאטערס און וואסער פארקס

אוועטאר
פאפיגיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך פאפיגיי » מיטוואך יולי 29, 2020 4:33 pm

נקדימון האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:מאנטאג יולי 13

אריזאנע

די צאל האספעטילעזעישאנס האט אנגעהויבן פאלן. די פאזיטיווע ראטע איז אויך געפאלן

האפענטליך וועט עס אנהאלטן

האספעטילעזעישאנס
Screenshot_20200719-155335.png




זונטאג - יולי 19

גוטע נייעס פון אריזאנע
די צאל האספיטעליזאציעס אין אריזאנע פאלט ווייטער
Screenshot_20200719-154615.png



דינסטאג יולי 21

אריזאנע באריכטעט א רעקארד 134 פאטאליטעטן

די שטארק גוטע נייעס איז אז האספיטעליזאציעס פאלט ווייטער.
Screenshot_20200721-122837.png


אז מענטשן שטארבן אין רעקארד נומערן, ווערן אוטאמאטיש די האספיטאלאזאציעס ווייניגער, נישט אזוי?
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.

אוועטאר
נקדימון
שר האלפיים
תגובות: 2129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך יולי 29, 2020 4:38 pm

נישט דאס איז אבער די ריעזען פון די נומבער טשעינדזשעס

געווענליך פשוט נעמט צייט ביז מענטשן שטארבן. ווי אויך נעמט נאך לענגער ביז טויטפאלן ווערן באריכטעט

סא טויטפעלער קען נאך וואקסן בעת האספיטעליזאציעס פאלט שוין

אוועטאר
נקדימון
שר האלפיים
תגובות: 2129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך יולי 29, 2020 5:17 pm

טעקסאס באריכטעט א רעקארד 313 טויטפעלער

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9373
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך יולי 29, 2020 6:54 pm

לויט די קאוויד טרעקינג ציילונג האט אמעריקע היינט צוגעזען 1,418 פרישע טויטפעלער אין פארגלייך צו 1,117 דעם פארגאנגענעם מיטװאָך.

קעיסעס זענען געווען נידריגער. פאזיטיוו ראטע אויך נידריגער אין פארגלייך צו פארגאנגענע וואך.

לויט קאוויד טרעקינג שטייט די טויטצאל אין אמעריקע ביי: 142,848

___

היינט ווערט פונקט פינף מאנאטן זינט די ערשטע טויטפאל איז געווארן באריכטעט אין אמעריקע.

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9373
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך יולי 29, 2020 7:36 pm

אמעריקע איז היינט איבערגעשטיגן פראנקרייך מיט טויטפאלן פער קעפיטע, לויט ווארלד-א-מיטערס.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט