"קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך לעכטל » מיטוואך מארטש 25, 2020 9:18 am

שׁעמעדיגער האט געשריבן:
מיכל הירש האט געשריבן:אליעזר קרויס אויך קול מבשר שפילט זיך מיט אידיש בלוט. ער מאכט אוועק די סכנה און איגנארירט די גרויסע מספר אידן וואס ליגן אין שפיטאל במצב סכנה. האט קול מבשר נישט קיין שום גדרים? איז אידיש בלוט מותר כדי צו ציען צוהערער? שומו שמים!

יעדער זאל אריינרופן צו קול מבשר, דער מייסד, אנדערע קול מבשר רעדנער, און סיי וועם נאר וואס האט א כח אויף קול מבשר, און פארלאנגן זיי זאלן זיך נישט שפילן מיט אידיש בלוט.

לא עת לחשות!

ריטוויט

איך הער איך הער..

... אבער האסט עפעס צו ענטפערן אויף זיינע ווערטער ??!!
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

אליעזר קרויס - אקטועלע אנאליז.

תגובהדורך לעכטל » מיטוואך מארטש 25, 2020 9:19 am

https://www.yiddish24.com/cat/118

לאמיר הערן, פארשטייט'זיך נאכן אויסהערן..
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

אביונה
שר האלף
תגובות: 1020
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך אביונה » מיטוואך מארטש 25, 2020 9:20 am

און כ'באמערק טאקע אז קול מבשר האט טאקע אראפ גענידערט די היץ-פלאמען און היבש רעדוצירט די איבריגע פאניק.....
היינט קען מען שוין הערן מערערע דברי חיזוק...
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך שׁעמעדיגער » מיטוואך מארטש 25, 2020 9:29 am

לעכטל האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:
מיכל הירש האט געשריבן:אליעזר קרויס אויך קול מבשר שפילט זיך מיט אידיש בלוט. ער מאכט אוועק די סכנה און איגנארירט די גרויסע מספר אידן וואס ליגן אין שפיטאל במצב סכנה. האט קול מבשר נישט קיין שום גדרים? איז אידיש בלוט מותר כדי צו ציען צוהערער? שומו שמים!

יעדער זאל אריינרופן צו קול מבשר, דער מייסד, אנדערע קול מבשר רעדנער, און סיי וועם נאר וואס האט א כח אויף קול מבשר, און פארלאנגן זיי זאלן זיך נישט שפילן מיט אידיש בלוט.

לא עת לחשות!

ריטוויט

איך הער איך הער..

... אבער האסט עפעס צו ענטפערן אויף זיינע ווערטער ??!!

איך האב אראפגעהאקט נאכן הערן 5 מינוט
אנטשולדיגט אבער איך קען פערזענליך עטליכע אידן וואס ליגן אויף רעספירעיטערס
לעצט פאראכטן דורך שׁעמעדיגער אום דאנארשטאג מארטש 26, 2020 2:12 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

מיכל הירש
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2015 11:52 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך מיכל הירש » מיטוואך מארטש 25, 2020 9:36 am

אביונה האט געשריבן:
מיכל הירש האט געשריבן:אליעזר קרויס אויף קול מבשר שפילט זיך מיט אידיש בלוט. ער מאכט אוועק די סכנה און איגנארירט די גרויסע מספר אידן וואס ליגן אין שפיטאל במצב סכנה. האט קול מבשר נישט קיין שום גדרים? איז אידיש בלוט מותר כדי צו ציען צוהערער? שומו שמים!

יעדער זאל אריינרופן צו קול מבשר, דער מייסד, אנדערע קול מבשר רעדנער, און סיי וועם נאר וואס האט א כח אויף קול מבשר, און פארלאנגן זיי זאלן זיך נישט שפילן מיט אידיש בלוט.

לא עת לחשות!

עת לחשות!!
ער זאגט זייער גוט
ער בארואיגט סך הכל דע מצב, מען זאל נישט פאניקן.., ער הייסט באמת גארנישט טוהן, נישט לטב און נישט למוטב, ער נעמט נישט קיין שטעלונג נישט פאר מנין נישט קעגן מנין, ער רייסט נאר ארונטער די 'דתן ואבירם' די קצה המחנה, וואס ער זאגט זייער גוט....., סאו, כ'זאה נישט וואס ער איז מקלקל דא בכלל
ווער ס'האלט אז ער רעדט געפעערליך, זאל מוחל זיין אוועק מישן, קיינער צווינגט דיך נישט עם אויסהערן..., ס'יז דא גענוג און נאך פאניקער און מצב-אנדרייער אויף קול מבשר וועמן מען קען אויסהערן, ווער ס'פילט אז עס איז עפעס איבריג רואיג, זאל זיך ביטע מחזק זיין און פאניקן צוזאמען מיט זיי אלע


איך האב געהערט דרשות פון גרויסע אידן, רב טויבער, רב וואקסמאן, וואו זיי בארואיגן דעם ציבור. אבער זיי מאכן נישט אוועק די סכנה. זיי בארואיגן אז א איד דארף האבן בטחון צוזאמן מיט השתדלות, אזוי גדולי ישראל האבן אלץ געזאגט. עס איז טאקע דא א סכנה, מען דארף נאכאלץ נישט פאניקן.

אליעזר קרויס ''בארואיגט" דורך אוועקמאכן די סכנה. "עס איז נישט אזוי געפערלעך" אפשר זענען אפאר אלטע אידן געשטארבן" הישמע כזאת? אוועקמאכן די חשיבות פון אידישע לעבנס ווייל זיי זענען אלט?

יעדער וואס איך קען ווייסט פון אידן וואס ליגן אין שפיטאל, איך ווייס פון א אכט יעריג קינד וואס ליגט אין שפיטאל און די מאמע קען נישט אריינגיין!

דאס איז נישט די צייט אוועקצומאכן די סכנה און ברענגן אז מענטשן זאלן מזלזל זיין אין די זיכערהייט מאסנאמען וואס מען האט אונטערגענומען צו צוריקהאלטן די מגיפה.

ווער עס קען עפעס און דאס אפצושטעלן האט א חוב קדוש צו ראטעווען אידישע לעבנס!

א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2014 3:58 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך א פיינע מענטש » מיטוואך מארטש 25, 2020 9:40 am

פ' לך לך האט געשריבן:לכאורה קען מען נישט נעמען קיין ראי' פון די נייע קעיסעס, ווייל רוב עולם גייט זיך נישט טעסטן

עס איז נישט קיין ראי'פון די נייע קעסעס ווייל מען האט אויפגעהערט טעסטן, לעצטע וואך פרייטיג איז געווען די לעצטע טאג וואס מען האט געטעסט מענטשן ביי oda נאכדעם האט מען שטארק איינגעצוימט די טעסטינג, מען טעסט נאר מענטשן וואס זענען אין א גרויסע ריזיקע.

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

"קען זיין אפשר זענען אפאר אלטע אידן געשטארבן"

תגובהדורך שׁעמעדיגער » מיטוואך מארטש 25, 2020 9:42 am

ער זאגט די ווערטער!! איא?

ווי אזוי קען א איד אזוי רעדן???

ווי אזוי לאזט עס קול מבשר צו?????
לעצט פאראכטן דורך שׁעמעדיגער אום דאנארשטאג מארטש 26, 2020 2:10 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך מארטש 25, 2020 9:42 am

עס איז זייער פשוט. די זעלבע ניקס וואס האבן 2 וואכן צוריק זיך אויפגעטון אז זיי פאלן נישט פאר די נערישע קאראונע וויץ, יעצט אז די וויץ פראסקעט אין פנים זענען זיי נאר דא פשוט צו ראטעווען מענטשן פון פאניק אטאקעס...

יע יע


-----
כינעזער פראדוקציע גייט צוריק אין קראפט צוביסלעך

IMG_20200325_094127.jpg
IMG_20200325_094127.jpg (65.06 KiB) געזעהן 729 מאל

shulem k
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 8:22 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך shulem k » מיטוואך מארטש 25, 2020 9:46 am

ביטע אריבער טראגן די גאנצע "אליעזר קרויס" שמועס דא

אוועטאר
יש ברירה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8492
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך מארטש 25, 2020 9:48 am

:shock:

:Whom do you trust for coronavirus info

:Dems

CDC 87%
Your governor 75%
National media 72%
Friends/family 72%
Religious leaders 44%
Trump 14%

:Republicans

Trump 90%
CDC 84%
Friends/family 81%
Religious leaders 71%
You governor 65%
National media 13%

-CBS/YouGov

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך מארטש 25, 2020 9:58 am

סאוט קארעא וואס האט די וויירוס שטארק אונטער קאנטראל, האט היינט געזעהן פרישע 100 קעיסעס. 51 דערפון זענען פון אויסלענדישע, בעיקר פון אמעריקא.

זיי האבן דערקלערט היינט מער שטרענגערע מאסנאמען. יעדער אפי' געטעסט נעגאטיוו גייט אריין אין קווארענטין פאר 14 טעג.

IMG_20200325_094943.jpg
IMG_20200325_094943.jpg (105.12 KiB) געזעהן 630 מאל
צוגעלייגטע
IMG_20200325_094931.jpg
IMG_20200325_094931.jpg (129.16 KiB) געזעהן 630 מאל

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:00 am

פרינץ טשארלס איז געטעסט פאזיטיוו

מאנסיער
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 26, 2017 1:57 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך מאנסיער » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:02 am

יעדער וואס קומט אריין פון "אמעריקע" וואס טעסט נעגעטיוו

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:06 am

טיילאנד דערקלערט א סטעיט אוו אמערדזשענסי. עס גייט אן ביז אפריל 30

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:08 am

אוקראיינע דערקלערט א סטעיט אוו אמערדזשענסי

אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1090
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך פרייזן » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:11 am

unnamed (70).jpg
unnamed (70).jpg (125.07 KiB) געזעהן 543 מאל

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:14 am

איראן האט געהאט 143 טויט פעלער.

2077 טויט פעלער ביז היינט.

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך לעכטל » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:16 am

ברוך דיין האמת: בארה"ב נפטר הרה"ח רבי ישעיה אנגלרד זצ"ל בנו הגדול של הרבי מראדז'ין זצ"ל ואחיו של הרבי שליט"א נפטר לאחר שנדבק בנגיף הקורונה והוא בן 66.
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:16 am

דער סאודיער קעניג מוכאמאד בין סאלמאן דערקלערט א לאקדאון אויף מאאקע און מאדינע.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2856
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:20 am

אביונה האט געשריבן:
מיכל הירש האט געשריבן:אליעזר קרויס אויף קול מבשר שפילט זיך מיט אידיש בלוט. ער מאכט אוועק די סכנה און איגנארירט די גרויסע מספר אידן וואס ליגן אין שפיטאל במצב סכנה. האט קול מבשר נישט קיין שום גדרים? איז אידיש בלוט מותר כדי צו ציען צוהערער? שומו שמים!

יעדער זאל אריינרופן צו קול מבשר, דער מייסד, אנדערע קול מבשר רעדנער, און סיי וועם נאר וואס האט א כח אויף קול מבשר, און פארלאנגן זיי זאלן זיך נישט שפילן מיט אידיש בלוט.

לא עת לחשות!

עת לחשות!!
ער זאגט זייער גוט
ער בארואיגט סך הכל דע מצב, מען זאל נישט פאניקן.., ער הייסט באמת גארנישט טוהן, נישט לטב און נישט למוטב, ער נעמט נישט קיין שטעלונג נישט פאר מנין נישט קעגן מנין, ער רייסט נאר ארונטער די 'דתן ואבירם' די קצה המחנה, וואס ער זאגט זייער גוט....., סאו, כ'זאה נישט וואס ער איז מקלקל דא בכלל
ווער ס'האלט אז ער רעדט געפעערליך, זאל מוחל זיין אוועק מישן, קיינער צווינגט דיך נישט עם אויסהערן..., ס'יז דא גענוג און נאך פאניקער און מצב-אנדרייער אויף קול מבשר וועמן מען קען אויסהערן, ווער ס'פילט אז עס איז עפעס איבריג רואיג, זאל זיך ביטע מחזק זיין און פאניקן צוזאמען מיט זיי אלע

אנטשולדיגט מיר, אבער נישט קיין חילוק אויב ער איז גערעכט אדער נישט, אזא נארישע כתה א' שמועס פאסט נישט אויף קול מבשר, און זיכער נישט צו ווערן דיסקוסירט אין דעם אשכול.

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:26 am

אטלאנטע דזשארדשיע. דער מעיאר פון אטלאנטע זאגט היינט צופרי אז די ICU יוניטס אין אטלאנטע זענען שוין אנגעפולט.

דזשארדשיע אזוי אויך לוזיאנע קוקט נישט אויס צו גוט. ביידע שטאטן האבן קוים געטעסט 1000-1300 מענטשן און האבן שוין 38-46 טויטע.

אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2020 10:12 am

Re: אליעזר קרויס - אקטועלע אנאליז.

תגובהדורך מאנסי געבוירענער » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:28 am

לעכטל האט געשריבן:https://www.yiddish24.com/cat/118

לאמיר הערן, פארשטייט'זיך נאכן אויסהערן..

איז עס שוין אראפגענומען פון קול מבשר???????????

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: אליעזר קרויס - אקטועלע אנאליז.

תגובהדורך לעכטל » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:30 am

מאנסי געבוירענער האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:https://www.yiddish24.com/cat/118

לאמיר הערן, פארשטייט'זיך נאכן אויסהערן..

איז עס שוין אראפגענומען פון קול מבשר???????????

יאפ קוק אזוי אויס..!
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2020 10:12 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך מאנסי געבוירענער » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:32 am

הרב לעכטל דו האלסט מ'האט עס געדארפט אראפנעמען?

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:41 am

נקדימון האט געשריבן:אן אפיציר און אן אינמעיט אין רייקערס איילענד טורמע זענען געווארן געטעסט פאזעטיוו צו קאראנע. דרוק ווערט געלייגט אויפן מעיאר דעבלאזיא אז ער זאל ארויסלאזן ארעסטאנטן.

עס געפונען זיך אין רייקערס איילענד ארום 900 ארעסטאנטן איבער די 50. ארום 600 ארעסטאנטן מיט קראניק מעדיקעל קאנדישענס.

----
א שרעק ווען מען באפרייט געפארפולע פארברעכער, פון דער אנדערער זייט א שרעק עס זאל זיך פארשפרייטן אין טורמע ווי מען איז צונויף געפרעסט, די היגיענע איז שוואך און מעדיצינישער באהאנדלונג איז מינימאל.

ווי אזוי קען מען טאקע הענדלען אין אזא פאל?



די סיטואציע אין רייקערס האט זיך שטארק פארערגערט. 39 פון די 5400 ארעסטאנטן זענען אנגעשטעקט.

דעבלאזיא פלאנט ארויסצולאזן ארום 300 עלטערע און אומ'געפארפולע פארברעכער (איז דא אזאנס אין רייקערס? כ'קען עס נאר פון די שטערן) ער ארבעט מיט די דעפארטמענט אוו קארעקשאנס וועמען און ווי אזוי זיי צו באפרייען.


א טשארט צוטיילט פער 1000 מענטשן.

IMG_20200325_102854.jpg
IMG_20200325_102854.jpg (30.57 KiB) געזעהן 1528 מאל


וויפיל מאל שטערקער דאס איז קעגן די שטערקסט אנגעשטעקטע פלעצער אין די וועלט

IMG_20200325_102816.jpg
IMG_20200325_102816.jpg (81.18 KiB) געזעהן 1528 מאל


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Volunteer, Zeltzer, אלטער, בארג, בילדער, בשבילי נברא, יסוד ארי, מודהאני, פימפערנוטער און 58 געסט