"קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך עירוב תבשילין » מיטוואך אפריל 14, 2021 6:55 am

טעגליכע בולעטין פון מיטוואך תזו"מ:

--דאס צייטווייליג אפשטופן דאס באנוץ פונעם דזשאנסאן ענד דזשאנסאן וואקסין ברענגט קאפ וויי פאר די אייראפעאישע פאראיין נאך וואס עטליכע אייראפעאישע לענדער האבן זיך פארלאזט דערויף און האט געזאלט אריינגיין אין ברייטן באנוץ.
שפאניע האט ערווארטעט 5.5 מיליאן דאזעס פון די וואקסין, אזוי אויך בעלגיע וואס האט געזאגט אז זיי וועלן ווארטן אויף די גרינע ליכט פון די אייראפעאישע מעדיצין רעגולאטור אז מ'קען עס ווייטער נוצן.

--דייטשלאנד גייט איין אויף א פלאן צו מישן וואקסינען, און די מענטשן אונטער די 60 וועלכע האבן באקומען די אקספארד ע.ז. וואקסין ביים ערשטען דאזע וועלן באקומען פייזער אדער מאדערנע פאר די צווייטע, נאך וואס דאס לאנד געט נישט די וואקסין פאר מענטשן אונטער די זעכציג.
דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס די וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע האט רעקאמאנדירט אז מ'זאל נישט מישן די וואקסינען.

--דענמארק האט געמאלדן אז אנגעהויבן פון דעם קומענדיגען מאי למס' וועלן זיי אנהויבן אריינלאזן טוריסטן אין לאנד וואס זענען גענצליך וואקסינירט צום וויירוס.

--די רומענישע געזונטהייט מיניסטער איז אפגעזאגט געווארן פון אמט דורך'ן פריים מיניסטער צוליב זיין פארנאכלעסיגקייט ביים פארהאנדלען די וויירוס.
פרעמיער פלארין טצעסו האט געמאלדן אז מיניסטער וולאד וואויסילעסקאו וועט אפטרעטן פון אמט און א צווייטע וועט געשטעלט ווערן אין זיין פלאץ.

--סטאטיסטיקער אין ענגלאנד ווייזן אן ווי 1פון 2 מענטשן אין לאנד האבן שוין אנטי-באדיס צום וויירוס פראצענטואל איז דאס 45.9 פראצענט סיי צוליב ענגלאנד'ס סוקסעספולע וואקסין דרייוו און סיי צוליב די עטליכע כוואליעס וואס האט באטראפן דאס לאנד.

--די קרעמלין האט געמאלדן אז די רוסישע פרעזידענט ווילאדאמיר פוטין האט גענומען די 2'טע דאזע פון די וואקסין, נישט מעלדענדיג וועלכע וואקסין.
מיט עטליכע וואכן צוריק האט ער גענומען די ערשטע דאזע און זיך נישט געלאזט פאטאגריפירן און יעצט איז געקומען די באשטעטיגונג פון די קרעמלין אויף די צווייטע. (זעה דא https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?f ... 0#p2683235)

--קאנאדע האט באשטעטיגט די ערשטע קעיס פון בלוט-קלאט ביי א מאן וואס האט גענומען די אקספארד ע.ז. וואקסין, די אומאידענדיפיצירטע מאן געפינט זיך אינדעהיים אין א גוטע צושטאנד.

--אינדיע האט רעקארדירט א גאר דראמאטיש הויכע ציפער פון קאראנע קעיסעס אין בלויז איין טאג.
נעכטן דינסטאג זענען געווען 184,000 קעיסעס א שארפע העכערונג פון 168,900 א טאג פריער.
די הויעכע נומערן איז א דאנק די נאציאנאלע חגא אין לאנד געריפן "קומבא מעלא" ווי הונדערטע טויזענטע פארזאמלען זיך טעגליך ביים שמייליגן גאנגעס טייך און איז אוממעגליך צו קאנטראלירן.
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך עירוב תבשילין » מיטוואך אפריל 14, 2021 1:54 pm

מיטוואך תזו"מ נאכמיטאג:

--קיעוו די הויפטשטאט פון אוקראיינע וועט פארבלייבן אונטער שטרענגער צוימונגען ביז קומעדיגען אפריל 30 לויט ווי די ארטיגע מעיאר געט איבער.
פובליק טראנפארטאציע אין שטאט, שולעס, קינדערגארטן'ס , טיאטערן און אנדערע פארוויילונג'ס ערטער האבן זיך געשלאסן מיט עטליכע וואכן צוריק און אצינד מיט די 1,500 קעיסעס און ארום 40 פאטאליטעטן רעגיסטרירט אין שטאט טעגליך וועט דאס בלייבן אין קראפט.

--גריכלאנד באטראכט א פלאן אריינצולאזן טוריסטן פון עטליכע לענדער נאך וואס די טוריזם אינדוסטריע איז שטארק באטראפן געווארן פון די פאנדעמיע.
רייזענדע פון די אייראפעאישע פאראיין, די פאראייניגטע שטאטן, בריטאניע, סערביע, מדינת ישראל, און די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן וואס זענען גענצליך וואקסינירט וועלן אריינגעלאזט ווערן אין לאנד פון דעם קומענדיגע'ן חודש למס' אן דארפן זיין אין קוואראנטין.

--ארמעניע וועלכע האט באשטעטיגט די רוסישע ספוטניק-ווי וואקסין פארלאפענעם פאברואר למס' נישט באזירט אויף איר אייגענע שטודיעס האט דעגרייכט א דיעל מיט רוסלאנד אויף 1 מיליאן וואקסינען, און וועט אריינגיין אין ברייטן באנוץ.

--שווייץ איז ערווארטעט צו פארגרינגערן איר לאקדאון באגרעניצונגען דעם קומענדיגן אפריל 19, אפגעזעהן די סטאבילע צושטאנד אין לאנד, און א קליינע וואוקס אין עטליכע געגענטער.
א סטעיטמענט פון די רעגירונג לויטעט אז טיאטערן, קאנצערט וועניוס, אוניווערסיטעטן און עדיוקאציע וועלן צוריק אנהייבן זייער פראגראמען מיט שטרענגער סאושעל דיסטענס און מאסק רעגולאציעס.

--ליטא וועט איינשטעלן א ספעציעלע קאראנע אימיונאציע סערטיפעקעט פאר די וועלכע האבן זיך וואקסינירט אדער ערהוילט פון די וויירוס פון קומענדיגען מאי למס'.
די פריים מיניסטער זאגט אז די ספעציעלע דיגיטאלע סערטיפעקעט וועט ערלויבען די מענטשהייט צוריק צו גיין צום נארמאלען לעבנס-שטייגער און אין די זעלבע צייט געבן די שטופ פאר דאס איבריגע פונעם פאלק זיך צו גיין וואקסינירן.

--פארטוגאל האט פארלענגערט זייער סטעיט אוו עמערדזשענסי פאר נאך עטליכע וואכן ערלויבענדיג די רעגירונג צו אינפארסירן נאכט קורפיו'ס און אנדערע באגרעניצונגען אין ליכט פון די אויפשטייג פון קעיסעס אין לאנד.

א פארנומענע גאס אין פארטוגאל ווערט פארטאגריפירט אונטער די איצטיגע לאקדאון אין לאנד



--קאנאדע האט געמאלדן אז אויף דערווייל וועלן זיי נישט סוספענדירן דאס באנוץ פון די אקספארד-ע.ז. וואקסין.
ווי מיר האבן באריכטעט אויבן האט קאנאדע רעקארדירט 1 פאל ווי א מאן האט געליטן פון בלוט-קלאטס נאכן נעמען די וואקסין, פארט זאגט די פעדעראלע געזונטהייט מיניסטעריום אז דאס וועט ווייטער ווערן באנוצט.

--אמעריקען עירליינס האט אין א סטעיטמענט געמאלדן אז זיי ערווארטן צו פליען מער ווי 90 פראצענט פון איר דאמעסטיק פלי קעפעסעטי דעם קומענדיגען זוממער און 80 פראצענט אונטערנאציאנאלע רייזעס נאך וואס די עירליין זעהט א שטארקע וואוקס אין באשטעלונגען.
אונטערנאציאנאלע און דאמעסטיק פלי רייזעס צוגלייך האט שטארק אפעקטירט די טרעוול אינדוסטריע פארלאפענעם יאר, אבער היי יאר מיט די פילע וואקסין פראגראמען ערלויבן זיך מענטשן צו פליען מער.
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11222
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אפריל 14, 2021 1:55 pm

טענקס עירוב תבשילין!

----

אין די צייט וואס די מצב אין אמעריקע איז סטאביל, מוטשעט זיך מישיגין מיט אן ערענסטע אויפשטייג.

נעכטן האט די שטאט אפצייכנט א רעקארד פון 10,277 פרישע קעיסעס.
צוגעלייגטע
Ey88nrgVUAA1O8J.png
Ey88nrgVUAA1O8J.png (59.91 KiB) געזעהן 757 מאל

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11222
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אפריל 14, 2021 2:06 pm

די וואקסין רעקארדס האבן פארגעזעצט אויך דינסטאג ווען עס איז געווארן באריכטעט פרישע 2.59 מיליאן וואקסינען פארטיילט (דאס איז געווען דאס ערשטע מאל וואס די דינסטאג באריכט איז אריינגעקומען העכער צוויי מיליאן).

די זיבן טאג דורכשניט שטייט ביי: 3,384,387!

מחשבהטובה
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 5:31 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך מחשבהטובה » מיטוואך אפריל 14, 2021 2:45 pm

גאנץ אונטרעסאנט אז אמעריקא מיט אזויפיל וואקסינען גייט נאך נישט אויף אראפ.
שוין פאר לאנגע חדשים די זעלבע ציפערן מער ווייניגער.

קוקט אויס אז די מצב אין קאנאדא האט זיך סטאביליזירט נאך לאנגע וואכן פון טעגליכע העכערונגען.

אוועטאר
נארמאליזעם
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך נארמאליזעם » מיטוואך אפריל 14, 2021 3:11 pm

מחשבהטובה האט געשריבן:גאנץ אונטרעסאנט אז אמעריקא מיט אזויפיל וואקסינען גייט נאך נישט אויף אראפ.
שוין פאר לאנגע חדשים די זעלבע ציפערן מער ווייניגער.

קוקט אויס אז די מצב אין קאנאדא האט זיך סטאביליזירט נאך לאנגע וואכן פון טעגליכע העכערונגען.




קאנאדא גייט יעצט דורך א שווערע דריטע כוואליע נעכטן אליינס איז צוגעקומען איבער 10.000 קעיסעס

אוועטאר
שפע רב
שר חמש מאות
תגובות: 862
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך שפע רב » מיטוואך אפריל 14, 2021 4:10 pm

עס קוקט אויס אז ביז 3-4 טעג וועט אמעריקא אנקומען צו 200 מיליאן וואקסינען. מ'האלט שוין היינט ביי כמעט 193.

מיט 15 טעג פריער צו ביידן'ס 100 טעג אין אפיס, אין מיט 100 מיליאן וואקסינען מער פון זיין ארגניעלע פראמיס ווען ער איז אריינגעקומען אין אפיס.

טראמפ'ס קרעדיט,נישט אזוי?

אן א נאמען
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 16, 2020 10:30 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך אן א נאמען » מיטוואך אפריל 14, 2021 4:16 pm

שפע רב האט געשריבן:עס קוקט אויס אז ביז 3-4 טעג וועט אמעריקא אנקומען צו 200 מיליאן וואקסינען. מ'האלט שוין היינט ביי כמעט 193.

מיט 15 טעג פריער צו ביידן'ס 100 טעג אין אפיס, אין מיט 100 מיליאן וואקסינען מער פון זיין ארגניעלע פראמיס ווען ער איז אריינגעקומען אין אפיס.

טראמפ'ס קרעדיט,נישט אזוי?

דוכט זיך איר האט א טעות די נומבערס פאר ערשטע דאזע האלט ביי בערך 122m צווייטע דאזע 75m
גוגל vaccine tracker usa
אז עס גייט נישט ווי דו ווילסט וויל וויאזוי עס גייט

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11222
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אפריל 14, 2021 7:54 pm

אמעריקע האלט ביי פונקטליך 194,791,836

(סאורס סי-די-סי)

אן א נאמען
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 16, 2020 10:30 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך אן א נאמען » מיטוואך אפריל 14, 2021 8:07 pm

בין נישט קיין גרויסע מבין, קוקט אויס ווי סדא צוויי נומבערס(קוק ארטיקעל)
ר׳ י״ב, אפשר זענט איר מסביר די נושא?
https://fortune.com/2021/04/14/covid-va ... cines/amp/
אז עס גייט נישט ווי דו ווילסט וויל וויאזוי עס גייט

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2429
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך אפריל 14, 2021 8:50 pm

אוטראיטעטן אין דענמארק היינט געמאלדן א גענצליכע אפשטעלן צום באנוץ פון די אקספארד ע.ז. וואקסין.

אוועטאר
נארמאליזעם
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך נארמאליזעם » מיטוואך אפריל 14, 2021 9:38 pm

די בלוט קלאטס פון דזשאנסן ענד דזשאנסן איז די זעלבע ווי אסטראזאנקע לויט די CDC

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11222
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אפריל 14, 2021 11:14 pm

אן א נאמען האט געשריבן:בין נישט קיין גרויסע מבין, קוקט אויס ווי סדא צוויי נומבערס(קוק ארטיקעל)
ר׳ י״ב, אפשר זענט איר מסביר די נושא?
https://fortune.com/2021/04/14/covid-va ... cines/amp/

וואו איז דא אנדערע ציפערן?

הר גריזים
שר חמש מאות
תגובות: 646
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך הר גריזים » דאנארשטאג אפריל 15, 2021 12:04 am

יש ברירה האט געשריבן:
אן א נאמען האט געשריבן:בין נישט קיין גרויסע מבין, קוקט אויס ווי סדא צוויי נומבערס(קוק ארטיקעל)
ר׳ י״ב, אפשר זענט איר מסביר די נושא?
https://fortune.com/2021/04/14/covid-va ... cines/amp/

וואו איז דא אנדערע ציפערן?

אולי אפ״ל 195 מיליאן וואקסינס נישט וואקסינערטע,
122 מיליאן באקומען 1 שטעך און נאך עטליכע אין זיבעציג מיליאן ביידע שטעכעס, צוזאמען איז 195.

הר גריזים
שר חמש מאות
תגובות: 646
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך הר גריזים » דאנארשטאג אפריל 15, 2021 12:05 am

שכח ערוב תבשילין פאר דיינע הערליכע באריכטן, א געשמאק צו ליינען!

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11222
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג אפריל 15, 2021 12:08 am

הר גריזים האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
אן א נאמען האט געשריבן:בין נישט קיין גרויסע מבין, קוקט אויס ווי סדא צוויי נומבערס(קוק ארטיקעל)
ר׳ י״ב, אפשר זענט איר מסביר די נושא?
https://fortune.com/2021/04/14/covid-va ... cines/amp/

וואו איז דא אנדערע ציפערן?

אולי אפ״ל 195 מיליאן וואקסינס נישט וואקסינערטע,
122 מיליאן באקומען 1 שטעך און נאך עטליכע אין זיבעציג מיליאן ביידע שטעכעס, צוזאמען איז 195.

יא, וואקסינען. די 122 רעכנט אריין אלע ערשטע. פון צווישן די 122 האבן זיבעציג באקומען א צווייטע.

אן א נאמען
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 16, 2020 10:30 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך אן א נאמען » דאנארשטאג אפריל 15, 2021 12:15 am

הר גריזים האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
אן א נאמען האט געשריבן:בין נישט קיין גרויסע מבין, קוקט אויס ווי סדא צוויי נומבערס(קוק ארטיקעל)
ר׳ י״ב, אפשר זענט איר מסביר די נושא?
https://fortune.com/2021/04/14/covid-va ... cines/amp/

וואו איז דא אנדערע ציפערן?

אולי אפ״ל 195 מיליאן וואקסינס נישט וואקסינערטע,
122 מיליאן באקומען 1 שטעך און נאך עטליכע אין זיבעציג מיליאן ביידע שטעכעס, צוזאמען איז 195.

כמיין אז סנישט ״נאך״ 75m, נאר פון די 122m האבן שוין 75m באקומען 2
זיי שרייבן אזוי
As of April 14, 123.9 million Americans have received at least one dose of a COVID vaccine
נאכדעם שרייבן זיי
In total, the country has administered 194.8 million vaccines
אז עס גייט נישט ווי דו ווילסט וויל וויאזוי עס גייט

הר גריזים
שר חמש מאות
תגובות: 646
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך הר גריזים » דאנארשטאג אפריל 15, 2021 12:32 am

אן א נאמען האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
אן א נאמען האט געשריבן:בין נישט קיין גרויסע מבין, קוקט אויס ווי סדא צוויי נומבערס(קוק ארטיקעל)
ר׳ י״ב, אפשר זענט איר מסביר די נושא?
https://fortune.com/2021/04/14/covid-va ... cines/amp/

וואו איז דא אנדערע ציפערן?

אולי אפ״ל 195 מיליאן וואקסינס נישט וואקסינערטע,
122 מיליאן באקומען 1 שטעך און נאך עטליכע אין זיבעציג מיליאן ביידע שטעכעס, צוזאמען איז 195.

כמיין אז סנישט ״נאך״ 75m, נאר פון די 122m האבן שוין 75m באקומען 2
זיי שרייבן אזוי
As of April 14, 123.9 million Americans have received at least one dose of a COVID vaccine
נאכדעם שרייבן זיי
In total, the country has administered 194.8 million vaccines

דעס האב איך געמיינט

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך עירוב תבשילין » דאנארשטאג אפריל 15, 2021 7:00 am

טעגליכע בולעטין דאנערשטאג תזו"מ:

--אינדיע האט ווידעראמאל רעקארדירט א רעקארד הויכע צאל קעיסעס און 200,000 קעיסעס זענען באשטעטיגט געווארן אין די לעצטע 24 שעה.
אנאליסטן ווייזן אן אז די "צונאמי" כוואליע וואס פלאגט די לאנד איז א דאנק פרישע וועריענטן וואס ווערן אויפגעכאפט און די פארנאכלעסיגקייט פון די איינוואוינער וואס פייערן די נאציאנאלע חגא.

--אוטאריטעטן אין האנג קאנג האבן באשטעטיגט אז איינוואוינער אין לאנד אין עלטער פון 16 ביז 29 קענען זיך קומען וואקסינירן וועלענדיג דעגרייכן די ציל פון וואקסינירן דאס גאנצע ראיאן.
האנג קאנג פארמאגט א רעלאטיוו נידריגע וואקסין ראטע זינט די ערשטע דאזעס זענען פארטיילט געווארן אין פארברואר מיט בלויז 8 פראצענט פון איר 7.5 מיליאן רעזידענטן וואקסינירט.

--דאס לאנד קאמבאודיע אין דרום-מזרח אזיע געפינט זיך אין גאר א שווערן צושטאנד נאך וואס די וויירוס אין לאנד פארשפרייט זיך מיט א שנעלקייט.
די ארטיגע פרעמיער האן סען זאגט אז מ'האלט שוין ממש ביים עק פון קענען אנגיין דעריבער האט ער איינגעשטעלט גאר שטרענגער באגרעניצונגען ווי 2 וואכן טאר מען נישט ארויסגיין פונדערהיים און בלויז 1 מענטש פער הויז מעג גיין קויפן עסן, און אלעס אנדערש אין לאנד איז אפגעשפארט.

--טערקיי האט רעקארדירט 62,797 פרישע קעיסעס און 279 פאטאליטעטן אין די לעצטע 24 שעה דאס איז די העכטסע צאל זינט די אנהייב פון די פאנדעמיע אין לאנד.

--עטליכע געגענטער אין לאנדאן ווערן געטעסט פאר די וויירוס נאך וואס די באאמטע האבן אויפגעכאפט 44 קעיסעס און 30 מעגליכע פון די דרום-אפריקאנער וועריענט.
רעזידענטן אין די געגענטער פון סאוטווארק און בארנעט (בארנעט איז די באראו פון די היימישע גאלדערס גרין געגענט) וואנסווארד און לאמבעט פון די 11 און העכער ווערן געבעטן זיך צוקומען טעסטן.
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך עירוב תבשילין » דאנארשטאג אפריל 15, 2021 12:33 pm

--פראנקרייך'ס טויט ראטע איז לויט עקספערטן ערווארטעט צו דעגרייכן די 100 טויזענט.
דאס לאנד מיט אירע 67 מיליאן איינוואוינער וועט דערמיט ווערן די 8'טע לאנד אין די וועלט צו דעגרייכן די סימבאלישע נומער און די דריטע אין אייראפע נאך איטאליען און גרויס-בריטאניע.

--סקאטלאנד'ס פירסט מיניסטער (גאווערנער) האט גענומען די ערשטע דאזע פון אקספארד ע.ז. וואקסין.
זי האט דערביי אויסגעלויבט די העראאישע ארבעט פון די בריטישע העלט ארבעטער און צוגעלייגט אז יעדער אין לאנד וואס איז עלידזשיבל און קען נעמען די וואקסין זאל עס שוין גיין נעמען.

--ווענזועלא האט באקריגן 50 מיליאן דאזעס פון די רוסישע ספוטניק-ווי וואקסין.
פריער אין יאר האט דאס לאנד באקומען 250 טיזענט פון די אויבענדערמאנטן וואקסין און 500 טויזענט פון כינעזער סינאופארם וואס איז שוין פארטיילט געווארן פאר פראנטליין ארבעטער און אנדערע וויכטיגע באאמטע אצינד זאגט די העלט מיניסטער וועט מען דאס געבן פאר פארשידענע הויך פריאריטעט גרופעס ווי פייערפייטערס און נאך.
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11222
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג אפריל 15, 2021 1:53 pm

פרישע רעקארד באריכט פאר דאנערשטאג: פרישע 3.53 מיליאן וואקסינען.

טאטאלן פאר אמעריקע
23.jpg
23.jpg (86.7 KiB) געזעהן 205 מאל

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11222
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג אפריל 16, 2021 3:41 pm

אריבער 200M
צוגעלייגטע
Screenshot_20210416-154034_Chrome.jpg
Screenshot_20210416-154034_Chrome.jpg (77.08 KiB) געזעהן 106 מאל

הײמישער זײגער
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך הײמישער זײגער » זונטאג אפריל 18, 2021 8:36 pm

נארמאליזעם האט געשריבן:די בלוט קלאטס פון דזשאנסן ענד דזשאנסן איז די זעלבע ווי אסטראזאנקע לויט די CDC


Blood clots as prevalent with Pfizer and Moderna vaccine as with AstraZeneca's: study

https://www.marketwatch.com/story/blood ... 2021-04-15


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: הײמישער זײגער און 9 געסט