בלאט 1 פון 391

"קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

געשריבן: דינסטאג יאנואר 21, 2020 12:39 pm
דורך פעיק ניוז
עס איז לעצטנס אפירגעקומען א נייע מיסטעריעזע וויירוס-אונטערגאנג וואס שאפט א מגיפה-שרעק איבער דער וועלט, נאך וואס ס’איז באשטעטיגט געווארן אז דער ווירוס קען אריבערגיין פון מענטש צו מענטש.

עס האט אין דער קורצער צייט שוין אוועקגעלייגט 3 מענטשן אויף טויט, און קראנק געמאכט איבער 200 כינעזער בירגער.

ווען דער ווירוס איז צום ערשט אויפגעגאנגען אין די כינעזער שטאט 'וואוהאן', אום דעצעמבער 31, זענען רוב פעלער צוגעבונדן געווארן צו א "סי-פוד מארקעט” וואס פארקויפט לעבעדיגע רינדער און פליישן פון עקזאטישע חיות. דעמאלטס האבן די כינעזער געמיינט אז דער וויירוס קען אריבערגיין נאר פון 'חיות' צו מענטשן. אבער אינצווישן זענען צוויי מענטשן אינפעקטירט געווארן, כאטש זיי וואוינען הונדערטער מייל פון וואו עס האט זיך אנגעפאנגען. דאס ווייזט אז עס קען זיך איבערטראגן אויך פון מענטש צו מענטש.

יעדן טאג קומען צו פעלער אין בעיזשינג, שאנכאי און אין שענזהען, ערטער הונדערטער מייל אוועק פון וואוהאן. פעלער ווערן שוין אויך באריכטעט אין יאפּאן, דרום קארעא און טאילאנד. אלס רעזולטאט האט די וועלט געזונטהייטס ארגאניזאציע נעכטן געמאלדן, אז עס גייט האבן אן עמוירדזשענסי זיצונג מיטוואך יאנואר 22 צו ווארענען די וועלט איבער א געזונטהייטס עמוירדזשענסי, בפרט אז מיליאנען כינעזער פּלאנען ארומצורייזן גלאבאל די וואך אין די צייט פון זייער ניי-יאר חגא.

דעילי איד

געשריבן: דינסטאג יאנואר 21, 2020 1:02 pm
דורך ווישוואש
האלט שוין יעצט ביי זעקס טויטע און איבער 300 אנגעשטעקטע.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 21, 2020 1:08 pm
דורך דניאל אויערבאך
ימות המשיח

געשריבן: דינסטאג יאנואר 21, 2020 1:29 pm
דורך עושר וכבוד
דניאל אויערבאך האט געשריבן:ימות המשיח

:oops: :oops:

מגיפות זענען כמעט אזוי אלט ווי די וועלט.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 21, 2020 1:30 pm
דורך יש ברירה
פון דעם רעדט מען?

BREAKING from
@CNN
- CDC expected to announce first U.S. case of Wuhan Coronavirus this afternoon

געשריבן: דינסטאג יאנואר 21, 2020 1:36 pm
דורך ענדע צדיק!
יאפ

געשריבן: דינסטאג יאנואר 21, 2020 1:40 pm
דורך ווישוואש
CNBCnow: BREAKING: A traveler from China has been diagnosed in Seattle with the coronavirus, a CDC spokesman tells Reuters.

https://t.co/5UsETl2iaM

געשריבן: מיטוואך יאנואר 22, 2020 12:30 pm
דורך פעיק ניוז
פעדעראלע געזונטהייט באאמטע האבן באשטעטיגט, אז די מיסטעריעזע "כינע ווירוס" וועלכע האט שוין אומגעברענגט 6 מענטשן און אפעקטירט הונדערטער אין עטליכע אזיאנער לענדער, האט אפיציעל געזען איר ערשטער פאל אין אמעריקע.

דאס האט פאסירט ווען אן אמעריקאנער איינוואוינער האט באזוכט דעם שטארק-אפעקטירטן הואן געגנט אין כינע און אנגעקומען קיין סיאטעל אום יאנואר 15.

אין רעאקציע צום ערשטן פאל, האבן די באאמטע אויסגעברייטערט סקרינינגס אין פילע לופטפעלדער איבערן לאנד.

דעילי איד

געשריבן: מיטוואך יאנואר 22, 2020 1:03 pm
דורך עושר וכבוד
פרישע 11 טויטפעלער פון די לעצטע 24 שעה. סך הכל 17 טויטע.

וועלטליכע מעדיצינישע מבינים זענען חושד אז די מספר טויטע איז אסאך העכער, נאר טשיינע מאכט א קאווער אפ, כדרכם.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 22, 2020 2:19 pm
דורך !want to be good
[img]
[/img]

א"ר אלעזר לעולם יקדים אדם תפלה לצרה

געשריבן: מיטוואך יאנואר 22, 2020 2:28 pm
דורך !want to be good
לאמיר ערלעדיגן אין הימל עס זאל נישט שאטן פאר קיין שום איד ח''ו.

יהי רצון מלפני אלהי השמים שנשמע ונתבשר בשורות טובות בשורות ישועות ונחמות.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 22, 2020 2:36 pm
דורך !want to be good
אפדעיט פון וויכי

געשריבן: מיטוואך יאנואר 22, 2020 2:38 pm
דורך !want to be good
אפדעיט ווי סהאלט, און ספעציפישע לענדער

Prevention and management

געשריבן: מיטוואך יאנואר 22, 2020 2:45 pm
דורך !want to be good
The nCoV does not currently have an effective medicine treatment or vaccine, though efforts to develop some are underway. Its symptoms include, among others, fever, breathing difficulties and coughing, which have been described as "flu-like". To prevent infection, the WHO recommends "regular hand washing, covering mouth and nose when coughing and sneezing… [and] avoid[ing] close contact with anyone showing symptoms of respiratory illness (such as coughing and sneezing)." Though there are no specific treatments for general human coronaviruses, the U.S. CDC provides generic advice that an infected person can relieve their symptoms by taking regular flu medications, drinking fluids and resting. Some countries require people to report flu-like symptoms to their doctor, especially if they have visited mainland China.

טרעוול פארבאט!

געשריבן: מיטוואך יאנואר 22, 2020 5:16 pm
דורך !want to be good
טשיינע גרייט זיך צו פארבאטן פאר 11 מיליאן איינוואוינער פון די כינעזער שטאט 'וואוהאן' צו ארויספארן, אין א פרואיוו צו עלימינירן און אפשטעלן די וויירוס.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 22, 2020 5:20 pm
דורך !want to be good
WHO steps back from declaring public health emergency

געשריבן: מיטוואך יאנואר 22, 2020 7:21 pm
דורך פעטער שמואל
וואס זענען די סימפטאמען פונעם וויירוס?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 22, 2020 8:23 pm
דורך עושר וכבוד
פעטער שמואל האט געשריבן:וואס זענען די סימפטאמען פונעם וויירוס?

פיבער, הוסטן און שווער אטעמען.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 22, 2020 9:10 pm
דורך שואלכענין
מען האט נישט קיין רפואה\וואקסין דערצו?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 22, 2020 9:10 pm
דורך שואלכענין
איך ציטער צי דאס איז נישט א נקמה פון איראן, באהאלטן דורך א ווייט לאנד, נישט צו ציען פעדימער צו איר.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 22, 2020 9:21 pm
דורך איסר האטלקי
שואלכענין האט געשריבן:איך ציטער צי דאס איז נישט א נקמה פון איראן, באהאלטן דורך א ווייט לאנד, נישט צו ציען פעדימער צו איר.

זיכער אזוי, קיין טשיינע גאר...

איראן איז נאכנישט אזוי סופיסטאקירט צו שיקן מיסטעריעזע קראנקייטן. ניטאמאל אמעריקע קען דאס באווייזן. (חוץ פעלאוסי וואס האט שוין קראנק געמאכט א האלבע לאנד מיט א מיסטעריעזע אימפיטשמענט אנשיקעניש...)

געשריבן: מיטוואך יאנואר 22, 2020 9:27 pm
דורך Goodmorning
איסר האטלקי האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:איך ציטער צי דאס איז נישט א נקמה פון איראן, באהאלטן דורך א ווייט לאנד, נישט צו ציען פעדימער צו איר.

זיכער אזוי, קיין טשיינע גאר...

איראן איז נאכנישט אזוי סופיסטאקירט צו שיקן מיסטעריעזע קראנקייטן. ניטאמאל אמעריקע קען דאס באווייזן. (חוץ פעלאוסי וואס האט שוין קראנק געמאכט א האלבע לאנד מיט א מיסטעריעזע אימפיטשמענט אנשיקעניש...)

:lol: welcome back

געשריבן: מיטוואך יאנואר 22, 2020 9:56 pm
דורך שואלכענין
דאס רופט זיך "ביאלאגישע וואפן".

אסאך לענדער פארמאגן עס היינט ליידער.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 22, 2020 10:11 pm
דורך שפיגליצקי
איר זענט פאר ריעל?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 22, 2020 10:15 pm
דורך מטעמים
אדער האט טשיינע געזעהן אז מיט די נייע טרעיד פאליסיס קענען זיי מער נישט שפייזען זייערע איינוואוינער איז העט מען זיי ביאלאגיש מסדר זיין.

לאמיר העלפען קאנספירירען.