"קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך הסרפד »

בסד האט געשריבן:
איך בין א יוד האט געשריבן:HUGE: MASSIVE CDC FRAUD UNCOVERED – CDC Grossly Overcounting Active China Coronavirus Cases Causing States to Keep Their Economies Closed Indefinitely

פון וואו קומט דאס?

Gateway Pundit, ככל הנראה, וכל היוצא מן המשוגע, משוגע.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16516
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

פלארידא באריכטעט א רעקארד איבער 10k פרישע קעיסעס
67 פרישע טויטפעלער
325 האספעטילעזעישאנס
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16516
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

טיי פארטיי אקטעוויסט און געוועזענער פרעזידענטליכער קאנדידאט הערמאן קעין איז געווארן האספעטילעזירט מיט קאראונע וויירוס


---
קעין ביי טראמפ'ס טולסא ראללי פאריגער וואך (אנע מאסק :wink:)

IMG_20200702_133752~2.jpg
IMG_20200702_133752~2.jpg (101.67 KiB) געזען 1524 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16516
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

סאוט אפריקע באריכטעט א רעקארד צאל קעיסעס 8,728 אין די לעצטע 24 שעה
95 פאטאליטעטן

פאזיטיווע ראטע איז ארום 20%
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16516
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

דזשארדשיע האט געזעהן רעקארד צאל קעיסעס 3,472 אין די לעצטע 24 שעה
22 טויטפעלער
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך אחד הרבנים »

ווען מען האט אין נ.י. געהאט אזויפיל פאזיטיוו קעיסעס א טאג איז ליידער געווען הונדערטער טויטע יעדן טאג, ר״ל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16516
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

אחד הרבנים האט געשריבן:ווען מען האט אין נ.י. געהאט אזויפיל פאזיטיוו קעיסעס א טאג איז ליידער געווען הונדערטער טויטע יעדן טאג, ר״ל

באריכטן איבער טויטפעלער לעגגד ביהיינד עטליכע וואכן נאך אן אויפשטייג פון נייע אינפעקשאנס/האספעטילעזעישאנס
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22670
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובה דורך סטיטשינער »

אחד הרבנים האט געשריבן:ווען מען האט אין נ.י. געהאט אזויפיל פאזיטיוו קעיסעס א טאג איז ליידער געווען הונדערטער טויטע יעדן טאג, ר״ל

ווייל עס האט גענומען אסאך לענגער ביז מען האט געהאט די יכולות צו באריכטן אזוי פיל.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך אחד הרבנים »

ביי אונז איז מען ליידער גאנץ שנעל געשטארבן אין די מאסן. ס׳האט נישט גענומען עטליכע וואכן פון ווען מען האט געהאט טויזענטער פאזיטיוו קעיסעס.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22670
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובה דורך סטיטשינער »

ווער זאגט? דו ווייסט פון ווען אונז זענען געווען אינפעקטירט?
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16516
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

קעיסעס גייען ארויף איבעראל אין אמעריקא, ספעציעל אין די וועסט און נאכמער אין די סאוט סטעיטס.
אין אונזער געגענט די נארטאיסטער ראיאן גייט עס אראפ.

IMG_20200702_182719.jpg
IMG_20200702_182719.jpg (147.38 KiB) געזען 1368 מאל
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19657
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך moishy56 »

אחד הרבנים האט געשריבן:ווען מען האט אין נ.י. געהאט אזויפיל פאזיטיוו קעיסעס א טאג איז ליידער געווען הונדערטער טויטע יעדן טאג, ר״ל

Those days that New York had Hundreds of deaths every day
New York had probably close to 100,000 new cases every day
But mass-testing was not available then

So they could not know how many new people got the virus
--

Nowadays, that mass-testing is available to everyone, they can know approx how many new cases they have each day

So Goergia had loads loads of tests done.. and ONLY 3,472 tests were Positive
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4275
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עכט היימיש »

אחד הרבנים האט געשריבן:ביי אונז איז מען ליידער גאנץ שנעל געשטארבן אין די מאסן. ס׳האט נישט גענומען עטליכע וואכן פון ווען מען האט געהאט טויזענטער פאזיטיוו קעיסעס.

עס איז נישט געווען קיין מאסן טעסטינג אין די ערשטע וואכן ווען די ווירוס האט זיך ביי אונז ווילד פארשפרייט. ופשוט הוא מאוד.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16516
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

דאנערשטאג יולי 2

די צאל קעיסעס פון דער היינטיגער טאג.
IMG_20200702_183048.jpg
IMG_20200702_183048.jpg (70 KiB) געזען 1351 מאל


די פאזיטיווע ראטע אין די 50 שטאטן צוטיילט ביי אונטער/העכער 10%
IMG_20200702_182332.jpg
IMG_20200702_182332.jpg (79.17 KiB) געזען 1351 מאל
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6423
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

טעקסאס גאווערנאר האט היינט ארויסגעגעבן א פארארדענונג אז ביים זיך דרייען אין פובליק ערטער - אין א קאונטי וואס האט מער ווי 20 אנגעשטעקטע - מוז מען גיין מיט א מאסקע.

ווי די לאקאלע פרעסע ברענגט ארויס, האט די גאווערנאר פריער אין יאר געשטערט די לאקאלע געזעצגעבער פון איינשטעלן אזא מאנדט, און יעצט לאור המצב האט ער עס געטוען אויף די אייגענע האנט.

= = = = = = = =

אויך האט די גאווערנאר געגעבן די מאכט פאר לאקלע רעגירונגען אין די סטעיט זיי זאלן קענען פארבאטן צוזאמקומענישן פון מער ווי 10 באטייליגטע.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6423
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

טרעזשורי סעקרעטאר מנוטשין איז היינט אנגעפרעגט געווארן ביי א פרעסס קאנפרענס צו ער טוט חרטה האבן אויף דאס וואס די טראמפ אדמיניסטראציע טוט שטופן די סטעיטס צו עפענען ווי שנעלער. מנוטשין האט גענטפערט א קלראע "ניין, בכלל נישט. איך מיין מיר האבן א קלארע פלאן מיט-ארבעטענדי צוזאמען מיט די סטעיטס, ס'איז הויפטזעכליך זייער אייגענע באשלוס".

= = = = = = =

מיט די לעצטע ווערטער האט מנוטשין - לכאורה - געמיינט צו זאגן אז קיינער זאל נישט פארהאלטן די טראמפ אדמיניסטראציע איבער די לעצטיגע אויפשטייג אין קעיסעס וואס מ'זעהט אין סטעיטס וואס האבן זיך געיאגט צוריק צו עפענען, עס איז דאך זייער אייגענע באשלוס.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16516
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

moishy56 האט געשריבן:
אחד הרבנים האט געשריבן:ווען מען האט אין נ.י. געהאט אזויפיל פאזיטיוו קעיסעס א טאג איז ליידער געווען הונדערטער טויטע יעדן טאג, ר״ל

Those days that New York had Hundreds of deaths every day
New York had probably close to 100,000 new cases every day
But mass-testing was not available then

So they could not know how many new people got the virus
--

Nowadays, that mass-testing is available to everyone, they can know approx how many new cases they have each day

So Goergia had loads loads of tests done.. and ONLY 3,472 tests were Positive

משה56, זינט ווען קוקט מען נאר אויף די פאקטישע צאל קעיסעס?

דזשארדשיע פירט דורך ארום 16,000 טעסטס די לעצטע וואך צוויי. די פאזיטיווע ראטע שטייגט שטארק, נישט די צאל טעסטינג - עפעס וואס איז באזארגנד
וואס הייסט "קוואנטומען אויף קוואנטומען פון טעסטס און *בלויז* 3472 קעיסעס" ?

---
כ'מיין איך האב עס שוין גענוג מאל געשריבן דא און גענוג קלאר פאר דער וואס וויל פארשטיין. די צאל קעיסעס אין טעקסאס, אריזאנע, פלארידע, נעוואדע און אין די קארעליינעס שטייגט ווייל די פאזיטיווע ראטע שטייגט.

נישט (נאר) "ווייל מען פירט דורך מער טעסטס" נאך עפעס א שקר דער פרעזידענט טראמפאירט די מאסן

פלארידע לדוגמא האט גאר געדראפט מיט די 'צאל טעסטינג' אבער געשטיגן דראסטיש מיט די "צאל אנגעשטעקטע'

Screenshot_20200702-193522.png
Screenshot_20200702-193522.png (292.5 KiB) געזען 1281 מאל



---
און אין איינוועגס אן ענטפער פאר די מרפסין איגרא'ניק און חכימא דיהודאי בען שאפירא פארוואס מען איז ווייניגער ביזי מיט קאליפארניע
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16516
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

צום ערשטן מאל ווערט באריכטעט א רעקארד פון איבער 200 ט-ו-י-ז-ע-ט טעסטס אין בלויז 1 טאג.

אזויפיל ווי 130k דערפון איז פון אמעריקאנער לענדער. צווישן אנדערע רעכנט זיך בראזיל, יו-עס, מעקסיקא, טשילע און פערא.
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re:

תגובה דורך פרוביר אויך »

סטיטשינער האט געשריבן:
אחד הרבנים האט געשריבן:ווען מען האט אין נ.י. געהאט אזויפיל פאזיטיוו קעיסעס א טאג איז ליידער געווען הונדערטער טויטע יעדן טאג, ר״ל

ווייל עס האט גענומען אסאך לענגער ביז מען האט געהאט די יכולות צו באריכטן אזוי פיל.

דאס מיינט אז 10.000 קעיסעס אין פלארידע יעצט,
איז בערך אזוי ווי 1000 ביי אונז 3 חדשים צירוק
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16516
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

אמעריקא באריכטעט אריבער 57 טויזענט קעיסעס אין די לעצטע 24 שעה

---
מיט אזא ראטע קען אמעריקא זעהן 90k-100k נייע קעיסעס א טאג ביי ענדע יולי
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16516
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

נייעס: מעקסיקא פארשפארט אירע גרעניצן מיט אריזאנע פאר יולי 4 באזוכער, נאך די לעצטיגער אויפשטייג פון קעיסעס

---
אריזאנע פארמאגט 156 ICU בעטן אוועליבעל פאר אריבער 7 מיליאן בירגער

91% בעטן זענען פארנומען.
:shock:

Screenshot_20200703-165133.png
Screenshot_20200703-165133.png (149.51 KiB) געזען 1002 מאל
פראצעדור
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך פראצעדור »

אויף 39סטרייט אין סאנסעט פארק איז פארהאן א פריזער וואס סליגט דארט איבער 1300 מתים וואס מען האט נאכנישט באערדיגט פון קאראנא טייל צוליב מאנגל אין געלט אדער די משפחה האט נאכנישט מחליט געווען וויאזוי די קבורה זאל פארקומען
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16516
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

אמעריקא באריכטעט 254 טויטפעלער אין די לעצטע 24 שעה. דאס איז די נידריגסטער צאל זינט מערץ 23

---
באריכטן אויף א וויקענד איז געווענליך שוואכער ספעציעל די וואך ווען עס איז מיט יולי 4 חאגע.

נעמטס אין אכט, באריכטן די נעקסטער 3-5 טעג וועט נישט ריכטיג ריפלעקטן די מציאות
שארף און קליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 11:45 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך שארף און קליג »

נקדימון האט געשריבן:אמעריקא באריכטעט 254 טויטפעלער אין די לעצטע 24 שעה. דאס איז די נידריגסטער צאל זינט מערץ 23

---
באריכטן אויף א וויקענד איז געווענליך שוואכער ספעציעל די וואך ווען עס איז מיט יולי 4 חאגע.

נעמטס אין אכט, באריכטן די נעקסטער 3-5 טעג וועט נישט ריכטיג ריפלעקטן די מציאות


פארוואס רעדט קיינער נישט פון דעם,
אז טראץ די גרויסע צאל מענטשן וועלכע טעסטן יעצט פאזיטיוו,
איז דא אזא נידיריגע צאל טויטע?
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16516
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

שארף און קליג האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:אמעריקא באריכטעט 254 טויטפעלער אין די לעצטע 24 שעה. דאס איז די נידריגסטער צאל זינט מערץ 23

---
באריכטן אויף א וויקענד איז געווענליך שוואכער ספעציעל די וואך ווען עס איז מיט יולי 4 חאגע.

נעמטס אין אכט, באריכטן די נעקסטער 3-5 טעג וועט נישט ריכטיג ריפלעקטן די מציאות


פארוואס רעדט קיינער נישט פון דעם,
אז טראץ די גרויסע צאל מענטשן וועלכע טעסטן יעצט פאזיטיוו,
איז דא אזא נידיריגע צאל טויטע?

1. זעהסטעך מען רעדט יא :wink:

2. דער ציפער איז פון א וויקענד + א האלידעי

3. טויטפעלער לעגגד ביהיינד עטליכע וואכן. די נידריגער צאל ריפלעקט קעיסעס/האספעטילעזעישאנס פון עטליכע וואכן צוריק. פאר די אויפשטייג

טאמער וועט אין 2-3-4 וואכן ארום זיין ווייניגער טויטפעלער איז עס מערקווירדיג
פארשפארט

צוריק צו “קאראנא וויירוס”