מיסתפינא האט געשריבן:סטיטשינער האט געשריבן:מיסתפינא האט געשריבן:וועלטניק האט געשריבן:פ' לך לך האט געשריבן:ס'שטעלט זיך ארויס אז ביי אסאך פלעצער וואו מען האט גאר שטרענג פארמאכט תיכף ביים אנהויב פונעם אויסברוך, איז דא א צווייטע כוואליע, אדער שטייגן די קעיסעס ביים ווידערעפענונג. זעהט אויס אז דערווייכל איז די איינציגסטע וועג דאס צו באקעמפן נאר דורך לאזן רוב ציבור ווערן אימיונד דערצו
וועלקאם טו די ווארלד
איך שריי דאס שוין פאר חדשים
סא וואס גייט מען איצט טון? מאכן נאך א לאקדאון צו מאכן פלאץ פאר א דריטע כוואליע...
אנלעס ס'קומט א וואקסין אינעם נאנטן צוקונפט איז אן "אפען-אפ" די שכל'דיגע וועג, אויף א לעוועל ווי די שפיטעלער זאלן נישט ווערן איבעגעפלאסן, אנדערש מאכט נישט -און האט קיינמאל געמאכט- סענס
חדשים צוריק איז די וויירוס געווען א סך מער מסוכן ווי יעצט
אזוי האט די עולם אין א''י אפגעמאכט. האסט א מקור?
מען דארף א מקור?
מען קוקט אויף די נאמבער'ס
אודאי דארף עס א מקור.
נומערן אליין קען מיינען אז דאס רציחה איז גע'אסר'ט געווארן, און שפיטעלער האבן פארלוירן זייער זכות צו הרג'נען כפי רצונם, אדער קען עס מיינען אז מ'האט זיך אויסגעלערנט נישט צו געבן קיין ווענטילעארס, נאר אנדערע מאשינען, וואס מ'ווייסט שוין היינט אז ווענטילעיטארס מאכן מער שאדן.
(שפיטעלער האבן דאס שוין געוואוסט פון פריער, נאר דער המון עם האט עס נישט געוואוסט, וכפי ששמעתי פון א אינגערמאן אין די דרייסיגער יאהרן, וואס איז געווען אין שפיטאל, און דאקטורים האבן געשריגן אז מ'מוז געבן א ווענטילעיטאר, אבער וויזניצער רבי'ן האט זיך געשטעלט אויף די לענג און די ברייט, אז מ'זאל נישט געבן, נאר עפעס אן אנדערע מאשין, וואס האט נישט געהאט געפאלן פאר'ן שפיטאל, ברוך השם אז דער רבי האט אויסגעפירט, והנה, און נון, דער אינגערמאן לעבט ב"ה געזונט און שטארק, אגב. לידיעה בעלמא, מ'האט נישט בחנם ארויסגעווארפן דעם רבי'ן פון שפיטאל, ער האט נישט צו געלאזט קיין הפקירות, כפי אשר השיג ידו).
כמדומה לי האב איך עס געזעהן ברענגען פון איטאליענער דאקטורים, אז די ווירוס איז היינט שוואכער.