"קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9177
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך מטעמים »

איינער ען פליז ברענגען א טשארט פון די טויט ראטע? איז עס אויך ארויף?
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

די היינטיגע ס"ה פון קאוויד טרעקינג (קרעידט: נעט סילווער)


Newly reported deaths
Today: 297
Yesterday: 630
One week ago (6/14): 358

Newly reported cases
T: 27K
Y: 32K
6/14: 21K

Newly reported tests
T: 518K
Y: 584K
6/14: 485K

Positive test rate
T: 5.3%
Y: 5.5%
6/14: 4.4%

EbEbfaQUEAA_Q7v.jpg
EbEbfaQUEAA_Q7v.jpg (180.26 KiB) געזען 1523 מאל


דאס איז די נידריגסטע טויטצאל זינט מארטש 25! די זיבן טאג עוורידזש איז ביי 592 טויטפאלן,

קעיסעס זענען היינט נידריגער ווי נעכטן אבער דאס איז די צווייט ערגסטע ציפער פאר א זונטאג (און עס פעלט די אינפארמאציע פון דזשורדזשיע. זיי האבן נעכטן געהאט 1800 קעיסעס).

זעקס שטאטן ווי די קעיסעס שטייגען זייער שטארק (פלארידא שטעלט נישט ארויס אינפארמאציע איבער האספיטאלאזאציעס)
EbEa6XfU0AAkEsO.jpg
EbEa6XfU0AAkEsO.jpg (149.37 KiB) געזען 1520 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16516
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

מטעמים האט געשריבן:איינער ען פליז ברענגען א טשארט פון די טויט ראטע? איז עס אויך ארויף?

מעקסיקא אדער אמעריקא?

מעקסיקא איז נישט א גאנצער צייט געלאפן אויף איין וועג.

למשל היינט באריכטן זיי אריבער 1,000 פאטאליטעטן ווס' 387 פאר נעכטן
אוועטאר
שניי באל
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 04, 2020 10:12 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך שניי באל »

מטעמים האט געשריבן:איינער ען פליז ברענגען א טשארט פון די טויט ראטע? איז עס אויך ארויף?

דא האסטו פלארידע
אטעטשמענטס
Capture...PNG
Capture...PNG (26.06 KiB) געזען 1454 מאל
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9177
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך מטעמים »

עס זעהט אויס אז די וויירוס פארשפרייט זיך טאקע זייער זייער שנעל אבער די טויט פאלען זענען זייער נידריג, אין פלארידע האלט עס ביי 25 פער טאג אויפען עוורידזש בעת וואס אין ניו יארק איז עס אין געוואוסע שטאפלען אנגעקומען צו טויזענט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16516
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

זונטאג יוני 21 - אפדעיט איבער די 6 קאנטינענטן

אייראפע

דער געוועזענער האט ספאט אייראפע וואס האט מיט 2 חדשים צוריק געפלאקערט מיט ווילדע פייער צינגען איז מער ווייניגער רואיג. די עפי-צענטערן ווי שפאניע, איטאליע, פאריז און ענגלאנד זענען מער ווייניגער אונטער קאנטראל.

די איינציגסטער פלאץ ווי נייע קעיסעס וואקסט אביסל גרויס איז אוקראיינע ארום 900 פער טאג (און מעגליך רוסלאנד. רוסלאנד איז אבער נישט אפן מיט זייערע ציפערן).

צפון אמעריקא

* פאראייניגטע שטאטן. די צאל טויטפעלער איז ב"ה געפאלן גאר שטארק צו ארום 550 פער טאג. עס איז געווען ארום 2,000 נישט לאנג צוריק.

ניו יארק איז די פאזיטיווע ראטע געפאלן צו ארום 1% !

לעצטענס איז דא א פרישער אויפשטייג אין די צאל קעיסעס/האספעטילעזעישאנס/פאזיטיוו ראטע אין די סאוט/וועסט שטאטן.

אריזאנע, טעקסאס, פלארידע און די קארעליינעס קוקן נישט אויס גלאנציג. מילד גערעדט. האפענטליך איז עס נאר נייע קעיסעס אבער געווענליך מיינט עס אן אויפשטייג אין טויטפעלער צוויי וואכן שפעטער.

איך האף די גאווערנערס דארט האבן א פלאן און זענען גוט צוגעגרייט.

* מעקסיקא איז שטילערהייט אויסגעוואקסן א מאנסטער. מיט ארום 22,000 טויטפעלער. די טעסטינג איז גאנץ שוואך דארט אבער די פאזיטיווע ראטע איז אריבער 50%. די העכסטער אין די וועלט.

לויט די מעקסיקאנער רעגירונג איז די פיעק שוין געווען ארום 2 וואכן צוריק. דערווייל שטייגט נאך די צאל קעיסעס.

* האנדורעס, פאנאמע און דאמיניקען רעפאבליק זעהן א שטיקל אויפשטייג. האנדורעס שטייגט מיט מער ווי 1,000 נייע קעיסעס פער טאג. פאנאמע אין דאמיניקען רעפאבליק זענען נישט ווייט הונטערשטעליג

אזיע

אזיע איז אומאפיצעל א שטארקער האט ספאט. די צאל קעיסעס שפרינגן אין פולע לענדער יעדען טאג. קאראונע צושפרייט זיך ווילד אין אזיע

* אינדיע איז דאס ערגסטע (נישט פער קאפיטא). אינדיע זעהט די מערסטע נייע קעיסעס אזויפיל ווי ארום 15,000 קעיסעס פער טאג און 380 פאטאליטעטן, און עס שטייגט נאר.

* פאקיסטאן גייט אין די ריכטונג פון אינדיע.

* סאודי אראביע און בענגלאדעש זעהן אויך א פארהעלטניסמעסיג אויפשטייג.

* אינדאניזיע, איראן (צווייטער כוואליע?) און טערקיי עטוואס שוואכער.

* איראק זעהט קלענערע נומבערס ווי זיי אבער עס שפרינגט זייער ווילד. עס קוקט נישט אויס גוט.

אושיעניע

אושיעניע איז אונטער קאנטראל.

* אוסטראליע און נאכמער ניו זילאנד זענען א סאליד סוקסעס אין זייער באהאנדלונג צום אויסברוך.


דרום אמעריקא

* בראזיל איז די צווייט מערסט אפעקטירטסטע לאנד נאך אמעריקא און מיט אריבער 50 טויזענט פאטאליטעטן און אריבער א מיליאן אנגעשטעקטע.

* פערא און טשילע זענען אויך אין א שווערער מצב. טשילע שטייט יעצט בעסער ווי פערא אבער עס קוקט אויס צו גיין ערגער ווי פערא.

* קאלאמביע, ארגענטינע און באליוויע זעהן לעצטענס ארום 1-2 טויזענט נייע קעיסעס פער טאג. נאכאלץ בעסער ווי די אויבנדערמאנטע שכנים

אפריקע

* סאוט אפריקע איז די איינציגסטער לאנד אין אפריקע צו באריכטן א הויכער צאל קעיסעס. ארום 4,000 + פער טאג.

* עגיפטן האט אויך געזעהן א שטיקל אויפשטייג.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6423
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

נקדימון האט געשריבן:זונטאג יוני 21 - אפדעיט איבער די 6 קאנטינענטן

אייראפע

דער געוועזענער האט ספאט אייראפע וואס האט מיט 2 חדשים צוריק געפלאקערט מיט ווילדע פייער צינגען איז מער ווייניגער רואיג. די עפי-צענטערן ווי שפאניע, איטאליע, פאריז און ענגלאנד זענען מער ווייניגער אונטער קאנטראל.

די איינציגסטער פלאץ ווי נייע קעיסעס וואקסט אביסל גרויס איז אוקראיינע ארום 900 פער טאג (און מעגליך רוסלאנד. רוסלאנד איז אבער נישט אפן מיט זייערע ציפערן).

...

גראדער היינט געזעהן אז אין דייטשלאנד איז די א"ר רעיט - רעפראדוקשען ראטע ד.ה. פאר וויפיל מ'גיט איבער די וויירוס, אן עוורעדזש - געשפרינעגן די לעצטע פאר טעג צו אזוי הויעך ווי 2.8.

וואס ס'מיינט לגבי צו ס'גייט זיין דארט א פרישע אויפשטייג ווייס איך נישט, כ'פארצייל בלויז וואס כ'האב געזעהן געשריבן.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

אריזאנע, האספיטאלאזאציעס
אטעטשמענטס
EbILpb6WAAYBX5U.png
EbILpb6WAAYBX5U.png (100.65 KiB) געזען 1242 מאל
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך Goodmorning »

יישר כח פאר נקדימון פאר קלארע באריכט יעצט און אייביג און יש ברירה אויך פאר אנגייענדע אינפארמאטיווע באריכטן
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

נקדימון האט געשריבן:זונטאג יוני 21 - אפדעיט איבער די 6 קאנטינענטן
.

שיינע באריכט, טענקס!
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך וועלטניק »

Goodmorning האט געשריבן:יישר כח פאר נקדימון פאר קלארע באריכט יעצט און אייביג און יש ברירה אויך פאר אנגייענדע אינפארמאטיווע באריכטן

פאר די אנגייענדע נעגאטיוו"ע באריכטן
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך Goodmorning »

וועלטניק האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:יישר כח פאר נקדימון פאר קלארע באריכט יעצט און אייביג און יש ברירה אויך פאר אנגייענדע אינפארמאטיווע באריכטן

פאר די אנגייענדע נעגאטיוו"ע באריכטן

די נו יארקער נומערן זען מיר אויס היבש פאזאטיוו לעצטנס ב״ה. נומערן זענען אינפארמאציע, די אויסטייטש קען יעדער אנעמען לויט זייער פארשטאנד...
שויתי ה' לנגדי תמיד
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך Growth hacker »

.
אטעטשמענטס
Screenshot_20200623-101158_Chrome.jpg
Screenshot_20200623-101158_Chrome.jpg (392.54 KiB) געזען 921 מאל
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

פרישע רעקארד האספיטאלאזאציעס אין אריזאנע
אטעטשמענטס
EbNc7wLWkAA0zka.jpeg
EbNc7wLWkAA0zka.jpeg (190.62 KiB) געזען 902 מאל
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך פ' לך לך »

ס'שטעלט זיך ארויס אז ביי אסאך פלעצער וואו מען האט גאר שטרענג פארמאכט תיכף ביים אנהויב פונעם אויסברוך, איז דא א צווייטע כוואליע, אדער שטייגן די קעיסעס ביים ווידערעפענונג. זעהט אויס אז דערווייכל איז די איינציגסטע וועג דאס צו באקעמפן נאר דורך לאזן רוב ציבור ווערן אימיונד דערצו
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

פאועטשי אויף קאפיטאל הילל:

איין וואקסין אויף וועלכע מען ארבעט וועט אריינגיין אין די דריטע פאזע פון טעסטס (וואקסינען גייען אריבער דריי פאזעס) אין יולי, און אנדערע וואקסינען וועלן נאכפאלגן אין די נאכפאלגנדע מאנאטן.

פאעטשי זאגט אז ער איז אפטעמיסטיש אז מען וועט האבן א וואקסין גרייט ביז די ענדע פון דעם יאר אדער אנהייב פון יאר 2021.

"עס איז א פראגע פון ווען, נישט אויב".
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך פאלעסיידס »

פ' לך לך האט געשריבן:ס'שטעלט זיך ארויס אז ביי אסאך פלעצער וואו מען האט גאר שטרענג פארמאכט תיכף ביים אנהויב פונעם אויסברוך, איז דא א צווייטע כוואליע, אדער שטייגן די קעיסעס ביים ווידערעפענונג. זעהט אויס אז דערווייכל איז די איינציגסטע וועג דאס צו באקעמפן נאר דורך לאזן רוב ציבור ווערן אימיונד דערצו

מיך אויך אויסגעקוקט אזוי, ביז ווילאנג סשטרענגט נישט אן די העלט סיסטעם,

אז מרעדט שוין, האב איך געהערט פון א באקאנטער אז ער האט געהאט א משפחה מיטגליד וואס האט געהאט א נירען טרענספלענט, זי איז געווען פון די ערשטע היימישע טרענספלענטס יארען צירוק און אלעס איז געווען די יארען אקעי,
זי האט געארבעט אין א אפיס טאקע פאר א ארגאנעזעישאן וואס העלפט פאר נירען,
און יעצט ביי קאראנא איז אלעס ב"ה געווען אקעי זי איז געווען אינדערהיים פאר דריי חדשים, אבער מהאט געדארפט טוישען די נירען נאך 25 יאר (נישט געוויסט אז מדארף, קען זיין די פון יענע יארען האט מען געדארפט אדער אין די ספעיצפישע קעיס האט מען געדארפט) מהאט אפגעשטיפט די אפעראציע פאר עטליכע חדשים, וועגען סקען ווארטען, אדער ווייל אלעס איז אנגעקומען זייער שווער, אין פאר 2/3 וואכען צוריק האט זיך טאקע געמאכט א קאמפליקאציע אין זי איז נעבעך אוועק ל"ע פאר וואס ווען ווי, די מעשה האט מיך אויפגעטרייסעלט, אלעס איז אודאי אנגעשריבען, אבער מדארף געדענקען און מתפלל זיין אז אלעס זאל ווי פריער צירוק קומען צי נארמאל אין סאיז נישט גוט ווען א שטאט מיט שפיטעלער זענען נישט מסודר אין א געוויסע זין פארקריפעלט,
האלטען א שטאט פארשפארט וועגען א צווייטע דריטע אדער פערדע כוואליע קען האבען שטארקע קאנצעקווענצען אין מען דארף עס באמת שוקל זיין מיט די ווייניגסטע פאליטיק ,

מען דארף ארבעטען צי זיין קריעטיוו אין נישט בלייבען פארשפארט אין טיילען טשעקלעך (פאר פייערקרעקערס?)
איך בין זיכער אויב איז דא איין מעשה איז דא נאך אין דער רבושע זאל האלטען די רעכטע האנט אויף אלע אידישע קינדערלעך,
בה אז איינער האט שוין געשריבען דא אז פאקאוטשי זאגט אז מהאלט נאנט צי א וואקסין
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך וועלטניק »

פ' לך לך האט געשריבן:ס'שטעלט זיך ארויס אז ביי אסאך פלעצער וואו מען האט גאר שטרענג פארמאכט תיכף ביים אנהויב פונעם אויסברוך, איז דא א צווייטע כוואליע, אדער שטייגן די קעיסעס ביים ווידערעפענונג. זעהט אויס אז דערווייכל איז די איינציגסטע וועג דאס צו באקעמפן נאר דורך לאזן רוב ציבור ווערן אימיונד דערצו

וועלקאם טו די ווארלד
איך שריי דאס שוין פאר חדשים
סא וואס גייט מען איצט טון? מאכן נאך א לאקדאון צו מאכן פלאץ פאר א דריטע כוואליע...
אנלעס ס'קומט א וואקסין אינעם נאנטן צוקונפט איז אן "אפען-אפ" די שכל'דיגע וועג, אויף א לעוועל ווי די שפיטעלער זאלן נישט ווערן איבעגעפלאסן, אנדערש מאכט נישט -און האט קיינמאל געמאכט- סענס
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

די מצב אין טעקסעס...

די שטאט האט היינט געמאלדן פרישע 5,489 קעיסעס! פאזיטיוו ראטע פון נעכטן איז געווען 9.76%

א רעקארד 4,092 פאציענטן אין שפיטאל, ארויף היינט מיט 381 צו שאפן די צוועלפטע רעקארד טאג נאכאנאנד.

פאטאליטעטן איז אבער היפש נידריג, היינט געווען 38 פרישע טויטפאלן.
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך פ' לך לך »

נישט ממש, קודם כל ווילאנג ס'איז נאכנישט געווען קיין מעדעצין דערפאר איז די וועלט געווען אין א גרעסערע סכנה, היינט ווייסן שוין דאקטורים אסאך בעסער וויאזוי דאס צו באהאנדלן.

ס'איז גאנץ מעגליך אז די סיבה פארוואס ניו יארק האט נישט תיכף פארמאכט, איז געווען ווייל זיי האבן דאך געוואלט אז א גרויסע עולם זאל דאס יא כאפן. והיינט טעמא דענגלאנד ועוד.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16516
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

דינסטאג יוני 23

IMG_20200623_184941.jpg
IMG_20200623_184941.jpg (73.41 KiB) געזען 620 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16516
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

טעקסאס און אריזאנע

קעיסעס / האספעטילעזעישאנס

Screenshot_20200623-190611.png
Screenshot_20200623-190611.png (509.48 KiB) געזען 605 מאל
מיסתפינא
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 12:24 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך מיסתפינא »

וועלטניק האט געשריבן:
פ' לך לך האט געשריבן:ס'שטעלט זיך ארויס אז ביי אסאך פלעצער וואו מען האט גאר שטרענג פארמאכט תיכף ביים אנהויב פונעם אויסברוך, איז דא א צווייטע כוואליע, אדער שטייגן די קעיסעס ביים ווידערעפענונג. זעהט אויס אז דערווייכל איז די איינציגסטע וועג דאס צו באקעמפן נאר דורך לאזן רוב ציבור ווערן אימיונד דערצו

וועלקאם טו די ווארלד
איך שריי דאס שוין פאר חדשים
סא וואס גייט מען איצט טון? מאכן נאך א לאקדאון צו מאכן פלאץ פאר א דריטע כוואליע...
אנלעס ס'קומט א וואקסין אינעם נאנטן צוקונפט איז אן "אפען-אפ" די שכל'דיגע וועג, אויף א לעוועל ווי די שפיטעלער זאלן נישט ווערן איבעגעפלאסן, אנדערש מאכט נישט -און האט קיינמאל געמאכט- סענס

חדשים צוריק איז די וויירוס געווען א סך מער מסוכן ווי יעצט
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22670
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובה דורך סטיטשינער »

מיסתפינא האט געשריבן:
וועלטניק האט געשריבן:
פ' לך לך האט געשריבן:ס'שטעלט זיך ארויס אז ביי אסאך פלעצער וואו מען האט גאר שטרענג פארמאכט תיכף ביים אנהויב פונעם אויסברוך, איז דא א צווייטע כוואליע, אדער שטייגן די קעיסעס ביים ווידערעפענונג. זעהט אויס אז דערווייכל איז די איינציגסטע וועג דאס צו באקעמפן נאר דורך לאזן רוב ציבור ווערן אימיונד דערצו

וועלקאם טו די ווארלד
איך שריי דאס שוין פאר חדשים
סא וואס גייט מען איצט טון? מאכן נאך א לאקדאון צו מאכן פלאץ פאר א דריטע כוואליע...
אנלעס ס'קומט א וואקסין אינעם נאנטן צוקונפט איז אן "אפען-אפ" די שכל'דיגע וועג, אויף א לעוועל ווי די שפיטעלער זאלן נישט ווערן איבעגעפלאסן, אנדערש מאכט נישט -און האט קיינמאל געמאכט- סענס

חדשים צוריק איז די וויירוס געווען א סך מער מסוכן ווי יעצט

אזוי האט די עולם אין א''י אפגעמאכט. האסט א מקור?
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
מיסתפינא
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 12:24 pm

Re:

תגובה דורך מיסתפינא »

סטיטשינער האט געשריבן:
מיסתפינא האט געשריבן:
וועלטניק האט געשריבן:
פ' לך לך האט געשריבן:ס'שטעלט זיך ארויס אז ביי אסאך פלעצער וואו מען האט גאר שטרענג פארמאכט תיכף ביים אנהויב פונעם אויסברוך, איז דא א צווייטע כוואליע, אדער שטייגן די קעיסעס ביים ווידערעפענונג. זעהט אויס אז דערווייכל איז די איינציגסטע וועג דאס צו באקעמפן נאר דורך לאזן רוב ציבור ווערן אימיונד דערצו

וועלקאם טו די ווארלד
איך שריי דאס שוין פאר חדשים
סא וואס גייט מען איצט טון? מאכן נאך א לאקדאון צו מאכן פלאץ פאר א דריטע כוואליע...
אנלעס ס'קומט א וואקסין אינעם נאנטן צוקונפט איז אן "אפען-אפ" די שכל'דיגע וועג, אויף א לעוועל ווי די שפיטעלער זאלן נישט ווערן איבעגעפלאסן, אנדערש מאכט נישט -און האט קיינמאל געמאכט- סענס

חדשים צוריק איז די וויירוס געווען א סך מער מסוכן ווי יעצט

אזוי האט די עולם אין א''י אפגעמאכט. האסט א מקור?

מען דארף א מקור?
מען קוקט אויף די נאמבער'ס
פארשפארט

צוריק צו “קאראנא וויירוס”