"קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

הסרפד
שר האלפיים
תגובות: 2839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך הסרפד » מיטוואך ינואר 13, 2021 9:42 am

IMBZ האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פיזער זאגט היינט אז אימיוניטי דורך זייער וואקסין דארף אנצוהאלטן -אמווייניגסטענס- א יאר צייט.

מה הועילו חכמים בתקנתם?

סדא וואס זאגן עס וועט אנהאלטן צעדליגע יארן

זיי מיינען אויכעט אזוי. די נייע שטודיע איז פשוט נאר אויף וואס מען קען אויף ווייזן.

הסרפד
שר האלפיים
תגובות: 2839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך הסרפד » מיטוואך ינואר 13, 2021 9:43 am

שיינער חלום האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פיזער זאגט היינט אז אימיוניטי דורך זייער וואקסין דארף אנצוהאלטן -אמווייניגסטענס- א יאר צייט.

מה הועילו חכמים בתקנתם?

דאס איז שוין היבש בעסער פון וויפיל מען רעכט זיך פון נאטורליכע אימיוניטי (מה גם אז מען דארף נישט אריין גיין לכלל ספק סכנה), איז ווייסט מען אז חאטש דאס האט מען אויף געטוהן.

דאס מיינט אז עס גייט ווערן אזוי ווי די פלו שאט, אז מ'דארף עס נעמען יעדע יאר?
דאנט טעל מי..................

מסתמא נישט, כאמור, אבער חאטש ווי די פלו שאט - בעסער ווי צוויי, דריי מאהל א יאהר, ניין?

שיינער חלום
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:29 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך שיינער חלום » מיטוואך ינואר 13, 2021 9:46 am

הסרפד האט געשריבן:
שיינער חלום האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פיזער זאגט היינט אז אימיוניטי דורך זייער וואקסין דארף אנצוהאלטן -אמווייניגסטענס- א יאר צייט.

מה הועילו חכמים בתקנתם?

דאס איז שוין היבש בעסער פון וויפיל מען רעכט זיך פון נאטורליכע אימיוניטי (מה גם אז מען דארף נישט אריין גיין לכלל ספק סכנה), איז ווייסט מען אז חאטש דאס האט מען אויף געטוהן.

דאס מיינט אז עס גייט ווערן אזוי ווי די פלו שאט, אז מ'דארף עס נעמען יעדע יאר?
דאנט טעל מי..................

מסתמא נישט, כאמור, אבער חאטש ווי די פלו שאט - בעסער ווי צוויי, דריי מאהל א יאהר, ניין?

ווענדט זיך פאר וועם פאר איינער וואס האט כמעט נישט קיין שאנס צו געשעידיגט ווערן פונעם וויירוס, וואס פעלט דאס אויס?
יעדע יאר?
נישט געדאגה'ט אידן עס וועט שוין באלד קיין חלום מער נישט זיין!!!!!!!!!!!!!

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10984
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך ינואר 13, 2021 11:33 am

דזשאוויטס סענטער אויסגעשטאט אלץ וואקסינאציע צענטער
צוגעלייגטע
photo_2021-01-13_11-33-16.jpg
photo_2021-01-13_11-33-16.jpg (116.46 KiB) געזעהן 939 מאל

נישטאמת
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך נישטאמת » מיטוואך ינואר 13, 2021 12:11 pm

הסרפד האט געשריבן:
IMBZ האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פיזער זאגט היינט אז אימיוניטי דורך זייער וואקסין דארף אנצוהאלטן -אמווייניגסטענס- א יאר צייט.

מה הועילו חכמים בתקנתם?

סדא וואס זאגן עס וועט אנהאלטן צעדליגע יארן

זיי מיינען אויכעט אזוי. די נייע שטודיע איז פשוט נאר אויף וואס מען קען אויף ווייזן.

אויף ווייזן קען מען לכאורה נאר זאגן נאך ווי לאנג די וואקסין איז אויף די מארקעט, ניין?

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך ינואר 13, 2021 12:20 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פיזער זאגט היינט אז אימיוניטי דורך זייער וואקסין דארף אנצוהאלטן -אמווייניגסטענס- א יאר צייט.

מה הועילו חכמים בתקנתם?

זיער פשוט. זיי האפן אז רוב לאנד זאל זיין וואקסינירט ביז סוף יאר, אזוי וועט די אנשטעטיגקייט זיך אפשטעלן און די אויסברוך וועט קומען צו א כאטש צייטווייליגע אפשטעל. עס קען אבער אלץ צוריקקומען פונקט ווי די מיזעלס אויסברוך, פלו, וכדומה.

ישמח מלך
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 23, 2020 1:32 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך ישמח מלך » מיטוואך ינואר 13, 2021 2:09 pm

From CDC:
Additionally, current evidence suggests that reinfection with the virus that causes COVID-19 is uncommon in the 90 days after initial infection. Therefore, people with a recent infection may delay vaccination until the end of that 90-day period if desired
Also from CDC: Cases of reinfection with COVID-19 have been reported but remain rare

איז דאס נישט נישט קיין סתירה? 90 טעג אדער עד היום הזה כמעט 10 חדשים?
פ"וו זאל מען געבען א וואקסין נאך 3 חדשים אויב ביז נאך 10 חדשים איז ריענפעקשען א מיעוט שאינו מצוי?די וואקסין איז דאך אויך נאר 95 פראצענט?

אוועטאר
פאפיגיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך פאפיגיי » מיטוואך ינואר 13, 2021 6:56 pm

קען איינער ערקלערן קורץ און שארף וואס מיינט א נייע סטרעין? און ווי אזוי פארשן זיי א נייע סטרעין? ווי אזוי מאכט זיך א נייע סטרעין? וכו'.
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך ינואר 13, 2021 8:10 pm

א קנאפע צען טויזנט טויטפאלן יעדע דריי טעג.
די סי די סי רעכנט בערך 22,000 פלו פאטאליטעטן אין גאנץ 2019-2020 ווינטער סעזאן. די 2018-2019 סעזאן ווערט געשאצט אויף ארום 34,200 טויטע.
צוגעלייגטע
20210113_200619.jpg
20210113_200619.jpg (270.25 KiB) געזעהן 667 מאל
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13969
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך ינואר 13, 2021 10:27 pm

פאפיגיי האט געשריבן:קען איינער ערקלערן קורץ און שארף וואס מיינט א נייע סטרעין? און ווי אזוי פארשן זיי א נייע סטרעין? ווי אזוי מאכט זיך א נייע סטרעין? וכו'.

א ווירוס, פונקט ווי כמעט יעדער נאטירליכע זאך, טוישט זיך מיט די צייט. עס געשעט פון זיך אליין, און איז זייע א נארמאלע זאך. דעס איז די סיבה פארוואס יעדעס יאר ברויך מען א פרישע פלו שאט, צוליב וואס עס קומען ארויס כסדר נייע סטרעינס.

א נייע סטרעין איז פשט אז די גענעטישע אויסשטעל פון די ווירוס האט זיך געטוישט. פונקטלעך פארוואס דעס געשעט איז גאר א לאנגע שמועס.

א נייע סטרעין דארף מען נישט פארשן, נאר סייענטיסטען וואס זענען גוט באהאווענט אין די גענעטישע אויסשטעל פון די יעצטיגע סטרעין וועלן גלייך באמערקען אויב עפעס האט זיך געטוישט.

IMBZ
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re:

תגובהדורך IMBZ » מיטוואך ינואר 13, 2021 10:30 pm

סטיטשינער האט געשריבן:
פאפיגיי האט געשריבן:קען איינער ערקלערן קורץ און שארף וואס מיינט א נייע סטרעין? און ווי אזוי פארשן זיי א נייע סטרעין? ווי אזוי מאכט זיך א נייע סטרעין? וכו'.

א ווירוס, פונקט ווי כמעט יעדער נאטירליכע זאך, טוישט זיך מיט די צייט. עס געשעט פון זיך אליין, און איז זייע א נארמאלע זאך. דעס איז די סיבה פארוואס יעדעס יאר ברויך מען א פרישע פלו שאט, צוליב וואס עס קומען ארויס כסדר נייע סטרעינס.

א נייע סטרעין איז פשט אז די גענעטישע אויסשטעל פון די ווירוס האט זיך געטוישט. פונקטלעך פארוואס דעס געשעט איז גאר א לאנגע שמועס.

א נייע סטרעין דארף מען נישט פארשן, נאר סייענטיסטען וואס זענען גוט באהאווענט אין די גענעטישע אויסשטעל פון די יעצטיגע סטרעין וועלן גלייך באמערקען אויב עפעס האט זיך געטוישט.

וויאזוי קען זיין א די וואקסין ארבעט אויף די נייע סטרעין?

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13969
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך ינואר 13, 2021 10:35 pm

וויבאלד די חילוק צווישען די נייע און די אלטע איז נישט אזוי גרויס אז עס זאל מאכן א נפק"מ כלפי די אנטיבאדיס.

אוועטאר
נארמאליזעם
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm

Re: Re:

תגובהדורך נארמאליזעם » מיטוואך ינואר 13, 2021 10:35 pm

IMBZ האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
פאפיגיי האט געשריבן:קען איינער ערקלערן קורץ און שארף וואס מיינט א נייע סטרעין? און ווי אזוי פארשן זיי א נייע סטרעין? ווי אזוי מאכט זיך א נייע סטרעין? וכו'.

א ווירוס, פונקט ווי כמעט יעדער נאטירליכע זאך, טוישט זיך מיט די צייט. עס געשעט פון זיך אליין, און איז זייע א נארמאלע זאך. דעס איז די סיבה פארוואס יעדעס יאר ברויך מען א פרישע פלו שאט, צוליב וואס עס קומען ארויס כסדר נייע סטרעינס.

א נייע סטרעין איז פשט אז די גענעטישע אויסשטעל פון די ווירוס האט זיך געטוישט. פונקטלעך פארוואס דעס געשעט איז גאר א לאנגע שמועס.

א נייע סטרעין דארף מען נישט פארשן, נאר סייענטיסטען וואס זענען גוט באהאווענט אין די גענעטישע אויסשטעל פון די יעצטיגע סטרעין וועלן גלייך באמערקען אויב עפעס האט זיך געטוישט.

וויאזוי קען זיין א די וואקסין ארבעט אויף די נייע סטרעין?



סקען זיין אנדערש די שעיפ אבער די אינהאלט איז די זעלבע
נישט נארמאלע רייזעס ארום די וועלט מיט נארמאליזעם.



אלעס איבער לענדער

אוועטאר
א מחי'
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

Re:

תגובהדורך א מחי' » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 8:33 am

סטיטשינער האט געשריבן:וויבאלד די חילוק צווישען די נייע און די אלטע איז נישט אזוי גרויס אז עס זאל מאכן א נפק"מ כלפי די אנטיבאדיס.

אויב אזוי, פארוואס דארף מען יעדעס יאר א פרישע פלו שאט??

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13969
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 3:11 pm

א מחי' האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:וויבאלד די חילוק צווישען די נייע און די אלטע איז נישט אזוי גרויס אז עס זאל מאכן א נפק"מ כלפי די אנטיבאדיס.

אויב אזוי, פארוואס דארף מען יעדעס יאר א פרישע פלו שאט??

ווייל ביי די פלו זענען די מוטעישענס (דעס מיינט די טוישינגען) יא גרעסער, און מען ארבעט טאקע יארן לאנג צו טרעפן א וואקסין וואס וועלט העלפן פאר אלע. דערווייל העלפט די באשעפער, און די נייע סטרעינס פון קאראנא זענען גענוג ענדליך.

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10984
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 8:56 pm

דאנערשטאג
Eru4oUfUcAALpPB.jpeg
Eru4oUfUcAALpPB.jpeg (230.79 KiB) געזעהן 257 מאל


אין גוטע נייעס קוקט אויס ווי האספיטאלאזאציעס איז פלאך פאר די וואך, און גאר א משהו אויף אראפ
Eru4vP_VgAEWPXE.png
Eru4vP_VgAEWPXE.png (87.47 KiB) געזעהן 257 מאל

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 9:10 pm

די טעגליכע טויטפאלן איז נישט ארויף פון לעצטע וואך און די 7 טאג דורכשניט איז סטאק. ערשטע צייכנעס פון די צען מיליאן וואקסינירטע אמעריקאנער? אדער איז פארגאנגענע וואך געווען ארטיפישעלי הויעך צוליב פארשפעטיגטע באריכטן פון די האלידעיס?
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10984
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 11:36 pm

צען מיליאן, איין דאזע, איי דאונט טינק סאו. מער מסתבר אז פאריגע וואך איז געווען א בעקלאג (נאכמער, טויטפאלן זענען בערך צוויי וואכן אונטערשטעליג פון האספיטאלאזאציעס, די יעצטיגע ציפערן זענען פון בעפאר די וואקסינאציעס האבן זיך עכט אנגעהויבן).

האספיטאלאזאציע ציפערן זענען אבער נישט אזוי שטארק אפעקטירט געווארן פונעם חגא, די פאקט אז עס הייבט אן לעוולען איז עכט גוטע נייעס.

חדשות
שר האלף
תגובות: 1220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך חדשות » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 11:46 pm

אפשר ווי באלד די קעלטסטע 2 חדשים פונעם ווינטער זענען אונטער אונז. אדער אנדערש געזאגט די טעג האבן אנגעהויבן ווערן לענגער. (פאר די זעלבע ריעזאן וואס זאכן האבן פלוצלינג אויפגעריסען אנפאנג אקטאובער ווען ווינטער הייבט זיך אן, איז נישט מער ווי נארמאל אז ווען ווינטער הייבט אן אראפצוגיין הייבן זיך זאכן אן סטאבליזירען. עס איז ביי מיר ברור כשמש אז סעזאנס שפילט גאר א גרויסע ראלע אינעם עפידעמיע)

געטראפן א לעצטיגע שטודיע פון הארווערד וועגן קאראנע מיט די סעזאנס און די זון.
https://news.harvard.edu/gazette/story/ ... -covid-19/

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג ינואר 15, 2021 1:05 am

יא, ס'איז קלאר אז סעזאן שפילט א גאר וויכטיגע ראלע אין די פארשפרייטונג און ערנסטקייט פון קאוויד-19, פונקט ווי מיט די seasonal flu.
נאר קאוויד-19 איז נישט אינגאנצן אייניג מיט די פלו (די פלו איז אן אינפלוענזע ווירוס און קאוויד-19 איז א קאראנאווירוס, ווי די יערליכע פארקילונג).
image_search_1610688821905.png
image_search_1610688821905.png (29.3 KiB) געזעהן 131 מאל


די הויכפונקט (פיעק) פון וועכנטליכע פלו פאטאליטעטן אין די פארגאנגענע פאר יאר איז אין די ערשטע וואך, כאטש אין 2016, 2017 און 2019 איז די הויכפונקט אסאך שפעטער אריין אינעם יאר, למספרם, ענדע פעברואר אדער אנהייב מערץ. אויך איז די בעל קורוו (bell curve) נישט סימעטריש. די שפרינג אנהויב יאנואר איז אסאך מער דראסטיש ווי די טראסק נאכן העכסטן פונקט. קאוויד פאטאליטעטן וואוקס צום שפיץ איז אסאך מעסיגער ווי די יערליכע פלו (דאס מיינט דעצעמבער איז פילפאכיג ווייניגער ווי יאנואר, אנדערש מיט קאוויד-19).

די פלו איז אויך געווענליך שנעלער פאטאל ווי קאוויד-19, א וואך ביז צען טעג אין פארגלייך צו דריי אדער פיר וואכן אין דורכשניט פאר קאוויד-19.

יש ברירה האט געשריבן:צען מיליאן, איין דאזע, איי דאונט טינק סאו. מער מסתבר אז פאריגע וואך איז געווען א בעקלאג (נאכמער, טויטפאלן זענען בערך צוויי וואכן אונטערשטעליג פון האספיטאלאזאציעס, די יעצטיגע ציפערן זענען פון בעפאר די וואקסינאציעס האבן זיך עכט אנגעהויבן).

האספיטאלאזאציע ציפערן זענען אבער נישט אזוי שטארק אפעקטירט געווארן פונעם חגא, די פאקט אז עס הייבט אן לעוולען איז עכט גוטע נייעס.

די צען מיליאן איז נישט סתם צען מיליאן אמעריקאנער, נאר צען מיליאן פון די מערסטע vulnerable דעמאגראף, (געזונט ארבייטער נישט אריינגערעכנט). און די ערשטע דאזע איז כמעט אזוי עפעקטיוו ווי צוויי דאזעס, ווייניגסטנס אויפן קורצן טערמין.
דארף מען נאר נאכקוקן ווילאנג צוריק ברייט-פארשפרייטע וואקסינאציע האט זיך אנגעהויבן און די מינימום ווי לאנג עס נעמט פונעם ווערן אנגעשטעקט ביזן ענדע.
מן הסתם האט דאס טאקע בעיקר צו טון מיט פארשפעטיגטע באריכטונג, ס'וואלט אבער געווען אינטערעסאנט, און זייער פאזיטיוו, אויב מען דערקענט שוין א קליינע בענעפיט פון די ערשטע וואך, צוויי וואקסיניזאציעס.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13969
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג ינואר 15, 2021 1:07 am

אפילו א"י, וואס האלט שוין די ווייטסטע, האט נאכנישט געזעהן קיין נפק"מ אין די נאמבערס.
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט


אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג ינואר 15, 2021 1:11 am

זיי האבן אנגעהויבן שפעטער ווי די יו קעי און די פאראייניגטע שטאטן, כאטש זיי שטייען יעצט שוין אסאך ווייטער ווי ביידע. דארף מען נאכקוקן די יו קעי וואס האט אנגעהויבן פאר יעדן (כינע און רוסלאנד נישט אריינגערעכנט).

וואס יא, אין אפאר וואכן ארום קען מען ערווארטן צו זען די שטערקסטע עפעקט אין א"י.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג ינואר 15, 2021 1:19 am

די ערשטע וואקסיניזאציע אין די יו קעי איז געווען דעצעמבער אכט און א וואך שפעטער איז שוין געווען איבער 130,000 וואקסיניזירט.
די פאראייניגטע שטאטן האט אנגעהויבן זעקס טעג שפעטער, דעצעמבער פערצן.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10984
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג ינואר 15, 2021 1:24 am

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:צען מיליאן, איין דאזע, איי דאונט טינק סאו. מער מסתבר אז פאריגע וואך איז געווען א בעקלאג (נאכמער, טויטפאלן זענען בערך צוויי וואכן אונטערשטעליג פון האספיטאלאזאציעס, די יעצטיגע ציפערן זענען פון בעפאר די וואקסינאציעס האבן זיך עכט אנגעהויבן).

האספיטאלאזאציע ציפערן זענען אבער נישט אזוי שטארק אפעקטירט געווארן פונעם חגא, די פאקט אז עס הייבט אן לעוולען איז עכט גוטע נייעס.

די צען מיליאן איז נישט סתם צען מיליאן אמעריקאנער, נאר צען מיליאן פון די מערסטע vulnerable דעמאגראף, (געזונט ארבייטער נישט אריינגערעכנט). און די ערשטע דאזע איז כמעט אזוי עפעקטיוו ווי צוויי דאזעס, ווייניגסטנס אויפן קורצן טערמין.
דארף מען נאר נאכקוקן ווילאנג צוריק ברייט-פארשפרייטע וואקסינאציע האט זיך אנגעהויבן און די מינימום ווי לאנג עס נעמט פונעם ווערן אנגעשטעקט ביזן ענדע.
מן הסתם האט דאס טאקע בעיקר צו טון מיט פארשפעטיגטע באריכטונג, ס'וואלט אבער געווען אינטערעסאנט, און זייער פאזיטיוו, אויב מען דערקענט שוין א קליינע בענעפיט פון די ערשטע וואך, צוויי וואקסיניזאציעס.

איך ווייס נישט וויאזוי אנדערע סטעיטס ארבעטן, אבער אויב ניו יארק איז עפעס א ראי' זענען די געזונטהייט ארבעטער א שיינע פראצענט פון די מענטשן וועלכע האבן שוין באקומען דעם וואקסין. לויט וויפיל איך האב געזען איבער די טרייעלס האט איין וואקסין צוגעשטעלט בלויז בערך 50% שוץ... אז דו נעמסט אלעס אין חשבון האסטו כמעט גארנישט.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג ינואר 15, 2021 1:34 am

ווארלדאמעטער.קאם צייגט א שטארקע טראסק אין נייע קעיסעס אין די יו קעי.

Screenshot_20210115-012115__01.jpg
Screenshot_20210115-012115__01.jpg (126.29 KiB) געזעהן 94 מאל


סאו פאר, קיין טויש אין טויטפאלן.
Screenshot_20210115-012128__01.jpg
Screenshot_20210115-012128__01.jpg (120.83 KiB) געזעהן 94 מאל


א"י זע איך נישט קיינע טוישונגען דערווייל.
https://www.worldometers.info/coronavir ... ry/israel/

אין די פאראייניגטע שטאטן איז קעיסעס סטאק, א טראפ אראפ, אבער די דעטע איז א מעס צוליב די האלידעיס.

https://www.worldometers.info/coronavirus/country/us/

_____

לויט ווי איך געדענק/פארשטיי האט מען געזען כמעט די גאנצע עפעקט נאך איין דאזע (אינעם קורצן טערמין, דאס מיינט פאר מען האט געגעבן דעם צווייטן שטאך). קען זיין אז איך געדענק נישט ריכטיג.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט