"קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2059
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך וועלטניק » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 1:39 pm

מיין אפיניאן איז אז א ניק וואס פארשפרייט אזא סארט אומקאנפירמטע זאך אויף אזא אופן, אויב אויב ס'שטעלט זיך ארויס אז ס'איז נישט אמת, דארף אינגאנצן אויסגעשלאסן ווערן פון אייוועלט. דאס איז מיין ארעמער אפיניאן

אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 01, 2019 10:16 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך ספרים שטוב » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 1:40 pm

הצלת נפשות אינפארמאציע

קען זיין שוין געווען דא, נישט דורכגעקוקט צו ליינען אלעס, אבער אפי' אויב יא איז ווערט נאכאמאל עס צו שרייבן:

זיי זאגן יעצט, גרויסע פראפעסארן, און העלטה עקספערטן די פאלגענדע וויכטיגע אנווייזונגען, פאר ווער ס'פילט סימפטאמען פון די וויירוס:

1) שוין געווען באקאנט אנפאנג וואך: ח"ו נישט צורירן קיין "אנטי אימפלאמאציע" פראדוקטן, ווי מאטרין און עדוויל, "נאר טיילענאל".

2) טרינקן אסאך, די וויירוס שטעקט קודם אפאר טעג אין די האלדז, וואס דאס פאראורזאכט א טרוקענע הוסט, דערנאך פארט עס אריין ווייטער צו די לונגען ל"ע.
ווען מ'טרינקט אסאך, שווענקט מען עס אראפ צו די בויך, ווי דארט איז גרינגער פאר די סיסטעם עס צו פייטן. אבער נישט קיין "קאלטע" וואסער, נאר לוילעך.

3) חוץ סתם טרינקן אסאך, זאגן זיי צו טרינקן "הייסע" וואסער, טיי, הייסע זופ, וואס דאס הרג'ט די באקטיריע פון די וויירוס אפי' ווען ס'שוין דא, און "אפי' פאר עלטערע מענטשן" פאר וועם ס'קען זיין שעדליך.

4) נאך א עצה צו טון אויסצוברענען די באקטיריע, "א הייסע שאוער"

5) אדער אויפקאכן א הייסע טאפ וואסער און אריינאטאעמען די פארע.

6) נענען א מולטי ווייטעמין יעדן טאג, אזוי אויך אן "אסידאפעלעס" וואס דאס שטארקט דער gut אז עס זאל קענען פייטן וויירוסעס.

ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר.

ביטע פארשפרייטן די אינפארמאציע, ובפרט פאר עלטערע מענטשן.

עס קען ראטעווען לעבענס!
לעצט פאראכטן דורך ספרים שטוב אום דאנארשטאג מארטש 19, 2020 1:40 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אויב קען איך נישט האבן א "ספרים שטוב" אינעם מציאות, זאל איך עס כאטשיג האבן אין מיין ניק אויף אייוועלט.

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re:

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 1:40 pm

יש ברירה האט געשריבן:אילאן מאסק האט געזאגט אז אין פאל וואס עס איז דא א מאנגל אין ווענטעלעיטערס וועט ער פראדוצירן די מאשינען.

דעבלאזיא היינט אינדערפרי....
די אטעטשמענט Screenshot_20200319-103344_Chrome.jpg געפינט זיך מער נישט.

Screenshot_20200319-133204.png
Screenshot_20200319-133204.png (704.83 KiB) געזעהן 606 מאל

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1074
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: פליא דעת ממנו...

תגובהדורך רואיג! » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 1:41 pm

סטיטשינער האט געשריבן:Recent published reports indicate a spike in coronavirus cases in Boro Park and Williamsburg. The number of cases there is not known, but privately conducted testing in those neighborhood has worsened the outbreak, said Councilman Mark Levine (D-Manhattan), who chairs the Council’s Health Committee. He noted privately-run clinics have issued calls for people to come in and get tested even if they don’t have symptoms of the virus.

“The [city] Health Department believes this is spreading it,” he told the Daily News. “I am confident that this message has been circulating widely in the Orthodox community in the past few days, driving our knowledge of positive cases up but also driving the spread.”

Levine voiced concern both about depriving seriously sick people of tests and the possibility that healthy people contracted the virus while going in for testing at private clinics. “It’s either healthy people going in when they should have been at home and potentially getting contaminated. Or it is positive people who instead of staying at home are walking around their neighborhood,” he said. “It’s a lose-lose.” [NYDN]

ליגט אמת אין זיינע ווערטער? האט מען געבעטן געזונטע מענטשן צו טעסטן, אדער סתם א בילבול?

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך שׁעמעדיגער » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 1:43 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:*** Current Senate GOP plan may phase *in* checks for $1,000-$1,200, sources say

That would mean poor/low-income could potentially receive as little as $600 -- rather than full benefit of $1,200

Talks fluid

https://t.co/dAnWnBzZCz

איך האף אז זיי נעמען אוועק די פאר איבעריגע גרייצער פון שוואכע פארדינער און נוצן די געלט צו געבן א מעגא בעילאוט פאר די אויל ריזן און די נעבעכדיגע בענק עקזעקוטיוון...

איך קען נישט עפענען די לינק
וואס שטייט דא? אז סגייט זיך ווענדן לויטן אינקאם וויפיל יעדער באקימט?

הסרפד
שר האלפיים
תגובות: 2198
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך הסרפד » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 1:46 pm

ספרים שטוב האט געשריבן:הצלת נפשות אינפארמאציע

קען זיין שוין געווען דא, נישט דורכגעקוקט צו ליינען אלעס, אבער אפי' אויב יא איז ווערט נאכאמאל עס צו שרייבן:

זיי זאגן יעצט, גרויסע פראפעסארן, און העלטה עקספערטן די פאלגענדע וויכטיגע אנווייזונגען, פאר ווער ס'פילט סימפטאמען פון די וויירוס:
[...]

נומ' 1, איז א חשש (איין ערנסטן!), 2 & 3 שקר, 4-5-6 שוואכע מעשות.

Re: Re:

תגובהדורך הסרפד » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 1:46 pm

נקדימון האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:אילאן מאסק האט געזאגט אז אין פאל וואס עס איז דא א מאנגל אין ווענטעלעיטערס וועט ער פראדוצירן די מאשינען.

דעבלאזיא היינט אינדערפרי....
Screenshot_20200319-103344_Chrome.jpg

Screenshot_20200319-133204.png

לאמיר זעהן וואס וועט פון דעם 'אומר הרבה' ווערן

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך מצלמה » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 1:47 pm

די חדר זאגט אז זיי שטעלן צו מלמדים און טיטשערס צו לערנען מיט די קינדער אויפן טעלעפאן.

די חדר באצאלט דאך למעשה פאר זייערע איינגעשטעלטע ווייטער די פולע וועידזשעס, פון וואנעט זאלן זיי נעמען דאס געלט?

אביונה
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך אביונה » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 1:47 pm

הסרפד האט געשריבן:
ספרים שטוב האט געשריבן:הצלת נפשות אינפארמאציע

קען זיין שוין געווען דא, נישט דורכגעקוקט צו ליינען אלעס, אבער אפי' אויב יא איז ווערט נאכאמאל עס צו שרייבן:

זיי זאגן יעצט, גרויסע פראפעסארן, און העלטה עקספערטן די פאלגענדע וויכטיגע אנווייזונגען, פאר ווער ס'פילט סימפטאמען פון די וויירוס:
[...]

נומ' 1, איז א חשש (איין ערנסטן!), 2 & 3 שקר, 4-5-6 שוואכע מעשות.

וואס ארט עס דיך אזוי....
די וועלט זאגט "טיי און תהלים שאדט קיינמאל"....
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

אביונה
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך אביונה » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 1:49 pm

מצלמה האט געשריבן:די חדר זאגט אז זיי שטעלן צו מלמדים און טיטשערס צו לערנען מיט די קינדער אויפן טעלעפאן.

די חדר באצאלט דאך למעשה פאר זייערע איינגעשטעלטע ווייטער די פולע וועידזשעס, פון וואנעט זאלן זיי נעמען דאס געלט?

גראדע האב איך ארייינגעטראכט, די מצב וואס די מוסדות געפונען זיך יעצט....
זיי ווערן מסתמא באהאגלט מיט זידלערייען און טענות ומענות פון אלע זייטן, ומאידך גיסא זענען זיי בכלל נישט גערישט דערויף... און האבן זייער ווייניג ברירות, און נאך ווייניגער דעם קאפ אויפן פלאץ
סאו ווער דארף דאס אלעס אריינכאפן??? קען מען דען איינעם באשולדיגן דא??....
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2998
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: פליא דעת ממנו...

תגובהדורך אוהב ספרים » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 1:49 pm

רואיג! האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:Recent published reports indicate a spike in coronavirus cases in Boro Park and Williamsburg. The number of cases there is not known, but privately conducted testing in those neighborhood has worsened the outbreak, said Councilman Mark Levine (D-Manhattan), who chairs the Council’s Health Committee. He noted privately-run clinics have issued calls for people to come in and get tested even if they don’t have symptoms of the virus.

“The [city] Health Department believes this is spreading it,” he told the Daily News. “I am confident that this message has been circulating widely in the Orthodox community in the past few days, driving our knowledge of positive cases up but also driving the spread.”

Levine voiced concern both about depriving seriously sick people of tests and the possibility that healthy people contracted the virus while going in for testing at private clinics. “It’s either healthy people going in when they should have been at home and potentially getting contaminated. Or it is positive people who instead of staying at home are walking around their neighborhood,” he said. “It’s a lose-lose.” [NYDN]

ליגט אמת אין זיינע ווערטער? האט מען געבעטן געזונטע מענטשן צו טעסטן, אדער סתם א בילבול?

היכן יתקיימו שניהם, מצד אחד הייסט מען ביי אונז געזונטע מענטשען טעסטען, ומצד שני איז דא כמה ניקים וואס פארציילן אז מען האט בכלל נישט געוואלט טעסטען ווייל מן הסתם האסטו דאס זיכער וכו'

ועל כולם אין גאנץ אמעריקא איז נישט גענוג טעסטס אבער בין אנשי שלומינו איז דא טעסטס לרחצה, טויזענטער פאזיטיוו נאר אין ב"פ אליינס ווען גאנץ ניו יארק סטעיט איז ארויף נעכטען פחות מאלף, רבותי נוצען דעם קאפ מיינט נישט מזלזל זיין אין דעם ערענסטקייט פון דעם סיטיועשיען, נישט יעדע קראנטע שמועה'לע אויף א קראנטע וואטסאפ גרופ איז טאקע אמת.

לדוגמא, דר. זעלענקא סטעיטמענט אז 90% אין קרית יואל קענען זיין/ווערן אנגעשטעקט האט מען אין די ארץ ישראלדיגע נייעס סטאנציע איבערגעטייטש אז 90% קרית יואל איז שוין אנגעשטעקט

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 1:50 pm

abeg האט געשריבן:איך בין אין א שטיקל פארגעלעגעהײט 3 פון די גױם אין מײן געשעפט װי איך ארבעט פעילען די לעצטע פאר טעג מיטן אױסרײד אז זײ האבן מורה אז זײ האבן די װײראס אין למעשה זעה איך (דורך זײער װאטס-עפפ סטעטאס) אז זײ מאכן דעלאיװעריס פאר טעיק-אױטס אין מאנהעטען װאס די טעיקאױטס צאהלן יעצט גרױס געלט דאס מײנט אז זײ באקימען יעצט באצאהלט סײ פון אינזער געשעפט װאל זײ האבן געקאלט סיק אין סײ פון די טעיק-אױט װאס איז די עצה דאס אפצישטעלען?

מען פייערט זיי פארן נישט קומען אין ארבעט, און מען לייגט אריין אינעם פייל די וואַטס-עפּפּ סנעפּשׁאַט פון זייער פיין-באצאלטע טעיק-אוט דעליוועריס.

#בלי_אחריות
#פרעג_א_לויער

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4884
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: פליא דעת ממנו...

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 1:56 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:
רואיג! האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:Recent published reports indicate a spike in coronavirus cases in Boro Park and Williamsburg. The number of cases there is not known, but privately conducted testing in those neighborhood has worsened the outbreak, said Councilman Mark Levine (D-Manhattan), who chairs the Council’s Health Committee. He noted privately-run clinics have issued calls for people to come in and get tested even if they don’t have symptoms of the virus.

“The [city] Health Department believes this is spreading it,” he told the Daily News. “I am confident that this message has been circulating widely in the Orthodox community in the past few days, driving our knowledge of positive cases up but also driving the spread.”

Levine voiced concern both about depriving seriously sick people of tests and the possibility that healthy people contracted the virus while going in for testing at private clinics. “It’s either healthy people going in when they should have been at home and potentially getting contaminated. Or it is positive people who instead of staying at home are walking around their neighborhood,” he said. “It’s a lose-lose.” [NYDN]

ליגט אמת אין זיינע ווערטער? האט מען געבעטן געזונטע מענטשן צו טעסטן, אדער סתם א בילבול?

היכן יתקיימו שניהם, מצד אחד הייסט מען ביי אונז געזונטע מענטשען טעסטען, ומצד שני איז דא כמה ניקים וואס פארציילן אז מען האט בכלל נישט געוואלט טעסטען ווייל מן הסתם האסטו דאס זיכער וכו'

ועל כולם אין גאנץ אמעריקא איז נישט גענוג טעסטס אבער בין אנשי שלומינו איז דא טעסטס לרחצה, טויזענטער פאזיטיוו נאר אין ב"פ אליינס ווען גאנץ ניו יארק סטעיט איז ארויף נעכטען פחות מאלף, רבותי נוצען דעם קאפ מיינט נישט מזלזל זיין אין דעם ערענסטקייט פון דעם סיטיועשיען, נישט יעדע קראנטע שמועה'לע אויף א קראנטע וואטסאפ גרופ איז טאקע אמת.

לדוגמא, דר. זעלענקא סטעיטמענט אז 90% אין קרית יואל קענען זיין/ווערן אנגעשטעקט האט מען אין די ארץ ישראלדיגע נייעס סטאנציע איבערגעטייטש אז 90% קרית יואל איז שוין אנגעשטעקט

דר זעלענקא האט געזאגט אז ביז צוויי טעג וועלן 90% זיין אנגעשטעקט. דאס האט ער געזאגט צוויי טעג צוריק. סא, טאמער די א"י מידיע האו עס היינט באריכטעט, זענעם זיי גערעכט אז 90% איז שוין אנגעשטעקט, לויט זעלענקא.

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך חסדי אבות » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 2:02 pm

האדמו"ר מוויזשניץ ירושלים שליט"א, וועלכער איז בארימט אין דער עולם הרפואה, וידיו רב לו, לאכט זיך אויס פון די גאנצע סאמעטוכע, גיבט הענט, שפאצירט ארום און טוט וואס ער וויל, און אזוי איז ער מייעץ זיינע מענטשן.

ער זאגט, אז אין די שפיטעלער האט מען אריינגעברענגט און צוגעגרייט רעספערעטארס מיט איינריכטונגען פאר די קאראנע קראנקע וואס גייען אריינקומען. דערווייל זענען נישט אריינגעקומען קיין קאראנע קראנקע, אבער א היבשע פאר פאניק אטאקעס זענען יא אריינגעקומען, מיט וואס מען איז פארנומען אין די שפיטעלער.

ער טענה'עט, אז יעדער איינער קען ארומגיין פרעגן זיינע באקאנטע, צי ער קען מענטשן וואס זענען ערנסט אנגעשטעקט געווארן דערפון און געדארפט אריינגעפירט ווערן אין שפיטאל... ס'איז מאקסימום אזוי ווי דער פלו, און יא! - פאר עלטערע און נישט געזונטע מענטשן, קען די פלו זיין מסוכן. אין פאקט, מיט אן ערך פון 100 יאר צוריק, ווען דער פלו איז אנגעקומען קיין אמעריקע צום ערשטן מאל, איז אויך געווען א געפערליכע פאניק און דער עולם איז געבליבן זיצן אינדערהיים.

דאס איז זיין מיינונג.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7964
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 2:03 pm

שׁעמעדיגער האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:*** Current Senate GOP plan may phase *in* checks for $1,000-$1,200, sources say

That would mean poor/low-income could potentially receive as little as $600 -- rather than full benefit of $1,200

Talks fluid

https://t.co/dAnWnBzZCz

איך האף אז זיי נעמען אוועק די פאר איבעריגע גרייצער פון שוואכע פארדינער און נוצן די געלט צו געבן א מעגא בעילאוט פאר די אויל ריזן און די נעבעכדיגע בענק עקזעקוטיוון...

איך קען נישט עפענען די לינק
וואס שטייט דא? אז סגייט זיך ווענדן לויטן אינקאם וויפיל יעדער באקימט?

אינדערפרי האט געהייסן טויזנט פער ערוואקסענער און 500 פער קינד. אבער איינע פון די רעפובליקאנער פלענער איז געבן מער פאר בעסערע פארדינער און ווייניגער פאר שוואכע פארדינער.
Screenshot_20200319-135157__01.jpg
Screenshot_20200319-135157__01.jpg (231.61 KiB) געזעהן 306 מאל

געוויסע דעמאקראטן ווילן געבן צוויי טויזנט און טויזנט פער קינד. אנדערע ווילן געבן צוויי טויזנט פאר יעדן אפגעזען די עלטער...
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך Kosher Travel » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 2:06 pm

אביסל (אסאך) פאזיטיוו אויך:
מיין ווייב האט א פריינדין, א פרויען קינדער (pediatric) דאקטאר, וואס האט ארומגעשיקט אז זי וועט העלפען קראנקע און פארנט פון איהר הויז מיט וויכטיגע זאכן, אז מען זאל נישט דארפן גיין אין emergency room ווי למשל cultures וכו'. זי וועט נישט נעמען באצאהלט פון מענטשען וואס זענען נישט קאווערט.

א איד פון ווילאמסבורג האט אפגעזאגט 10 טויזענט דולר פאר א ארדער פון מאסק'ס פאר א ארגאנאזאציע אין מאנסי אומגעגענט וואס וועלען עס פארטיילען און פארנט פון די גראסערי געשעפטן.

אזוי איז דא אסאך חסד און גמילות חסדים ביים היימישען ציבור.

זאל השי"ת אונז אלע האלטן געזונט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7964
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 2:08 pm

איז דאס די מעכטיגע scientific approach מיט וועלכע באריס איז אויפגעקומען?

Sky News understands the [UK] Government has asked mobile network O2 to hand over anonymous mobile phone location data in order to ensure people are following social distancing guidelines during the COVID-19 outbreak
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1244
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך פרוביר אויך » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 2:09 pm

ספרים שטוב האט געשריבן:הצלת נפשות אינפארמאציע

קען זיין שוין געווען דא, נישט דורכגעקוקט צו ליינען אלעס, אבער אפי' אויב יא איז ווערט נאכאמאל עס צו שרייבן:

זיי זאגן יעצט, גרויסע פראפעסארן, און העלטה עקספערטן די פאלגענדע וויכטיגע אנווייזונגען, פאר ווער ס'פילט סימפטאמען פון די וויירוס:

1) שוין געווען באקאנט אנפאנג וואך: ח"ו נישט צורירן קיין "אנטי אימפלאמאציע" פראדוקטן, ווי מאטרין און עדוויל, "נאר טיילענאל".

2) טרינקן אסאך, די וויירוס שטעקט קודם אפאר טעג אין די האלדז, וואס דאס פאראורזאכט א טרוקענע הוסט, דערנאך פארט עס אריין ווייטער צו די לונגען ל"ע.
ווען מ'טרינקט אסאך, שווענקט מען עס אראפ צו די בויך, ווי דארט איז גרינגער פאר די סיסטעם עס צו פייטן. אבער נישט קיין "קאלטע" וואסער, נאר לוילעך.

3) חוץ סתם טרינקן אסאך, זאגן זיי צו טרינקן "הייסע" וואסער, טיי, הייסע זופ, וואס דאס הרג'ט די באקטיריע פון די וויירוס אפי' ווען ס'שוין דא, און "אפי' פאר עלטערע מענטשן" פאר וועם ס'קען זיין שעדליך.

4) נאך א עצה צו טון אויסצוברענען די באקטיריע, "א הייסע שאוער"

5) אדער אויפקאכן א הייסע טאפ וואסער און אריינאטאעמען די פארע.

6) נענען א מולטי ווייטעמין יעדן טאג, אזוי אויך אן "אסידאפעלעס" וואס דאס שטארקט דער gut אז עס זאל קענען פייטן וויירוסעס.

ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר.

ביטע פארשפרייטן די אינפארמאציע, ובפרט פאר עלטערע מענטשן.

עס קען ראטעווען לעבענס!

לייג צו א לינק צו יעדע סעיף
אז נישט וועט מען מוזען אראפנעמען די תגובה
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
פעיק נוז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7455
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 2:10 pm

חסדי אבות האט געשריבן:האדמו"ר מוויזשניץ ירושלים שליט"א, וועלכער איז בארימט אין דער עולם הרפואה, וידיו רב לו, לאכט זיך אויס פון די גאנצע סאמעטוכע, גיבט הענט, שפאצירט ארום און טוט וואס ער וויל, און אזוי איז ער מייעץ זיינע מענטשן.

ער זאגט, אז אין די שפיטעלער האט מען אריינגעברענגט און צוגעגרייט רעספערעטארס מיט איינריכטונגען פאר די קאראנע קראנקע וואס גייען אריינקומען. דערווייל זענען נישט אריינגעקומען קיין קאראנע קראנקע, אבער א היבשע פאר פאניק אטאקעס זענען יא אריינגעקומען, מיט וואס מען איז פארנומען אין די שפיטעלער.

ער טענה'עט, אז יעדער איינער קען ארומגיין פרעגן זיינע באקאנטע, צי ער קען מענטשן וואס זענען ערנסט אנגעשטעקט געווארן דערפון און געדארפט אריינגעפירט ווערן אין שפיטאל... ס'איז מאקסימום אזוי ווי דער פלו, און יא! - פאר עלטערע און נישט געזונטע מענטשן, קען די פלו זיין מסוכן. אין פאקט, מיט אן ערך פון 100 יאר צוריק, ווען דער פלו איז אנגעקומען קיין אמעריקע צום ערשטן מאל, איז אויך געווען א געפערליכע פאניק און דער עולם איז געבליבן זיצן אינדערהיים.

דאס איז זיין מיינונג.

שוין געהערט דערפון עטליכע טעג צוריק, אבער נישט באריכטעט דא...
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך שליו ודגים » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 2:12 pm

פרוביר אויך האט געשריבן:
ספרים שטוב האט געשריבן:הצלת נפשות אינפארמאציע

קען זיין שוין געווען דא, נישט דורכגעקוקט צו ליינען אלעס, אבער אפי' אויב יא איז ווערט נאכאמאל עס צו שרייבן:

זיי זאגן יעצט, גרויסע פראפעסארן, און העלטה עקספערטן די פאלגענדע וויכטיגע אנווייזונגען, פאר ווער ס'פילט סימפטאמען פון די וויירוס:

1) שוין געווען באקאנט אנפאנג וואך: ח"ו נישט צורירן קיין "אנטי אימפלאמאציע" פראדוקטן, ווי מאטרין און עדוויל, "נאר טיילענאל".

2) טרינקן אסאך, די וויירוס שטעקט קודם אפאר טעג אין די האלדז, וואס דאס פאראורזאכט א טרוקענע הוסט, דערנאך פארט עס אריין ווייטער צו די לונגען ל"ע.
ווען מ'טרינקט אסאך, שווענקט מען עס אראפ צו די בויך, ווי דארט איז גרינגער פאר די סיסטעם עס צו פייטן. אבער נישט קיין "קאלטע" וואסער, נאר לוילעך.

3) חוץ סתם טרינקן אסאך, זאגן זיי צו טרינקן "הייסע" וואסער, טיי, הייסע זופ, וואס דאס הרג'ט די באקטיריע פון די וויירוס אפי' ווען ס'שוין דא, און "אפי' פאר עלטערע מענטשן" פאר וועם ס'קען זיין שעדליך.

4) נאך א עצה צו טון אויסצוברענען די באקטיריע, "א הייסע שאוער"

5) אדער אויפקאכן א הייסע טאפ וואסער און אריינאטאעמען די פארע.

6) נענען א מולטי ווייטעמין יעדן טאג, אזוי אויך אן "אסידאפעלעס" וואס דאס שטארקט דער gut אז עס זאל קענען פייטן וויירוסעס.

ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר.

ביטע פארשפרייטן די אינפארמאציע, ובפרט פאר עלטערע מענטשן.

עס קען ראטעווען לעבענס!

לייג צו א לינק צו יעדע סעיף
אז נישט וועט מען מוזען אראפנעמען די תגובה

1) איז א ספק

מנומער 2 למעלה איז באקאנט און גוט פאר יעדע וויירוס פלו און כ"ש פאר די וויירוס וואס אטאקירט די לונגען

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7964
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 2:13 pm

לעצטע ניו יארק סיטי ציפערן:

סך־הכל: 3,615 באשטעטיגטע פעלער אין די סיטי, דאס איז מיט 2,275 העכער ווי נעכטן!

ברוקלין: 1,030 פעלער
קווינס: 980 פעלער
מאנהעטן: 976 פעלער
בראנקס: 436 פעלער
סטעטן איילענד: 165 פעלער

פאטאליטעטן: 22
לעצט פאראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום דאנארשטאג מארטש 19, 2020 2:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2569
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך טשאלענט » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 2:18 pm

מאנכע שרייבן דא אז לכאורה זענען 80-90% פון די היימישע עולם אנגעשטעקט פון די וויירוס.
וויל איך וויסן אויב דאס מיינט עפעס למעשה (איך פיל נישט קיין שום סימפטאמס ב"ה) צו דארף מען עפעס טון דערצו?

און צו דאס איז גוטע נייעס אדער ח"ו פארקערט?
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 2:18 pm

א vicks steam inhaler איז ווארשיינליך א גוטע פראדוקט.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1074
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: פליא דעת ממנו...

תגובהדורך רואיג! » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 2:19 pm

דריידל האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:
רואיג! האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:Recent published reports indicate a spike in coronavirus cases in Boro Park and Williamsburg. The number of cases there is not known, but privately conducted testing in those neighborhood has worsened the outbreak, said Councilman Mark Levine (D-Manhattan), who chairs the Council’s Health Committee. He noted privately-run clinics have issued calls for people to come in and get tested even if they don’t have symptoms of the virus.

“The [city] Health Department believes this is spreading it,” he told the Daily News. “I am confident that this message has been circulating widely in the Orthodox community in the past few days, driving our knowledge of positive cases up but also driving the spread.”

Levine voiced concern both about depriving seriously sick people of tests and the possibility that healthy people contracted the virus while going in for testing at private clinics. “It’s either healthy people going in when they should have been at home and potentially getting contaminated. Or it is positive people who instead of staying at home are walking around their neighborhood,” he said. “It’s a lose-lose.” [NYDN]

ליגט אמת אין זיינע ווערטער? האט מען געבעטן געזונטע מענטשן צו טעסטן, אדער סתם א בילבול?

היכן יתקיימו שניהם, מצד אחד הייסט מען ביי אונז געזונטע מענטשען טעסטען, ומצד שני איז דא כמה ניקים וואס פארציילן אז מען האט בכלל נישט געוואלט טעסטען ווייל מן הסתם האסטו דאס זיכער וכו'

ועל כולם אין גאנץ אמעריקא איז נישט גענוג טעסטס אבער בין אנשי שלומינו איז דא טעסטס לרחצה, טויזענטער פאזיטיוו נאר אין ב"פ אליינס ווען גאנץ ניו יארק סטעיט איז ארויף נעכטען פחות מאלף, רבותי נוצען דעם קאפ מיינט נישט מזלזל זיין אין דעם ערענסטקייט פון דעם סיטיועשיען, נישט יעדע קראנטע שמועה'לע אויף א קראנטע וואטסאפ גרופ איז טאקע אמת.

לדוגמא, דר. זעלענקא סטעיטמענט אז 90% אין קרית יואל קענען זיין/ווערן אנגעשטעקט האט מען אין די ארץ ישראלדיגע נייעס סטאנציע איבערגעטייטש אז 90% קרית יואל איז שוין אנגעשטעקט

דר זעלענקא האט געזאגט אז ביז צוויי טעג וועלן 90% זיין אנגעשטעקט. דאס האט ער געזאגט צוויי טעג צוריק. סא, טאמער די א"י מידיע האו עס היינט באריכטעט, זענעם זיי גערעכט אז 90% איז שוין אנגעשטעקט, לויט זעלענקא.

דא רעדט מען פון א קאונסיל מאן וואס האט עס געזאגט, אויב איז עס שקר דארף מען אים אפירהאלטן, און אויב נישט, בושות...

אוועטאר
ניס קראכער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4839
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 2:20 pm

טשאלענט האט געשריבן:מאנכע שרייבן דא אז לכאורה זענען 80-90% פון די היימישע עולם אנגעשטעקט פון די וויירוס.
וויל איך וויסן אויב דאס מיינט עפעס למעשה (איך פיל נישט קיין שום סימפטאמס ב"ה) צו דארף מען עפעס טון דערצו?

און צו דאס איז גוטע נייעס אדער ח"ו פארקערט?

אויב איז שוין יעצט 90 פארצענט אנגעשטעקט, מיינט עס לכאורה אז אויף א' פ' צו. קען מען עפענען אלעס צוריק ווי געהעריג...
לאור המצב איז אבאוט טו עקספייער, פליז אופדעיט יאור אקאונט

צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ליינער און 18 געסט