"קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דינסטאג מארטש 17, 2020 6:48 pm

*בפקודת כ"ק רבינו שליט"א*
ווערן אלע בניני המוסדות והקהלה געשלאסן.
סאטמאר חסידי מהר"א איבער גרעיטאר ניו יארק וועט פארשלאסן יעדע בילדונג ביז נאך שבת , יעדע בית המדרש בילדונג און מוסדות בילדונג
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום דינסטאג מארטש 17, 2020 6:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פעיק נוז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7215
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג מארטש 17, 2020 6:49 pm

שיעלע בהמה האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
כתמר יפרח האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:איך בין פארטיג!
סקיקט דא אויס ווי איך רעדט צו מענטשן פון מארס

האסט מיר נישט געענטפערט, איך בין באמת אומוויסנד.

ליין די לעצטע פאר בלעטער דא פאר דגמאות.

היינט קום איך אריין אין בית מדרש, הער איך אין פאליש ווי א גרויסע מיינונג זאגער איז מזביר מיט שליים אין די מויל אז די גאנצע זאך איז פשוט א האוקס, אין די עולם שאקעלט מיט מיטן קאפ,
איז דא א אפיציעלע רול אויף דעם?
אין שוהל איז דא א רבי אלימלך סעודה ווי די עולם שערט טעלערס אין גרויסן.
איז דא עפעס א אפיציעלע רול איבער דעם?
איך קען א שיינע פאר אינגערלייט וואס זענען געקומען אווערסיס אין מ'האט זיי געבעטן צו איזאלירן אין א מכה בדופן.
ווער האט געבעטן? געבעטן אדער געהייסן?
ביי די חתונות כאפט מען זיך אן אין מ'טאנץ איו גרויסע רינגס כי טוב ה' ווייל די אייבשטער איז גוט.
איז דא עפעס א אפיציעלע רול איבער דעם?
א אינגערמאן היסט אין האט פיווער איז געקומען אין מיין לאקעל שוהל.
מיט דעם ביזסטו גערעכט אבער איך גלייב אז דאס איז ממש א מיעוטא דמיעוטא.

נישט יעדע זאך וואס אייוועלט שרייבער האלטן אז מען טאר נישט טון אדער מען זאל יא טון, ווערט אוטאמאטיש פארבאטן, אז טראמפ זאל צוליב דעם דארפן אנרופן די רבנים.

אהא.. הייסט אז מדארף דיר מסביר זיין אלעס ווי א קליין קינד? אדער איז עס אין די בחינה פון תן לחכם ויחכם עוד? ......און אז סאיז נישטא דא קיין חכמה... וגו'.......

איך האב דאך אייך גארנישט געטון, פארוואס אטאקירסטו מיר?

ביזסט אנגעקומען אינמיטן א קאנוויסעישן, איך רעד דייקא בנוגע אויספאלגן אפיציעלע גאווערמענט רולס. קוק איבער די שמועס.
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג מארטש 17, 2020 6:51 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:*בפקודת כ"ק רבינו שליט"א*
ווערן אלע בניני המוסדות והקהלה געשלאסן.
סאטמאר חסידי מהר"א איבער גרעיטאר ניו יארק וועט פארשלאסן יעדע בילדונג ביז נאך שבת , יעדע בית המדרש בילדונג און מוסדות בילדונג

מען דאוונט אינדערהיים?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4060
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג מארטש 17, 2020 6:59 pm

אין אמעריקע איז היינט - ביז יעצט - צוגעקומען 1,693 קעיסעס מיט 12 טויטפעלער!!!
און די טאג איז נאכנישט פארביי.

הגם א גרויס חלק פון די העכערונג קומט ווייל מ'האט אנגעהויבן טעסטן אסאך מער מענטשן.
צוגעלייגטע
Screenshot_20200317-185431~2.png
Screenshot_20200317-185431~2.png (39.86 KiB) געזעהן 763 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

רזא דגלגוליא...
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 12, 2019 2:09 pm

תגובהדורך רזא דגלגוליא... » דינסטאג מארטש 17, 2020 6:59 pm

אקעי די גאנצע זאך פארקירעוועט זיך צו שרייען איינער אויפן צווייטן אויף די רבנים אויף די עסקנים אויף די העלט קעירס און אויף וועם נישט
דאס גייט זיכער נישט ברענגען קיין תועלת נאר בלויז ברענגען שאדן
רבותי! לאמיר ענדיגן באשולדיגן איינער דעם צווייטן, חוץ טאמער איינער האט דא דווקא א ציל צו אויס ניצן די געלעגנהייט און שרייען אויף רבנים וואס טייל פון זיי דאווענען אינדערהיים מיט מנין און געבן נישט די הענט פאר קיינעם,
לאמיר זיין קלאר א גוי מיט א איד זענען צוויי וועלטן ווען מעןזאגט פאר א גוי אז היינט מאכט מען נישט חתונה איז עס פאר אים כמעט גארנישט ביי איד ווער וויל דען אפשטיפן א חתונה? וועלכע גוי איז די לעצטע 60 יאר געגאנגען דריי מאל א טאג אין בהמ"ד אז מעןזאל זיך קענען פארגלייכן ווי מען זאגט פאר א איד גיי מער נישט אין בהמ"ד?
יא עס איז אסאך שווערער פאר א איד און אידן זענען אסאך מער נישט אויסגעשטעלט פאר אזא מצב,
איז ממילא מען האט זיך נישט פארוואס אליין צו באשולדיגן, און נאכברענגען אלע אנטעסעמיטישע אויסצוגען פון יעדן שמויגער,
אוודאי מען דארף אויף רידערן און זיכער מאכן אויף יעדן אויפן אז אזאלכע בני שמונים וואס ליינען נישט אייוועלט ווייסן נישט וואס מיינט וואטסאפ וכדומה זאלן וויסן וואס זיי האבן צוטון
און אדרבא ווען דו זעסט א 60 יעריגער אין בהמ"ד הייב אויף א טעלעפאן און רוף אן זיין זון און בעהט אים ער זאל טון צו די זאך
איך מיין פארוואס קומט מען דא אויף אייוועלט שרייען אז מען האט געזען א עלטערע איד אין בהמ"ד אויף וועם איז די טענה? אויף דיר! נישט אויפן אלטן איד, רוף אן זיינע קינדער טוה צו די זאך!
היוצא מדברינו די גרעסטע נערישקייט איז יעצט צו שרייען אויף די "חסידים" וכו' רוב אידן וואס מען הערט אז זיי זענען געווארן אנגעשטעקט איז עס נאך לכאורה פון פורים - א זאך וואס קיין שום גוי האט נישט געהאט -
איך האף אז מען פארשטייט גיט מיינע ווערטער און האפענטליך זאל עס ברענגען אביסל שלום כאטש דא אויףן וועלטעל

גולם פון וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » דינסטאג מארטש 17, 2020 7:02 pm

די נומערן אין ענגלאנד איז א שרעק.

ווייניגער ווי 2000 קראנק, אבער איבער 70 טויט ל"ע, דהיינט מער ווי 3.5 פראצענט, ה' ירחם.

ממש א חכם דער דזשאנסאן, א וועלט'ס חכם.
לכל מקום שגלו ישראל גלתה שכינה עמהם...
גלו לביתם גלתה שכינה עימהם!

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » דינסטאג מארטש 17, 2020 7:04 pm

איטאליע האלט יעצט ביים פערטען טאג אין א ציע וואס די נייע קעיסעס זענן בערך ביים זעלבען לעוועל (3200-3500). אוב האלט עס אן נאך א טאג צוויי מיינט עס לכאורה אז זיי טוירנען די קארנער.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4060
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג מארטש 17, 2020 7:07 pm

ברודער! רעדט נישט אזוי שארף אויף אונזערע היימישע ברודער און שוועסטער.

די אידן וואס מאכן אוועק די קאראנאוויירוס האבן פשוט נישט די ריכטיגע ידיעה איבער די מצב, זיי ווילן זיך אליינס בארואיגן דורכן אוועקמאכן די פאניק, אזויווי איך אליין האב געטוהן ביז אנהייב פאריגע וואך...

און דאס איז נישט נאר ביי אונז אזוי נאר אויך איבערן גאנצן לאנד איז דא מיליאנען מענטשן וואס מאכן דאס אוועק, אבער ווי מער די מידיע מיט די פרעזידענט רעדן דערפון מאכט דאס אז זיי זאלן דאס אויך נעמען סיריעס.
די פרעזידענט האט דאס אין אנהייב אינגאנצן אוועקגעמאכט (הגם ער האט גענומען עקשאן) אבער ווי שפעטער האט ער אויך געמוזט מודה זיין אז דאס איז א סיריעס סיריעס עפידעמיע.

היינט האט מען שוין געזאגט אז דאס איז אן ערגערע קריזיס ווי סעפטעמבער 11 !!!!
לעצט פאראכטן דורך פאראינטערסירט אום דינסטאג מארטש 17, 2020 7:10 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7962
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דינסטאג מארטש 17, 2020 7:10 pm

פארפלאנטערט האט געשריבן:
הלכות פסח טעלע קאנפרענץ פאר פרויען.jpg


איך ווייס נישט וואס זיי גייען זאגן, אבער דאס איז וואס זיי *דארפן* זאגן.

ס'איז דא איין הלכה. געיוירענע ברויט און פראדוקטן וואס ערהאלטן געיוירענע באשטאנדטיילן זענען חמוץ און די הלכה פאדערט אז מען זאל דאס אויסרוימען פון הויז פאר פסח.

איינמאל דאס איז ערלעדיגט, דארף מען נעמען די קינדער און זיי געבן עסן, אויפמערקזאמקייט, אונטערהאלטונג און אויך, אויב די מצב ערלויבט דאס, אויסרייניגן די צימערן, שאפעס טויס אד"ג אינאיינעם מיט די קינדער. אלעס אויף א געשמאקן בא'טעמ'טן אופן.
ס'איז א שעת חירום. מען דארף טון וואס די תורה פארלאנגט פארן יום טוב און אכטונג געבן אויף די פיזישע און גייסטישע געזונט פון די קינדער, די קינדער'ס עלטערן און די עלטערן דור.

די מאמעס דארפן אכטונג געבן מער ווי אלע יארן נישט צו נוצן קיין געפארפולע כעמישע רייניגונגס מאטעריאל ווייל די שפיטעלער גייען זיין פארנומען אויף א קריטישן שטאפל אין די קומענדיגע וואכן.

און דאס וויכטיגסטע. נישט נוצן קיין שארפע ספרעיס אויסצוברענען די "חמץ" פון די טעפ.
דאס קען שטארק אנרייצן און שעדיגן די לונגען אויב ווערט דאס באנוצט אין א פארמאכטע שטוב נישט ריכטיג.
שטודיעס ארויס פון כינע זאגן אז רייכערער, מענטשן וואס וואוינען אין ערטער מיט הויעכע air pollution, אדער מענטשן וואס האבן סיי וועלכע היסטאריע פון פראבלעמען מיט די לונגען זענען דראסטיש מער אויסגעשטעלט איבערכאפן, קראנק ווערן און שטארבן פון די קאוויד-19 עפידעמיע.
א מאמע וואס נוצט אזא כעמישע רייניגער אויסצוברענען א געדאכטעניש פון אן איבערבלייבעניש פון קויל פארברענטער עסן (קיטניות, מערסט ווארשיינליך...) פון א טאפ וואס גייט פארשלאסן ווערן ביים גוי פאר זיבן טעג קען אומווילנד אונטערשרייבן איר און אירע קינדער'ס טויט-שיינען.

געדענקט, אונזערע אור עלטערן האבן פאר הונדערטער יארן גענוצט פסח די זעלבע טעפ פון א גאנץ יאר, געוואשן און גע'כשר'ט, אן נוצן די אלע געפארפולע פראדוקטן.
לעצט פאראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום דינסטאג מארטש 17, 2020 7:13 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג מארטש 17, 2020 7:11 pm

איך וויל באמת פארשטיין, איינער קען מיר מסביר זיין וואס וויל מען פון די אינגע מענטשן, עס איז נישט קיין שום סכנה פאר זיי, זאל מען איינשפארן די עלטערע מענטשן. וואס איז פשט מען שפארט איין יעדן איינעם? איך פרעג באמת.

אשי
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 07, 2019 8:39 pm

תגובהדורך אשי » דינסטאג מארטש 17, 2020 7:13 pm

זאגט מיר יעצט מיין שווער אז ער האט עטליכע חברים אין בעט אבער זיי זענען זיך נישט געגאנגען טעסטן ווייל איינע פון די סאטמארע דיינים האבן געזאגט אז מ'האט גארנישט פון ג'יין מאכן א טעסט מזאל נאר נישט גיין אין ביהמ"ד
זאג איך פאר מיין שווער אז פארקערט דיר עולם איז אזוי רואיג דא אין אויב מוועט הערן אז עס איז דא אזויפיל קעיסעיס וועט מען זיין אביסל מיר אבאכט

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4060
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג מארטש 17, 2020 7:16 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:איך וויל באמת פארשטיין, איינער קען מיר מסביר זיין וואס וויל מען פון די אינגע מענטשן, עס איז נישט קיין שום סכנה פאר זיי, זאל מען איינשפארן די עלטערע מענטשן. וואס איז פשט מען שפארט איין יעדן איינעם? איך פרעג באמת.

ווייל אזוי איז דער וועלט אויסגעשטעלט אז די עלטערע און די קראנעקע מוזן עפי"ר בעל כרחם צוקומען צו די הילף אדער אפי' בלויז קאנטאקט פון די אינגע געזונטע.
און זיי די מילעניעלס זענען די וואס קענען אפהאלטן די מחלה פון זיך פארשפרייטן.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » דינסטאג מארטש 17, 2020 7:17 pm

בקיצור, ווער געדענקט וויאזוי עס האט אויסגעזען בלויז פאריגע וואך דאנערשטאג ביי גאנץ אמעריקע?
זונטאג זענען נאך געווען רעפארטס אז רעסטאראנטס זענען פיל.
יא, ביי אונז פארט אינפארמעישן אביסל שטייטער, און עס האט גענומען אפאר טעג לענגער צו כאַפּן וואס דא גייט פאר.
איז עס א צרה? קען זיין, אבער די סעלף העיט דא איז בלויז העיט.

ביי די וועי, קוקנדיג די קאמענטס אויף די נייעס אז עס זענען דא איבער הונדערט קאנפירמד קעיסעס אין די היימישע געגענטער, זענען רוב אנטיסעמיטן ארויפגעשפרינגען אויף אן אנדערע נקודה, וויאזוי קען זיין אז פאר איין קאמיוניטי זענען דא אזויפיל טעסטס ווען גאנץ ניו יארק זוכט טעסטס מיט לעכט, נאר די היימישע אנטיסעמיטן האבן גערודערט אז אונז זעמער גאר שולדיג.

אוועטאר
המסתתר
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 6:38 am

תגובהדורך המסתתר » דינסטאג מארטש 17, 2020 7:19 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:איך וויל באמת פארשטיין, איינער קען מיר מסביר זיין וואס וויל מען פון די אינגע מענטשן, עס איז נישט קיין שום סכנה פאר זיי, זאל מען איינשפארן די עלטערע מענטשן. וואס איז פשט מען שפארט איין יעדן איינעם? איך פרעג באמת.


דו פארשטייסט באמת נישט, אדער מאכסט זיך נאר?
דאס פארשפארן די אינגע, איז בלויז זיי זאלן נישט הרג'ען די עלטערע. און נישט צוליב'ן זארג פאר די אינגע.
יסתרני בסתר אהלו בצור ירוממני (תהלים כז)

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4060
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג מארטש 17, 2020 7:19 pm

כדי צו זעהן וואס די גרעסטע פראפעסארן פון די סי-די-סי און אלע אנדערע געזונטהייט אגענטורן האבן צוזאגן איבער די וויירוס ביי די ווייסע הויז פרעסע קאנפערענץ.

https://www.whitehouse.gov/briefings-st ... riefing-4/
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג מארטש 17, 2020 7:20 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
טוב ה' לכל האט געשריבן:איך וויל באמת פארשטיין, איינער קען מיר מסביר זיין וואס וויל מען פון די אינגע מענטשן, עס איז נישט קיין שום סכנה פאר זיי, זאל מען איינשפארן די עלטערע מענטשן. וואס איז פשט מען שפארט איין יעדן איינעם? איך פרעג באמת.

ווייל אזוי איז דער וועלט אויסגעשטעלט אז די עלטערע און די קראנעקע מוזן עפי"ר בעל כרחם צוקומען צו די הילף אדער אפי' בלויז קאנטאקט פון די אינגע געזונטע.
און זיי די מילעניעלס זענען די וואס קענען אפהאלטן די מחלה פון זיך פארשפרייטן.

איך פארשטיי, אביסל עכ''פ. אדער אפשר 'איך פארשטיי אז איך פארשטיי נישט... תכלית הידיעה..

טוב ליהודים
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 4:05 pm

מאנסי טעסטינג סענטער covid 19 געפענט ביי Medrite

תגובהדורך טוב ליהודים » דינסטאג מארטש 17, 2020 7:20 pm

השם ירחם. סהאט זיך הערשט יעצט געפענט די טעסטינג דא אין מאנסי , און דער עולם הייבט אן צו קומן... זעהט נישט אויס גוט כוויל נישט טראכטן די נומבערס וואס וועלן צוריקומען פאזיטיוו...
אוי כהאף וילמדו תועים בינה , און מען וועט שוין איינזעהן איינמאל פאר אלעמאל די שווערע מצב. לקיים מה שנאמר ונשמרתם מאוד לנפשותיכם.. ועשית ככל אשר יורוך.. הרבנים ומנהיגים... ולא הוויטמין סוחרים והביזריי...

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג מארטש 17, 2020 7:22 pm

המסתתר האט געשריבן:
טוב ה' לכל האט געשריבן:איך וויל באמת פארשטיין, איינער קען מיר מסביר זיין וואס וויל מען פון די אינגע מענטשן, עס איז נישט קיין שום סכנה פאר זיי, זאל מען איינשפארן די עלטערע מענטשן. וואס איז פשט מען שפארט איין יעדן איינעם? איך פרעג באמת.


דו פארשטייסט באמת נישט, אדער מאכסט זיך נאר?
דאס פארשפארן די אינגע, איז בלויז זיי זאלן נישט הרג'ען די עלטערע. און נישט צוליב'ן זארג פאר די אינגע.

אז איך זאג באמת מיין איך באמת, וואס ביסטו אזוי בייז???

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דינסטאג מארטש 17, 2020 7:24 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
טוב ה' לכל האט געשריבן:איך וויל באמת פארשטיין, איינער קען מיר מסביר זיין וואס וויל מען פון די אינגע מענטשן, עס איז נישט קיין שום סכנה פאר זיי, זאל מען איינשפארן די עלטערע מענטשן. וואס איז פשט מען שפארט איין יעדן איינעם? איך פרעג באמת.

ווייל אזוי איז דער וועלט אויסגעשטעלט אז די עלטערע און די קראנעקע מוזן עפי"ר בעל כרחם צוקומען צו די הילף אדער אפי' בלויז קאנטאקט פון די אינגע געזונטע.
און זיי די מילעניעלס זענען די וואס קענען אפהאלטן די מחלה פון זיך פארשפרייטן.

איך פארשטיי, אביסל עכ''פ. אדער אפשר 'איך פארשטיי אז איך פארשטיי נישט... תכלית הידיעה..

מיינע רביס פלעגן זאגן אז די ווילסט נישט פארשטיין
איבריג יעדעס ווארט
טראכטן נאר פון זיך

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1696
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דינסטאג מארטש 17, 2020 7:26 pm

;l;p-
רזא דגלגוליא... האט געשריבן:אקעי די גאנצע זאך פארקירעוועט זיך צו שרייען איינער אויפן צווייטן אויף די רבנים אויף די עסקנים אויף די העלט קעירס און אויף וועם נישט
דאס גייט זיכער נישט ברענגען קיין תועלת נאר בלויז ברענגען שאדן
רבותי! לאמיר ענדיגן באשולדיגן איינער דעם צווייטן, חוץ טאמער איינער האט דא דווקא א ציל צו אויס ניצן די געלעגנהייט און שרייען אויף רבנים וואס טייל פון זיי דאווענען אינדערהיים מיט מנין און געבן נישט די הענט פאר קיינעם,
לאמיר זיין קלאר א גוי מיט א איד זענען צוויי וועלטן ווען מעןזאגט פאר א גוי אז היינט מאכט מען נישט חתונה איז עס פאר אים כמעט גארנישט ביי איד ווער וויל דען אפשטיפן א חתונה? וועלכע גוי איז די לעצטע 60 יאר געגאנגען דריי מאל א טאג אין בהמ"ד אז מעןזאל זיך קענען פארגלייכן ווי מען זאגט פאר א איד גיי מער נישט אין בהמ"ד?
יא עס איז אסאך שווערער פאר א איד און אידן זענען אסאך מער נישט אויסגעשטעלט פאר אזא מצב,
איז ממילא מען האט זיך נישט פארוואס אליין צו באשולדיגן, און נאכברענגען אלע אנטעסעמיטישע אויסצוגען פון יעדן שמויגער,
אוודאי מען דארף אויף רידערן און זיכער מאכן אויף יעדן אויפן אז אזאלכע בני שמונים וואס ליינען נישט אייוועלט ווייסן נישט וואס מיינט וואטסאפ וכדומה זאלן וויסן וואס זיי האבן צוטון
און אדרבא ווען דו זעסט א 60 יעריגער אין בהמ"ד הייב אויף א טעלעפאן און רוף אן זיין זון און בעהט אים ער זאל טון צו די זאך
איך מיין פארוואס קומט מען דא אויף אייוועלט שרייען אז מען האט געזען א עלטערע איד אין בהמ"ד אויף וועם איז די טענה? אויף דיר! נישט אויפן אלטן איד, רוף אן זיינע קינדער טוה צו די זאך!
היוצא מדברינו די גרעסטע נערישקייט איז יעצט צו שרייען אויף די "חסידים" וכו' רוב אידן וואס מען הערט אז זיי זענען געווארן אנגעשטעקט איז עס נאך לכאורה פון פורים - א זאך וואס קיין שום גוי האט נישט געהאט -
איך האף אז מען פארשטייט גיט מיינע ווערטער און האפענטליך זאל עס ברענגען אביסל שלום כאטש דא אויףן וועלטעל

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » דינסטאג מארטש 17, 2020 7:26 pm

סתם פאר אינטרעסאנטקייט. טרעינס גייען אן כאילו לא היה... עני הסבר אז הונדערטער מענטשען זאלן זיין אין א פארמאכטען קעסטעל די טעג??

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7962
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דינסטאג מארטש 17, 2020 7:26 pm

Five members of New Jersey family in critical condition with coronavirus after relative dies from it

https://t.co/k3d4RZOiI9

דאס זענען פיר געשוויסטער און די מאמע פון א 55 יעריגע (נישט אידישע) פרוי וואס איז אוועק פון די ווירוס אינפעקציע פרייטאג. עס שטייט נישט די עלטער פון די קריטיש קראנקע, אבער איין שוועסטער, נישט אנגעשטעקט, איז 42 יאר אלט.
You do the math.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג מארטש 17, 2020 7:29 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
טוב ה' לכל האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
טוב ה' לכל האט געשריבן:איך וויל באמת פארשטיין, איינער קען מיר מסביר זיין וואס וויל מען פון די אינגע מענטשן, עס איז נישט קיין שום סכנה פאר זיי, זאל מען איינשפארן די עלטערע מענטשן. וואס איז פשט מען שפארט איין יעדן איינעם? איך פרעג באמת.

ווייל אזוי איז דער וועלט אויסגעשטעלט אז די עלטערע און די קראנעקע מוזן עפי"ר בעל כרחם צוקומען צו די הילף אדער אפי' בלויז קאנטאקט פון די אינגע געזונטע.
און זיי די מילעניעלס זענען די וואס קענען אפהאלטן די מחלה פון זיך פארשפרייטן.

איך פארשטיי, אביסל עכ''פ. אדער אפשר 'איך פארשטיי אז איך פארשטיי נישט... תכלית הידיעה..

מיינע רביס פלעגן זאגן אז די ווילסט נישט פארשטיין
איבריג יעדעס ווארט
טראכטן נאר פון זיך

די עולם קוקט דא אויס שטארק אנגעהיצט, איך בין דא נאר יעצט אנגעקומען, קוקט אויס אז עפעס קאכט זיך דא, איך וויל נאר עפעס פארשטיין און מען דארף נישט ענטפערן אזוי קאנטערטיוו, נישט איז נישט, איך צי מיך ארויס און שקויעך פארן פרובירן צו ענטפערן.
איך לויף מיך צוריק צו מיינע אייגענע אשכולות, דארט איז זייער רוהיג......
דארט קען איך יעצט זיין אין סאלוואדור ווי עס זענען נישט דא קיין שום אנגעשטעקטע...

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובהדורך נשמת השכל » דינסטאג מארטש 17, 2020 7:30 pm

חדשות האט געשריבן:סתם פאר אינטרעסאנטקייט. טרעינס גייען אן כאילו לא היה... עני הסבר אז הונדערטער מענטשען זאלן זיין אין א פארמאכטען קעסטעל די טעג??

יא! און יעצט זאלן די אלע האקערס דא קומען קריטיקירן דעם היימישן עולם וועלעכע זענען נעבעך אזוי נאכלעסיג און נעמען נישט אן בתמימות די רעקאמענדאציעס פון די......
לעצט פאראכטן דורך נשמת השכל אום דינסטאג מארטש 17, 2020 7:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
נישט דיינע געפילן ברענגען דיר דיינע פראבלעמען, נאר די בלינדע אמונה אין דיינע געפילן ברענגען דיר דיינע פראבלעמען!

אבן יקרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3013
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג מארטש 17, 2020 7:31 pm

בבית שמש
עצרו את הרב משה דייטש
מחסידי תולדות אברהם יצחק
שחיתן עם נכד הרב יצחק רבינאוויטש מוילאמסבורג
על עריכת שמחת חתונה המונית


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: kosher phone, newsman, א גוטן, א מחי', אביסל טיפער, זעהער, יוד אלף, ליידיג גייער, מה ידידות, צום_באפעל!, קאפעלוטש מאכער, שטילער און 93 געסט