"קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2128
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מאנטאג מארטש 16, 2020 11:48 pm

כ'האף אז מ'גייט דאס פארשפרייטן אין די לאקאלע צעטלעך.
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2458
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג מארטש 16, 2020 11:49 pm

הערט 1 1 4 אויף קול מבשר דר. בערמאן פון נוי ראשעל
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
שמשון הגיבור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:01 am
לאקאציע: אויפן פראנט

תגובהדורך שמשון הגיבור » מאנטאג מארטש 16, 2020 11:49 pm

שמשון הגיבור האט געשריבן:פייער דעפ און סיטי מארשעל׳ס צווינגען יעצט צו פארשפארן הצלחה סופערמארקעט אין וומסב״ג נאכן ציילן דארט מער מענטשן ווי די ערלויבט.


איך צי צוריק.. זיי האבן למעשה אוועק געגאענען.. א גראסערי מעג.
אֵיזֶהוּ גִּבּוֹר, הַכּוֹבֵשׁ אֶת יִצְרוֹ. - מס׳ אבות, ד משנה א

נודניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

תגובהדורך נודניק » מאנטאג מארטש 16, 2020 11:49 pm

מצב כללי האט געשריבן:דער פראבלעם איז זייער קלאר

רוב אידן העכער די 60 ליינען נישט אייוועלט און הערן נישט קול מבשר און באגרייפן נישט די סכנה פון קעראונע

זיי דארפן פשוט וויסן די מציאות וועלן זיי עס נעמען מער ערענסט

פארדעם איז וויכטיג די צעטליך פון חברה הצלה אז די עלטערע צווישן אונז זאלן פארשטיין קלאר די חומר הענין


יעצט ווען אינזער קאמיונטי איז שוין טיף אינפעסטעט וועט עס שוין נישט העלפן ווי א וואך צוריק,

מאתים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 12:19 pm

תגובהדורך מאתים » מאנטאג מארטש 16, 2020 11:50 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:ביטע, הערט אויף מיט נאנ-סענס, ווערצבערגער איז שוין יארן לאנג א דאקטאר מפורסם, די הצלה נוצט אים ממש טאג טעגליך, אלע שווערע קעיסעס שיקט מען צו אים, ער איז נישט היינט געבוירן, און ער ווייסט נאך אזויפיל וויפיל מיר אלע ווייסן מיט א שמיטשיק אריבער.

איך האב נישט געזאגט אז מען זאל נישט אויספאלגן די הוראות פון די רעגירונג. איך האב בארואיגט די וועלכע ציטערן אזוי, צוליב די ווארענונג פון איין אידישע דאקטאר, אז אן אנדערער (מער היימישער און מער עקספיריענסד) אידישער דאקטאר זאגט אנדערש.

דאס אלעס.

ווילאנג די ברענגסט נישט קיין וואיס נאוט אדער ווידיא אדער אפילו א בריוו ווי ער זאגט עס, איז עס אויסגעזויגן , שווער צו גלייבן אז דר. ווערצבערגער האט דאס געזאגט

ליהווי ידוע, דר. ווערצבערגער איז א פיעדיטרישן- א קינדער דאקטער, און ער זאגט עס צו בארויגען די מאמעס איבער זייערע פיצעלך ווייל פאר זיי איז עס טאקע נישט שעדליך, זלענקא איז א דשענערעל דאקטאר וואס רעדט צו ערוואקסנע, גראדע האט דר. זלענקא פאריגע וואך נאך אנדערשט גערעדט אבער זיך ביג טיים געטוישט.
'ומאתים לנוטרים את פריו'

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מאנטאג מארטש 16, 2020 11:52 pm

די פאליס האבן פארמאכט א שעה צוריק די קול יעקב חתונה זאל אין פייוו טאונס אינמיטן א חתונה
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום דינסטאג מארטש 17, 2020 2:41 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2128
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מאנטאג מארטש 16, 2020 11:52 pm

מאתים האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:ביטע, הערט אויף מיט נאנ-סענס, ווערצבערגער איז שוין יארן לאנג א דאקטאר מפורסם, די הצלה נוצט אים ממש טאג טעגליך, אלע שווערע קעיסעס שיקט מען צו אים, ער איז נישט היינט געבוירן, און ער ווייסט נאך אזויפיל וויפיל מיר אלע ווייסן מיט א שמיטשיק אריבער.

איך האב נישט געזאגט אז מען זאל נישט אויספאלגן די הוראות פון די רעגירונג. איך האב בארואיגט די וועלכע ציטערן אזוי, צוליב די ווארענונג פון איין אידישע דאקטאר, אז אן אנדערער (מער היימישער און מער עקספיריענסד) אידישער דאקטאר זאגט אנדערש.

דאס אלעס.

ווילאנג די ברענגסט נישט קיין וואיס נאוט אדער ווידיא אדער אפילו א בריוו ווי ער זאגט עס, איז עס אויסגעזויגן , שווער צו גלייבן אז דר. ווערצבערגער האט דאס געזאגט

ליהווי ידוע, דר. ווערצבערגער איז א פיעדיטרישן- א קינדער דאקטער, און ער זאגט עס צו בארויגען די מאמעס איבער זייערע פיצעלך ווייל פאר זיי איז עס טאקע נישט שעדליך, זלענקא איז א דשענערעל דאקטאר וואס רעדט צו ערוואקסנע, גראדע האט דר. זלענקא פאריגע וואך נאך אנדערשט גערעדט אבער זיך ביג טיים געטוישט.


אה.. הייסט מסתמא האט אים א מאמע געפרעגט צו זי דארף מורא האבן פאר איר קינד, און אויף דעם האט ער גענטפערט אז פאר א קינד איז עס אזוי ווי א פלו.

מער מסתבר אזוי.
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » מאנטאג מארטש 16, 2020 11:53 pm

שמשון הגיבור האט געשריבן:כ׳ווייס נישט אויב צוויי, אבער איינס זעכער. די נאמען איז טאקע נישט וויכטיג צו שרייבן.. יענער איז אין א גוטע צושטאנד, ער איז אבער געווען א משתתף ביי די נעכטיגע חחונה אין קאנטינענטאל צווישן הונדערטער מענטשן, איך בין אויך געשטאנען נעבן אים איינמאל זעכער.

יאפ. דער וויירוס איז דא!

א קריטישער רוף פון חברה הצלה:


מאכט נישט קיין סענס, און איך האף אז עס איז נישט אמת, פשוט עס געשעט נישט פון איין טאג אויפ'ן צווייטען, מען נעמט נישט קיין טעסטס נאר אויב מען האט עפעס סימפטאמס, און איינער וואס האט שוין יעצט א טעסט פאזעטיוו, האט נעכטען שוין זיכער געהאט סימפטאמס און ער וואלט נישט געמעגט גיין צו קיין חתונה.
איך בין נישט חושד א איד אין זיין אזוי נאכלעסיג. ממש יעדער איינער ווייסט שוין איבער א וואך דערפון. ממילא פאר פורים האט נישט ממש יעדער געוואוסט דערפון זיך צי וואטשען פון אנשטעקן אנדערע.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7962
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מאנטאג מארטש 16, 2020 11:55 pm

אין וועסטפארט, ניו יארק, א קליין שטעטל פון 1,300 איינוואוינער אויפן גרעניץ פון ווערמאנט צווישן אלבאני, ניו יארק און מאנטרעאל, קאנאדע, זענען צוואנציג טעסטס צוריקגעקומען פאזיטיוו. מען האט גענומען 31 טעסטס...
צוגעלייגטע
Screenshot_20200316-235004__01.jpg
Screenshot_20200316-235004__01.jpg (604.14 KiB) געזעהן 495 מאל
לעצט פאראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום מאנטאג מארטש 16, 2020 11:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

מאניש בנבנשתי
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

תגובהדורך מאניש בנבנשתי » מאנטאג מארטש 16, 2020 11:56 pm

גערעדט מיט אן הצלה מעמבער, ער זאגט אז מען רעדט שוין פון הונדערעטער קאנפירמד קעיסעס, זיי קענען נאר נישט געבן קיין נעמען, ער זאגט אז עס גייט שוין נישט נעמען צו לאנג און יעדער וועט וויסן נעמען.

איך האף עס זאל נישט קאסטן אפילו א נפש אחת מישראל, דער אייבערשטער זאל שומר ומציל זיין! אבער מיר האבן לכאורה גוט פארשפעטיגט גאר קריטישע מאמענטן.
המגיד מקיטוב

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג מארטש 16, 2020 11:59 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
שמשון הגיבור האט געשריבן:פייער דעפ און סיטי מארשעל׳ס צווינגען יעצט צו פארשפארן הצלחה סופערמארקעט אין וומסב״ג נאכן ציילן דארט מער מענטשן ווי די ערלויבט.

עס איז נישט וועגן מער מענטשן ,נאר זיי דארפן פארשפארן 8 אזייגער
דאס מיינט אז מארגן וועט שוין זיין א פראבלעם חתונה צו האבן אין א חתונה זאל
די פאליס האבן פארמאכט א שעה צוריק די קול יעקב חתונה זאל אין פייוו טאונס אינמיטן א חתונה

הוילע שטותים. קיינער דארף נישט פארשפארן 8 אזייגער.

נאר היינט 8 אזייגער איז אריין אין קראפט אז רעסטוראנטן דארפן זיין פארשלאסן חוץ פאר טעיק אוט. אלעס בלייבט אפן, מ'קען נאר נישט עסן אין רעסטוראנטן.

שמחות איז טאקע א ריזן פראבלעם.

IMBZ
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

תגובהדורך IMBZ » דינסטאג מארטש 17, 2020 12:00 am

לעיקוואד האט געשריבן:
שמשון הגיבור האט געשריבן:כ׳ווייס נישט אויב צוויי, אבער איינס זעכער. די נאמען איז טאקע נישט וויכטיג צו שרייבן.. יענער איז אין א גוטע צושטאנד, ער איז אבער געווען א משתתף ביי די נעכטיגע חחונה אין קאנטינענטאל צווישן הונדערטער מענטשן, איך בין אויך געשטאנען נעבן אים איינמאל זעכער.

יאפ. דער וויירוס איז דא!

א קריטישער רוף פון חברה הצלה:


מאכט נישט קיין סענס, און איך האף אז עס איז נישט אמת, פשוט עס געשעט נישט פון איין טאג אויפ'ן צווייטען, מען נעמט נישט קיין טעסטס נאר אויב מען האט עפעס סימפטאמס, און איינער וואס האט שוין יעצט א טעסט פאזעטיוו, האט נעכטען שוין זיכער געהאט סימפטאמס און ער וואלט נישט געמעגט גיין צו קיין חתונה.
איך בין נישט חושד א איד אין זיין אזוי נאכלעסיג. ממש יעדער איינער ווייסט שוין איבער א וואך דערפון. ממילא פאר פורים האט נישט ממש יעדער געוואוסט דערפון זיך צי וואטשען פון אנשטעקן אנדערע.

ער שרייבט זיין דאקטאר האט אים געזאגט ער מעג ארומגיין ווייל עס איז לכאורה נישט קאראנע, אבער ליידער איז עס יא
לעצט פאראכטן דורך IMBZ אום דינסטאג מארטש 17, 2020 12:02 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » דינסטאג מארטש 17, 2020 12:01 am

זייער אינטערסאנטע simulator וויאזוי די וויירוס וועט זיך פארשפרייטן.

https://www.washingtonpost.com/graphics ... IFEMVl-0iY

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דינסטאג מארטש 17, 2020 12:02 am

לעיקוואד האט געשריבן:כ׳ווייס נישט אויב צוויי, אבער איינס זעכער. די נאמען איז מאכט נישט קיין סענס, און איך האף אז עס איז נישט אמת, פשוט עס געשעט נישט פון איין טאג אויפ'ן צווייטען, מען נעמט נישט קיין טעסטס נאר אויב מען האט עפעס סימפטאמס, און איינער וואס האט שוין יעצט א טעסט פאזעטיוו, האט נעכטען שוין זיכער געהאט סימפטאמס און ער וואלט נישט געמעגט גיין צו קיין חתונה.
איך בין נישט חושד א איד אין זיין אזוי נאכלעסיג. ממש יעדער איינער ווייסט שוין איבער א וואך דערפון. ממילא פאר פורים האט נישט ממש יעדער געוואוסט דערפון זיך צי וואטשען פון אנשטעקן אנדערע.

איר קענט נישט קיין פאקטן הרב לעיקוואוד.

מ'קען נעמען א טעסט אן סימפטעמס אויב מ'איז געשטאנען נאנט צו איינער וואס האט עס שוין, אפי' אויב דו האסט נישט קיין שום סימפטעמס.

מען באקומט די וויירוס אסאך פאר'ן זען סימפטעמס, און אסאך מאל זעט מען בכלל נישט קיין סימפטעמס.

מיכל הירש
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2015 11:52 pm

תגובהדורך מיכל הירש » דינסטאג מארטש 17, 2020 12:02 am

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:אנגעשטעקטע אין די פאראייניגטע שטאטן איז ארויף מיט כמעט 25% אין איין טאג, און טויטפאלן מיט נאנט צו דרייסיג פראצענט.

די ציפער פון אנגעשטעקטע אין קאנאדע איז געוואקסן מיט נאנט צו דרייסיג פראצענט אין איין טאג. די צאל טויטע איז ארויף פון איינס צו פיר.

פון וואו איז דאס?

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2458
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג מארטש 17, 2020 12:02 am

All selfish people who don’t want to bother their comfortable life should hear dr Berman how many people healthy without complications or history are so sick now. Not only 60 . Even 30 yr olds can take 6 weeks to recover from normal case. And he sees actual facts in his community, no statistics
שויתי ה' לנגדי תמיד

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5733
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דינסטאג מארטש 17, 2020 12:03 am

מאניש בנבנשתי האט געשריבן:גערעדט מיט אן הצלה מעמבער, ער זאגט אז מען רעדט שוין פון הונדערעטער קאנפירמד קעיסעס, זיי קענען נאר נישט געבן קיין נעמען, ער זאגט אז עס גייט שוין נישט נעמען צו לאנג און יעדער וועט וויסן נעמען.

איך האף עס זאל נישט קאסטן אפילו א נפש אחת מישראל, דער אייבערשטער זאל שומר ומציל זיין! אבער מיר האבן לכאורה גוט פארשפעטיגט גאר קריטישע מאמענטן.


שטארק נישט מסתבר אז איבער גאנץ אמעריקע זענען פארהאן ווייניגער פון 5000 קעיסעס, און אין ווילאמסבורג אליין איז דא הונדערטער קאנפירעמד קעיסעס.
רצונינו לעשות רצוניך.

נאך איינער
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

תגובהדורך נאך איינער » דינסטאג מארטש 17, 2020 12:04 am

IMBZ האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:
שמשון הגיבור האט געשריבן:כ׳ווייס נישט אויב צוויי, אבער איינס זעכער. די נאמען איז טאקע נישט וויכטיג צו שרייבן.. יענער איז אין א גוטע צושטאנד, ער איז אבער געווען א משתתף ביי די נעכטיגע חחונה אין קאנטינענטאל צווישן הונדערטער מענטשן, איך בין אויך געשטאנען נעבן אים איינמאל זעכער.

יאפ. דער וויירוס איז דא!

א קריטישער רוף פון חברה הצלה:


מאכט נישט קיין סענס, און איך האף אז עס איז נישט אמת, פשוט עס געשעט נישט פון איין טאג אויפ'ן צווייטען, מען נעמט נישט קיין טעסטס נאר אויב מען האט עפעס סימפטאמס, און איינער וואס האט שוין יעצט א טעסט פאזעטיוו, האט נעכטען שוין זיכער געהאט סימפטאמס און ער וואלט נישט געמעגט גיין צו קיין חתונה.
איך בין נישט חושד א איד אין זיין אזוי נאכלעסיג. ממש יעדער איינער ווייסט שוין איבער א וואך דערפון. ממילא פאר פורים האט נישט ממש יעדער געוואוסט דערפון זיך צי וואטשען פון אנשטעקן אנדערע.

ער שרייבט זיין דאקטאר האט אים געזאגט ער מעג ארומגיין ווייל עס איז לכאורה נישט קאראנע, אבער ליידער איז עס יא
צוגעלייגטע
20200317_000355.jpg
20200317_000355.jpg (504.15 KiB) געזעהן 367 מאל

מאניש בנבנשתי
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

תגובהדורך מאניש בנבנשתי » דינסטאג מארטש 17, 2020 12:06 am

בוידעם האט געשריבן:
מאניש בנבנשתי האט געשריבן:גערעדט מיט אן הצלה מעמבער, ער זאגט אז מען רעדט שוין פון הונדערעטער קאנפירמד קעיסעס, זיי קענען נאר נישט געבן קיין נעמען, ער זאגט אז עס גייט שוין נישט נעמען צו לאנג און יעדער וועט וויסן נעמען.

איך האף עס זאל נישט קאסטן אפילו א נפש אחת מישראל, דער אייבערשטער זאל שומר ומציל זיין! אבער מיר האבן לכאורה גוט פארשפעטיגט גאר קריטישע מאמענטן.


שטארק נישט מסתבר אז איבער גאנץ אמעריקע זענען פארהאן ווייניגער פון 5000 קעיסעס, און אין ווילאמסבורג אליין איז דא הונדערטער קאנפירעמד קעיסעס.



איך האב בלויז איין תשובה דערויף.
מה שלא יענה השכל, יענה הזמן.
המגיד מקיטוב

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2458
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג מארטש 17, 2020 12:07 am

בערמאן שרייעט ווי די פוילישע פליטים האבן געשריגן צו די אונגארישע און געווארן אויסגעלאכט אלס משוגעים.

איז עס צו שפעט שוין יעצט?

נישט אזוי פאני אז וויליאמסבורג האט מער קעיסעס אויף איינמאל, אז ביי אונז האט מען זיך אויסגעלאכט און אנגעגאנגען כאילו לא היה. מיין ווייב האט געטרייעט לעצטע וואך ביי א וויליאמסבורג חתונה נישט אזויפיל זיך צו קושן, די איז געווען די איינציגסטע אידיאט.... נישט אז ביי אונז אין קרית יואל איז בעסער
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2128
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דינסטאג מארטש 17, 2020 12:08 am

בוידעם האט געשריבן:
מאניש בנבנשתי האט געשריבן:גערעדט מיט אן הצלה מעמבער, ער זאגט אז מען רעדט שוין פון הונדערעטער קאנפירמד קעיסעס, זיי קענען נאר נישט געבן קיין נעמען, ער זאגט אז עס גייט שוין נישט נעמען צו לאנג און יעדער וועט וויסן נעמען.

איך האף עס זאל נישט קאסטן אפילו א נפש אחת מישראל, דער אייבערשטער זאל שומר ומציל זיין! אבער מיר האבן לכאורה גוט פארשפעטיגט גאר קריטישע מאמענטן.


שטארק נישט מסתבר אז איבער גאנץ אמעריקע זענען פארהאן ווייניגער פון 5000 קעיסעס, און אין ווילאמסבורג אליין איז דא הונדערטער קאנפירעמד קעיסעס.


איך ווייס פון מענטשן מיט סימפפטאמען וואס גייען זיך נישט טעסטן צוליב בושה, אדער כ'ווייס אליין נישט וואס, נאר זיי זיצן איינגעשפארט אינדערהיים.

קאנפורמד מאכט טאקע נישט קיין סענס, לכאורה גוזמא גדולה קתני, אבער מעגליך איז עס.
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דינסטאג מארטש 17, 2020 12:09 am

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:אנגעשטעקטע אין די פאראייניגטע שטאטן איז ארויף מיט כמעט 25% אין איין טאג, און טויטפאלן מיט נאנט צו דרייסיג פראצענט.

די ציפער פון אנגעשטעקטע אין קאנאדע איז געוואקסן מיט נאנט צו דרייסיג פראצענט אין איין טאג. די צאל טויטע איז ארויף פון איינס צו פיר.


געווען ערווארטעט. ווייל מען האט אנגעהויבן מער צו טעסטן.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7962
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דינסטאג מארטש 17, 2020 12:09 am

מיכל הירש האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:אנגעשטעקטע אין די פאראייניגטע שטאטן איז ארויף מיט כמעט 25% אין איין טאג, און טויטפאלן מיט נאנט צו דרייסיג פראצענט.

די ציפער פון אנגעשטעקטע אין קאנאדע איז געוואקסן מיט נאנט צו דרייסיג פראצענט אין איין טאג. די צאל טויטע איז ארויף פון איינס צו פיר.

פון וואו איז דאס?

1point3acres.com
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

צדיק בן צדיק
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

תגובהדורך צדיק בן צדיק » דינסטאג מארטש 17, 2020 12:13 am

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
מיכל הירש האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:אנגעשטעקטע אין די פאראייניגטע שטאטן איז ארויף מיט כמעט 25% אין איין טאג, און טויטפאלן מיט נאנט צו דרייסיג פראצענט.

די ציפער פון אנגעשטעקטע אין קאנאדע איז געוואקסן מיט נאנט צו דרייסיג פראצענט אין איין טאג. די צאל טויטע איז ארויף פון איינס צו פיר.

פון וואו איז דאס?

1point3acres.com


אנטשילדיגט: אבער איך קען נישט ליינען טשייניז׳עש...

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7962
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דינסטאג מארטש 17, 2020 12:14 am

דרוק אויפן מאסקירטן געזיכט. וועט זיך טוישן צו ענגליש.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א גוטן, גרינגער, יישר כח, מיושב'דיגער, פינחס און 75 געסט