"קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35247
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

דא האט די סטעיט ארויסגעלייגט אום מארטש 9 גענויע רולס פאר סקולס, וואס האט זיך היינט 3 טאג שפעטער געטוישט?
אטעטשמענטס
covid-19-p-12-school-guidance.pdf
(734.86 KiB) געווארן דאונלאודעד 84 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובה דורך abeg »

די גאװערמענט זאל ארױפלײגן א בען אז מ׳טאר נישט אנרירען קײן פאפירענע דוללערס ס׳טראגט ארים אזױ פיל קרענק
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובה דורך מים חיים »

אריינברענגן פסח מיט אפאר קלענערע קינדער אינדערהיים א גאנצען טאג אן קיין גרויסע טעכטער איז ממש סכנות נפשות
סאטמארע ווארטזאגער
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm

תגובה דורך סאטמארע ווארטזאגער »

ליידער מקויים געווארן ורדף אתכם קול עלה נדף ונסו מנוסת חרב ונפלו ואין רודף, וכשלו איש באחיו כמפני חרב ורודף אין:
זאג נאר, ווער האטעך געשטעלט פאר ווארטזאגער???
קול זעקה
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 9:49 pm

תגובה דורך קול זעקה »

שטייט אין די וואכעדיגע סדרה, ורחצו ידיכם ורגליכם 'ולא ימותו'.
718-480-5349
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובה דורך א גולם »

האבעך יעצט גערעט מיט א קאסטעמער וואס וואונט אין וועסטשעסטער זאגט ער מיר אז פורים ביינאכט האט ער געהערט מעגילה ליינען דורך א לייו סטרימאינג אן-ליין פין די ארטיגע חב"ד רב
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

גרעסערע שוהלן

תגובה דורך נקודהלע »

אין ליכט פון די פארבאט אויף גרעסערע פארזאמלונגען דא אין ניו יארק, בינעך נייגעריג וואס די גרעסערע בתי מדרשים וואס נעמען אריין טעגליך 2 - 3 - 4 טויזענט אידן ווי סאטמער, סקווירא, וויזניץ, פאפא און נאך וועלן טון.
אויב איינער האט אפדעיטס ביטע מעלדן.
שכח
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

תגובה דורך באקסער בוים »

סאטמארע ווארטזאגער האט געשריבן:ליידער מקויים געווארן ורדף אתכם קול עלה נדף ונסו מנוסת חרב ונפלו ואין רודף, וכשלו איש באחיו כמפני חרב ורודף אין:

פארוואס מיינסטו אז דער וויירוס איז נישט קיין רודף?
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובה דורך נחוניא »

נקודהלע האט געשריבן:אין ליכט פון די פארבאט אויף גרעסערע פארזאמלונגען דא אין ניו יארק, בינעך נייגעריג וואס די גרעסערע בתי מדרשים וואס נעמען אריין טעגליך 2 - 3 - 4 טויזענט אידן ווי סאטמער, סקווירא, וויזניץ, פאפא און נאך וועלן טון.
אויב איינער האט אפדעיטס ביטע מעלדן.
שכח

עס איז אויך א גרויסע פראבלעם פאר קליינע שוהלן
Facilities with an occupancy under 500 may be filled to only half capacity

א ביהמ"ד וואס מעג אריין גיין ליגאל 50 מענטשן, מעג יעצט נאר זיין 25
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

תגובה דורך באקסער בוים »

נקודהלע האט געשריבן:אין ליכט פון די פארבאט אויף גרעסערע פארזאמלונגען דא אין ניו יארק, בינעך נייגעריג וואס די גרעסערע בתי מדרשים וואס נעמען אריין טעגליך 2 - 3 - 4 טויזענט אידן ווי סאטמער, סקווירא, וויזניץ, פאפא און נאך וועלן טון.
אויב איינער האט אפדעיטס ביטע מעלדן.
שכח

מ'רעדט לכאורה פון זיין פארזאמעלט אין איין גרויסע צומער אדער זאל
אין אר"י ווי די פארבאט איז אויף 100 מענטשן מעגן אויך דאווענען עטליכע הונדערט אין איין שול קאמפלעקס ווילאנג אין דיעדע שטיבל דאווענען ווייניגער ווי 100 מענטשן
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

תגובה דורך נעם אין אכט »

למעלה משבעים האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:קען זיין ווייל זיי זענען מער פארגעשריטן און מען טעסט דארט דעם עולם, משא"כ טשיינע למשל זענען מסתם געווען פילע קעיסעס און טויטע וואס זענען קיינמאל נישט באשטעטיגט געווארן.

דאס איז גענוג הסבר? וואס איז מיט אנדערע לענדער? איז דאס וואס ערווארט אמעריקע ה"י?

איטאליע האט 1,000 טויטע פון בלויז 15 טוינזט באשטעטיגטע פעלער. רחל!

נעכטן האט איינער פון די העלט דעפארטמענט גערעדט צו קאנגרעס און ער האט געזאגט אז די פראצענטן שטייען ביי ארום איין פראצענט..
איי, דו אליינס האסט נישט קיין דאטא?..... די נאמבערס זענען דאך אזוי צימישט.. די איטאליענע נאמבערס זענען דאך איום ונורא...
איין זאך זעט מען קלאר אז מרעדט דא פון עפעס וואס איז כאטשיג צווישן צען און פערציג מאל מער טויטליך ווי די פלו... דער אויבערשטער זאל אפהיטן..


די באבל אין וואס עולם גולם האט געלעבט די לעצטע דריי וואכן איז עפעס למעלה מהשגתי..

וי"א להיפך...

---
דא אין מאנטריאל זע איך א צעטל אז אויב מען איז געווען אין קאנטאקט מיט איינע וואס קען זיין האט עס, אדער קומט פון די פלעצער ווי ס'איז שטארק פארשפרייט, זאל מען דיילן 811. אינטרעסאנט פארוואס אין אמעריקא איז נאך נישט פארהאן א ספעציעלע נומער דערפאר.

דאס איז געווען מיין משכל ראשון, אבער ליינענדיג דא און זעענדיג וואספארא ענגזייעטי דא גייט פאר פארשטיי איך עס פיין...

נישט קיין ספעציעלער נומער.
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובה דורך מים חיים »

נחוניא האט געשריבן:
נקודהלע האט געשריבן:אין ליכט פון די פארבאט אויף גרעסערע פארזאמלונגען דא אין ניו יארק, בינעך נייגעריג וואס די גרעסערע בתי מדרשים וואס נעמען אריין טעגליך 2 - 3 - 4 טויזענט אידן ווי סאטמער, סקווירא, וויזניץ, פאפא און נאך וועלן טון.
אויב איינער האט אפדעיטס ביטע מעלדן.
שכח

עס איז אויך א גרויסע פראבלעם פאר קליינע שוהלן
Facilities with an occupancy under 500 may be filled to only half capacity

א ביהמ"ד וואס מעג אריין גיין ליגאל 50 מענטשן, מעג יעצט נאר זיין 25

דאכציך אז די עולם איז נישט מקפיד אויף max occupancy

אלעס וועט אנגיין אזויוואו ביז היינט ביז וואולאנג סאיז נישטא קיין פאליציי ביים טיר
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

תגובה דורך באקסער בוים »

אין אר"י פאלגט מען די נייע גזירה פון מאקסימום 100 מענטשן?

וואס גייען אלע קהילות אין אר"י טון דעם שבת?

איז דא איינער וואס געט אכט ביי חתונות למשל אז ס'זאלן נישט זיין דארט מער ווי 100 מענטשן?

איז דא א שטראף פאר א זאל אייגענטומער אדער מחותנים אויב ס'איז יא דא א גרעסערער ציבור?

ארץ ישראל'דיגע ניקים, אויב מעגליך ענטפערן.
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובה דורך פ' לך לך »

לענ"ד וואלט כלל ישראל געדארפט אננעמען כאטש די פאלגענדע רולס.

א. ווען מען קומט פון גאס זאל מען זיך סענעטייזן די הענט, אנשים נשים וטף.
ב. נישט ארויספארן פונעם שטאט ווי מען וואוינט, אויסער אויב ס'דרינגענד וויכטיג.
ג. עלטערע אידן און די וואס האבן א שוואכע אימיון סיסטעם, קימפעטארינס ביז דריי חדשים, זאלן בלייבן איינגעשפארט אינדערהיים.
ד. בעפאר מען גייט אין מקוה זאל מען גיין אין שאוער, אין נישט אריינלאזן צופיל מענטשן אויפאמאל.
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

תגובה דורך זינגער »

אין א"י לאזט מען נישט אריין איעדעם ביי די חתונה אויפאמאל, די מענטשן וואס ווארטן אריין צו גיין טאנצן דערווייל אויפן גאס ביז די אנדערע מענטשן קומען ארויס.

ווער קען ברענגן די קליפס?
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

תגובה דורך באקסער בוים »

זינגער האט געשריבן:אין א"י לאזט מען נישט אריין איעדעם ביי די חתונה אויפאמאל, די מענטשן וואס ווארטן אריין צו גיין טאנצן דערווייל אויפן גאס ביז די אנדערע מענטשן קומען ארויס.

ווער קען ברענגן די קליפס?

ווער נעמט קער דערפון? די פאליס? דער עולם פאלגט אליינס?
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

תגובה דורך חלב ישראל »

ביז ווען וועלן די משוגעת'ן אנהאלטן? כ'מיין ס'גייט קומען צו א פוינט וואו מ'גייט איינזעהן אז ס'איז א חלק פון לעבן, פונקט ווי די פלו און פארקילעכץ.
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

תגובה דורך נקודהלע »

נחוניא האט געשריבן:
נקודהלע האט געשריבן:אין ליכט פון די פארבאט אויף גרעסערע פארזאמלונגען דא אין ניו יארק, בינעך נייגעריג וואס די גרעסערע בתי מדרשים וואס נעמען אריין טעגליך 2 - 3 - 4 טויזענט אידן ווי סאטמער, סקווירא, וויזניץ, פאפא און נאך וועלן טון.
אויב איינער האט אפדעיטס ביטע מעלדן.
שכח

עס איז אויך א גרויסע פראבלעם פאר קליינע שוהלן
Facilities with an occupancy under 500 may be filled to only half capacity

א ביהמ"ד וואס מעג אריין גיין ליגאל 50 מענטשן, מעג יעצט נאר זיין 25

שבת דאכט זיך איז אין די אלע בתי מדרשות יא דא מער ווי די נומער מענטשן, נישט מער, אסאך אסאך מער. ונזכה ונחיה ונראה.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובה דורך פ' לך לך »

חלב ישראל האט געשריבן:ביז ווען וועלן די משוגעת'ן אנהאלטן? כ'מיין ס'גייט קומען צו א פוינט וואו מ'גייט איינזעהן אז ס'איז א חלק פון לעבן, פונקט ווי די פלו און פארקילעכץ.


ס'איז נישט ממש אזוי. היינט צוטאגס וועט יעדער וואס האט א שוואכע אמיון סיסטעם גיין נעמען א פלו שאט. ווען נישט, וואלט געווען א קאטאסטראפע יאר יערליך רח"ל. מיט קאראנע, וואס איז אזוי קאנטעיזשעס און ס'איז נישטא קיין וואקסין דערפאר, איז די מצב גארנישט אזוי פויגלדיג. און ווי מער מען קען דאס קאנטראלירן, אלס ווייניגער פאטאליטעיטן וועלן זיין.
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

תגובה דורך לייבעלע הירש »

אינטערוויו: קאראונע עפידעמיע תש"פ: "נישט פאניקן, די סינק וואסער איז געזונטער פון די געבאטעלטע וואסער" - אנווייזונגען פון הצלה מעמבער
אינטערוויו: קאראונע עפידעמיע תש"פ: "נישט פאניקן, די סינק וואסער איז געזונטער פון די געבאטעלטע וואסער" - אנווייזונגען פון הצלה מעמבער:הרב אברהם מאיר פאללמאן, לעגענדארער הצלה מעמבער ‎
https://www.yiddish24.com/interviews/12/15416


ער רעדט אזוי צום זאך
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובה דורך איסר האטלקי »

לייבעלע הירש האט געשריבן:אינטערוויו: קאראונע עפידעמיע תש"פ: "נישט פאניקן, די סינק וואסער איז געזונטער פון די געבאטעלטע וואסער" - אנווייזונגען פון הצלה מעמבער
אינטערוויו: קאראונע עפידעמיע תש"פ: "נישט פאניקן, די סינק וואסער איז געזונטער פון די געבאטעלטע וואסער" - אנווייזונגען פון הצלה מעמבער:הרב אברהם מאיר פאללמאן, לעגענדארער הצלה מעמבער ‎
https://www.yiddish24.com/interviews/12/15416


ער רעדט אזוי צום זאך

ער רעדט טאקע צום זאך, אבער געוויסע זאכן קען ער נישט די פשוטע פאקטן, ווי למשל אז ס'נעמט צווישן 5 ביז 14 טעג פאר די וויירוס ארויסצוקומען. 14 איז די שפעטסטע צייט, נישט די פריסטע צייט ווי ער זאגט.
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

תגובה דורך גלות איד »

זינגער האט געשריבן:אין א"י לאזט מען נישט אריין איעדעם ביי די חתונה אויפאמאל, די מענטשן וואס ווארטן אריין צו גיין טאנצן דערווייל אויפן גאס ביז די אנדערע מענטשן קומען ארויס.

ווער קען ברענגן די קליפס?

דא
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובה דורך פער בריסטאו »

אין טשיינע די ארבעט דארט איז שוין מער ווייניגער אלעס צוריק הער איך
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובה דורך יש ברירה »

Israeli Research Center to Announce It Developed Coronavirus Vaccine, Sources Say

Scientists at the Biological Research Institute are making significant breakthroughs in understanding the virus, the sources say, but a long process of pre-clinical and clinical trials is to follow
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3991
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובה דורך לעכטל »

איז דא א קאדינעשן פון אלע אידישע איינגעלעגענהייטן.... וואס צו טוהן מיט די שילן, מוסדות...?
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
פארשפארט

צוריק צו “קאראנא וויירוס”