וויכטיגע קלארשטעלונג - חזרו ויסדום

אויפנאמס צימער

אחראי: אחראי

אוועטאר
arender
Site Admin
תגובות: 1326
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2006 10:17 pm

וויכטיגע קלארשטעלונג - חזרו ויסדום

תגובהדורך arender » מאנטאג ינואר 17, 2022 2:21 pm

א גוטן טייערע חברים כל אחד בשמו הטוב יבורך.

מיר גייען נישט אריינגיין אין קיין דיסקוסיעס איבער וואס "דער רבי" האט געהאלטן אדער וואס "דער גאון" האט געזאגט וכדומה.

היות די וועבזייטל געהערט און ווערט אנגעפירט דורך אידן יראים ושלמים וועלכע געהערן אן צו די עדה הקדושה סאטמאר און מיר גייען אין די וועגן וואס רביהקוה"ט זי"ע האט אונז געלערנט, איז ביי אונז זיינע ווערטער די "תורה הקדושה", פינטל.

עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז אויף אונזער וועבזייטל האט נישט קיין פלאץ קיין שום ווארט וואס קען ווערן אויסגעטייטשט אפי' אלס א שמץ פון ציונות ואביזרייהו, אריינגערעכנט נייעס איבער די פאליטישע פירער אדער פאליטישע נייעס פון די וואס זיצן אין די כנסת המינים אדער אינערליכע רייבערייען אדער וואס אימער.

ווילן מיר קלארשטעלן דא איינמאל און דאס זאל דינען אלס א לעצטע ווארענונג:
עס איז נישט ערלויבט צו שרייבן קיין "שום" מיינונג איבער סיי וואספארא טעמע בנוגע די מדינה הטמאה און איר פאליטיק אדער פאליטישע פירער - אריינגערעכנט חרדי'שע. אזוי אויך קיין שום דעבאטעס איבער ווער וואס און ווען איבער די טמא'נע מדינה סיי פאליטיש און סיי פריוואטע. כש"כ איז נישט ערלויבט צו שרייבן אויף זייער טמא'נעם שפראך, און אודאי ואודאי נישט נאכברענגען וואס זיי האבן געשריבן, צו דורך ק"פ אדער סקרין שאטס.

לדוגמא: אז דער ראש הכופרים איז געווארן אנגעקלאגט, איז דאס א טרוקענע נייעס, אבער מער פון דעם איז נישט ערלויבט. נישט קיין מיינונגען וויאזוי עס גייט גיין ווייטער וכדו', און אודאי נישט דעבאטירן יא גערעכט, נישט גערעכט, נרדף, וכדומה, וכל שכן ביזן געבן הילף וד"ל.

אויב א חבר הכנסת המינים האט געטוהן א מעשה מצוה, אפי' א סיום הש"ס, איז עס אויך נישט ערלויבט צו שרייבן.

אויב א מנהיג הקהילה האט געזאגט, אויפגענומען אדער געטון, סיי וואס, ווען עס האט מיט די מדינה אדער פאליטיק ארום, איז עס אויך נישט ערלויבט דא.

טרוקענע נייעס איבער פאליטיק אדער געזעצן וכדומה איז דערווייל ערלויבט "אן בילדער" און וועט זיך ווענדן וויאזוי עס וועט געשריבן ווערן.

מחאות קעגן יחידים, אפי' ציונים וכופרים איז נישט ערלויבט כפי תקנות המקום.

מחאות אנקעגן די עצם נגף הציונות איז ערלויבט אין די תורה פארום'ס.

ויה"ר שלא יצא מכשול מתחת ידינו.

צוריק צו “ברוכים הבאים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט