בלאט 3 פון 12

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 11, 2007 12:19 am
דורך איך_הער
דעי פיקטשער, מיט דעם היינטיגן נייעם משתמש, איז גאנץ א גוטער פאר.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 11, 2007 10:46 am
דורך שאלאכטץ
אפשר קענען זיי חתונה האבן..

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2008 6:19 am
דורך ברסלב
עליכם השלום.

איך האב אמאל געפרעגט א רוסישען ייד וואס מיינט עס, די ווערטער "עליכם השלום" (זיי אלע קענען עס. אלס "שלום עליכם" דער שרייבער וואס איז זייער באוואוסט דארט).

זאגט ער מיר "וואס הייסט? 'שלום' מיינט פריוויעט (שלום, כפשוטו) 'עלייכם' איז 'חלעב' ('א לחם' - ברויט)...

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2008 10:59 am
דורך קרעמער
גוט גוט.

יין-שרף שלום (שלום מיינט פרידן, און יין-שרף ברוינפן - מיר קענען דאס גוט... אלס משקה המשכר וחמר מדינה)

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2008 5:34 pm
דורך דארפסמאן
שלום עליכם ר' מעכל (דער שניידער) מיר ווארטן שוין אזוי לאנג אויף דיר, מאך דיך היימיש אין הייב אן צי נייען

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 31, 2008 10:19 am
דורך אויסגעקוועטשטע לימענע
ווי אזוי גייט עס דא ביי ענק אין קרעטשמע, מ'דארף זיך פארשטעלען צו באקומען א שלום עליכם? אדער שרייבען כאטש צען טויזענט הודעות (ווי אזוי זאגט מען דאס ארויס אויף אידיש?)

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 31, 2008 10:29 am
דורך דארפסמאן
שלום אליכם מיסטער לעמאן

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 31, 2008 10:31 am
דורך abimlaibt
אה שלום עליכם, אויסגעקוועטשטע לימענע (אוי די האנט טוט מיר וויי),
זאג דו גייסט אלץ אריינסיינען מיט דעם ניק? פרוביר עפעס קורצער, א שטייגער ווי 'פעדעקס' האט געטאן
זיי האבן אויך געהאט א לאנגע נאמען אמאל, אבער נאך פיל דרוק האבען זיי געקאט, אפשר וועסטו דיך
אויך בארעכענען, אבער אין ס'מין טיין זעצט אייך און נעמט אייך צו ס'מלאכה,
נ.ב. הודעות זאגט מען אין אידיש תגובות.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 31, 2008 10:33 am
דורך אויסגעקוועטשטע לימענע
אהא איך האב געמיינט "מעסעדזש"

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 23, 2008 2:50 pm
דורך אבאמא09
שלום עליכם ווילדער-טערק, אין אויך אלע נייע חברים, מאכטס אייך באקוועם, איך האב מיר נאך נישט אינגאנצען באקוועם געמאכט, אבער איך האף איר וועט זיך שנעלער באקוועם מאכן.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 12:25 pm
דורך יעקעלע פוקס
עליכם שלום
אגיטע שנאפס היצט וואלט גיט געווען
איז דא ערגעץ מזונות אויך דא (אדער איך בין נישט אויפן ריכטיגן פלאץ?)

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 18, 2008 3:15 pm
דורך סאכדעס
מזונות איז דא אין קרעטשמע, שנאפס אין פארברענגן.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 18, 2008 5:10 pm
דורך יעקעלע פוקס
שקויעך סאכדעס
אבער האסט מיך געלאזט הינגערן 5 טעג, הזאת נעמי?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 18, 2008 7:22 pm
דורך איך_הער
נעמי איזער טאקע נישט, אבער סאכדעס? שוין איינמאל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2008 1:00 pm
דורך סאכדעס
איכער, דיך לאז איך הונגערן נאר צוויי טעג ;l;p- ;l;p-

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 1:49 pm
דורך איך_הער
שיינע זאך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2008 1:38 pm
דורך מיללער
בשם כל חברי קהילתינו ובאי בית מדרשינו ומשתתפי פורום על הצדיקים, וויל איך מקדם זיין בברכה די חשוב'ע געסט כל אחד בשמו ובניקו יבורך, וואס נעמען אנטייל און דע פארומס, ותשועה ברוב יועץ, יהא בואכם לברכה ולהרמת קרן התורה והיהדות בתוכינו.

ובמיוחד החברים הנקובים בניקתם ה"ה; ר' יעקעל פוקס, היודישיסט, ר' גד ור' משה וסליחה למי ששכחתי ניקו.

שלום עליכם וברוכים הבאים.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2008 3:48 pm
דורך יעקעלע פוקס
שיינע זאך רעב מילער צי זאגען שאמאללייכעם באדע 200 כמעט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2008 4:44 pm
דורך מיללער
יעקל,
איך בין אין פעקל,
נאדיר א קניפ אין בעקל,
איך טוה אן דעם הוט און רעקל,
בעטנדיג א מחילה טשעקל,


איך גלייך צו מאכן א כל הנערים, פארשטייסט? ווארט איך ביז עס זאמעלט זיך אן אפאר חברה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2008 4:46 pm
דורך יעקעלע פוקס
האסט מיך געמאכט שמייכלען
מחול לך מחול לך מחול לך

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2008 3:19 am
דורך שטרויזאק
שאלעמאלייכעם ר' שטרוי.
קומטס אריין נעמטס א בענקל מיט א גלעזאלע שנאפס און לאמיר מאכן א לעבן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2008 8:02 am
דורך יעקעלע פוקס
גיטמארגען זאק!
שלום עליבם, כ'זעה האסטעך אליין באקוועם געמאכט, נישט קשה, ביזט אויף א גיט פלאטזצץ

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2008 12:18 pm
דורך סלונימער
פארוואס האט מען אויפגעהערט צו באגריסן די נייע מיטגלידער פונעם פורום מיטן הארציקן "שלום עליכם"?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2008 1:02 pm
דורך יעקעלע פוקס
א הארציגען שלום עליכם מיין טייערער ידיד הרב סלונימער שיחי' עמו"ש
קימט אריין אין מאכט אייך היימיש כאפט אריין א וואדקע אדער וואס
לחיים לחיים

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2008 4:34 pm
דורך שטרויזאק
איך בין א גר ותושב,
אן אלט-געזעצענער ליינער און א נייער (עווענטואלער) שרייבער.
איך קען שוואך טייפן און איך האב א אידישע קיבארד נאר אינדערהיים.
אבער מיט די ענקארעדזשמענט פון מיינס א פריינט האב איך באשלאסן פרובירן אביסעלע מיין מזל אפשר וועל איך געוואר ווערן אז איך קען אביסעלע שרייבן.

נ,ב, עס איז איז מיר א כבוד צו געהערן צו די חשובע חבורה,
לאמיר מאכן א לעבן.