בלאט 2 פון 12
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 02, 2007 12:14 pm
דורך Anonymous
שלום עליכם איך בין ניי דאהי
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 02, 2007 12:18 pm
דורך מאשקע
עליכם שלום, א-לי. מאך דיך היימיש דא.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 02, 2007 1:49 pm
דורך קרעמער
אלי;
שלום עליכם!
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 02, 2007 1:53 pm
דורך איך_הער
איך זע אלי, דערמאן איך מיך פון אלי עלעפאנט, נאך איינער דא אזוי?
עניוועי שלום עליכם, ערעב אלי', זענט איר אפשר א קרוב מיט יעקב אלי' בראך? ער הייסט אויך אלי'.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 04, 2007 2:28 pm
דורך Anonymous
א גרויסן ישר כח פאר אלע שלום עליכם'ס עס איז מיר געווען א גרויסע חיזוק,
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 04, 2007 3:13 pm
דורך cano
איך_הער האט געשריבן:איך זע אלי, דערמאן איך מיך פון אלי עלעפאנט, נאך איינער דא אזוי?
(טאמער ווילסטי באמת וויסען,העל איך דיר ענטפערען, און טאמער איז עס סתם א פראגע, דאן איגנאריער מיין ענטפער)
איך ווייס נישט, אבער איך נישט
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 05, 2007 4:03 pm
דורך סאכדעס
ווער איז דאס אלי עלעפאנט?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 05, 2007 11:44 pm
דורך איך_הער
פארגעט אבאוט איט, ס'איז פון א קינדער טעיפ, זעט אויס אז ס'איז נישט געווען אזוי פאפולער ווי יאסעלע פליט.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 06, 2007 11:44 am
דורך סאכדעס
כאילו יוסעלע פליט האביך זיך יא צוגעהערט צו געדענקן וואס ער זאגט.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 01, 2007 11:34 pm
דורך בני היכלא
עליכם השלום, אלע קרעטשמערירערס,
ב"ה איך האב נאך דערלעבט אנצוקומען לעבעדיג צו די קרעטשמע, אזא זאווערוכע וואס בוזשעוועט אינדרויסן, גלייבטס מיר ברודער מיינע, אין מיינע פופציג יאר אלץ בעל עגלה, האב איך דאכט זיך אזאנס נאכנישט געזען, מיין אלטער קראנקער פערד קוים וואס ער אטעמט נאך, נעבעך, אשאד ער זאל נישט אוועקפאלן, דאס איז דאך מיין גאנצע חיונה, וויפיל דאס קליקט שוין, האטס אים אינזין ביים גלעזל שנאפס, לרפואת סוסתא בת חמשין, איך האב אליינס געהערט פון מיין גרויסע רבי זאל זיך אוודאי מיעהן פאר מיר, אה דער גרויסער רבי, האט ער געזאגט וואס חברים ביים טרינקן פויעלן אלץ, קען נישט קיין צדיק הדור פויעלן, לאמיר אויך זיך צוזעצן דא צו אייך טייערע ברודער, זייטס אזוי גוט זייטס מיך מקרב, איך בין נישט קיין גרויסער טרינקער, נאר אביסעלע וואדקע, תזכו למצוות
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 18, 2007 9:39 am
דורך מיללער
ברוך הבא ר' מאיר, קרא עליה, המאיר לקרעטשמע ולשרייבערס עליה ברחמים!
---------
א דאנק פאר די אפטייקער פירמע וואס רופט זיך "נאוורדיס"
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 19, 2007 11:21 am
דורך איזאק
אוי וויי, 9/11/01 איז נאכאמאל דא... ראטעוועט !
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 06, 2007 6:22 pm
דורך בעל הבית
שלום עליכם אייך אלע!
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 06, 2007 6:23 pm
דורך קרעזי
שלום עליכם טייערער בעל הבית. מיר ווארטן מיט אנגסט און צוביסענע נעגל צו הערן פון אייך אפאר ווערטער.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 06, 2007 6:30 pm
דורך מאשקע
א רחמנות אויף די באלעבאסטע. זי האט היינט אנגעגרייט סאפער, גענוי ווי יעדן טאג...זי חלומ'ט נישט אז היינט ארבעט מען לענגער...
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 06, 2007 8:32 pm
דורך סאכדעס
וואסערע פאני זאך דא קומט פאר??? מיר זאגן פאר'ן באלעבוס ברוכים הבאים, מה נפשך....
עניוועי, יהא בואך לזרעכ ולהרמת קרן הגרויזאמער והחסידות.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 07, 2007 2:40 pm
דורך michow
test
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 07, 2007 2:44 pm
דורך מיללער
מיכה-מוך באלים!
בראווא די טעסט איז אייזן געלונגען, צאפ-צאראפ-צאפ! יאללא פאנג אן שרייבן אבער שוין.
מ'דארף דא נישט קיין ראוד-טעסט א ריטטען-טעסט איז פונקט גענוג.
נא היידא, אויף וואס ווארטסטו? ביסט דאך מעיזשאר איך זעה עס אויפן טעסט מיט די חתימה דיינע.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 07, 2007 2:45 pm
דורך צייטליך
אוי וויי, דער ערל "מיכאו" איז אויך דא ?
יעצט וועט מען אים באצאלן פארן אויסרודפן בחורים אין ישיבה על לא עול כפם, די ברענגסט מיר אויף זכרונות פון עטליכע יאר צוריק ווען מיר זענען געזיצן ביני עמידה דגירסה און עוסק געווען מיט'ן זיך שלאגן מיט דעם מיכאו,
יעצט זעה איך הערשט דיין חתימה, יא יא, טאקע פון עמען רעד איך, כ'אב נישט געגלייבט אז כ'האב אזוי גוט ציגעטראפן.
יהא זכרו מונח.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 07, 2007 3:23 pm
דורך michow
מר צייטליך אין מר מיללער
איך מיז אייך זאגן אז איך גדענק נאך וואס איר האט מיר געטהן אין איצטערט איז גקומען מיין טשענס צי געבן
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 07, 2007 4:39 pm
דורך מיללער
מר מיכה, האלט דיך נישט אפ, גיב צוריק זאפארט!
נעמליך אז איר גדענקט נאך היצט, פילייכט וועט איר שפעטער פארגעסן, זאגאר אז האט נישט בדעה אזוי.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 07, 2007 8:38 pm
דורך לחיים ולברכה
עמיר זיך נעמען דאס מיה און אויסשטרעקן דאס רעכטע האנט פאר'ן טייערן באלעבוס. שלום עליכם!!!
ערשט אפאר טעג האמיר זיך אויך געגעבן דאס האנט, אבער דאן איז דאס געווען ביזנעס הענט.... דא עמיר זיך געבן די הענט וואס איז פארשמירט מיט אידיש בלו.. כ'מיין בראנפן. לאמיר זיך אנידערזעצן כ'ברענג דיר שוין א קען קאלע סאודע (איך האבעס נישט ליעב, געדענקסט?.......). גרויזאמער, סינאך דא אין פרידזשידער? גיי טשעק, אבער שנעל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 12:36 pm
דורך פאטאקי08
עליכם השלום
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 10, 2007 10:21 am
דורך שאלאכטץ
טעסט'ל זאל זיין געזונט
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 10, 2007 11:21 am
דורך לחיים ולברכה
שאלאכטץ, דו דערשרעקסט מיך.....
כדי ס'זאל נישט פארגעסן ווערן עלעכעס אראפברענגן דא: