בלאט 6 פון 12
פארעפענטליכט: שבת נובמבר 21, 2009 6:09 pm
דורך שטארק זיך
עליכם שלום, קר"ש
שרייבדזשע נאר אפאר שעהנע ארטיקלן, וועלן מיר קאנען 'קרישמע' ליינען.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 06, 2009 2:27 am
דורך גיי_ווייס
שששלום עעעלכים
איך דריי מיך דא ארים ווי א האן בני אדם
ווי גייט מען, ווי קימט מען, בקיצר ווי באוועס מען זיך דא
איך האף אז איך וועל מעך קענען מיט כאפן מיט די
געשמאקע קרעמל דא

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 06, 2009 10:26 pm
דורך סאכדעס
ס'עפעס א האן אין בני אדם? גיי ווייס,,...... אפשר ווי א האן אין קרעטשמע, אהה דאס רעדט שוין עפעס ווערטער.
קוק זיך נאכאביסעלע אום, און דייוו אריין.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 10, 2009 2:33 pm
דורך גימעל
שלום איך בין נאך אלס ניי.
איך וויל נאך וויסן:
ווען כ'וויל עפענען א אשכול אין וועלכע פארום עס צו עפענען?
איז שוין דא א אשכול דערוועגן?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 10, 2009 6:17 pm
דורך קרעמער
עליכם שלום ר' גימעל
ווען איר האט א טעמע פאר א פרישע אשכול, האלט אייך נישט צוריק פון גרינדן אן אשכול דערוועגן. די מנהלים וועלן דאס שוין צופירן צום פאסיגן פארום, אדער צוזאמשטעלן מיט אן עקזיסטירנע אשכול איבער די זעלבע טעמע.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 13, 2009 4:35 pm
דורך גימעל
א דאנק קרעמער טייערער.
איך בין נישט א אשכול יעגער, וואס איז אינטערעסירט צו עפענען ווי מער אשכולות.
בס"ה וויל איך אסאך מאל וויסן אינפארמעישאן אויף א געוויסע זאך, אדער בין איך גענויטיגט אין הילף, וויל איך וויסען וואו עס נאכציזוכען, אויב מ'רעדט שוין דערפון, און אויב זע איך אז מ'רעדט נישט דערפון ווי איז דער פאסיגער פלאץ אז איך זאל עס ארויפברענגען.
מיט פיל דאנק א צופרידענער קרעטשמעריסט, גימעל.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 13, 2009 5:09 pm
דורך ארעסטאנט
הערשט יעצט אנגעמערקט דעם אשכול איז יעצט וואונטש איך; פרידן'ס צו אייך תושבי הקרעשטמע!
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 13, 2009 9:56 pm
דורך גימעל
פארוואס ארעסטאנט טראכסטע אזוי?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 13, 2009 10:15 pm
דורך גימעל
סארי פארן באדערן אזויפיל.
ווער נעמט קעיר פונעם הויפט בלאט? ווער איז אחראי אויף די נייעס דארט וואס איז נאכנישט געווארן גע'אפדעיט זייט ח"י תשרי דהאי שעתא?
האט עס א סיבה? רעדט מען ערגעץ דערפון?
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 14, 2009 2:23 pm
דורך גימעל
רעדט מען? ווער רעדט? איר רעדט! איינער ענטפערט? קיינער.....
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 15, 2009 2:35 pm
דורך גימעל
איך האט געשריבן: ווער נעמט קעיר פונעם הויפט בלאט? ווער איז אחראי אויף די נייעס דארט וואס איז נאכנישט געווארן גע'אפדעיט זייט ח"י תשרי דהאי שעתא?
האט עס א סיבה? רעדט מען ערגעץ דערפון?
ווייסט איינער עפעס דערוועגן?
ווי זאגט נאר גרויזאמער? ס'דאך טויט דא, את החי אנכי מבקש, הגידה נא לי "הגידה נא לי", איפה הם רועים (קרעדיט מ.ב.ד.)
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 25, 2010 1:34 pm
דורך שיך
שלום עליכם
עליכם השלום
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 27, 2010 1:55 pm
דורך אקעי
שלום עליכם , איך בין שוין דא
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 27, 2010 9:31 pm
דורך וויכטיג מאכער
אקעי, דו ביסט שוין דא! שאלעמאלייכעם...
ביסט אקעי?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 02, 2010 3:20 pm
דורך פארדינט
א גרויסן שכח ארענדאר קודם פארן ארבעטן אזוי שווער אונז צי געבן אזא אויסגעהאלטענע פלאץ ווי צי פארברענגען, אין א עקסטערע שכח פארן מיר ארויס העלפן אריינקומען דא, ס'זאל דיר זיין צי מצוה.
שלום אליכם טייערע, חבירים,ידידים, חסידים ואנשי מעשה,
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 14, 2011 3:04 pm
דורך ''דער מוח''
וואו איר זעט, מיט איך א גאסט, איך וואלט געוואלט אריין טרעטן דא אונעם ווערטץ הויז, מיטן רעכטען פוס בשטומ''צ, איך ווייס נאר נישט וואו אנצופאנגען, וואלט אין געוואלט בעטן פון די וועטראנען, וואס שרייבן שוין דא, זייט די בראשית יארן, אז אז מען זאל מיר אנווייזען, את הדרך אשר יליכו, ואת המשה אשר יעשין,
בכל הכבוד
בריגשי תודה,
דער מוח
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 14, 2011 3:15 pm
דורך פונקטליך
שלום עליכם
מ'דארף גארנישט וויסן
נעם דיך ליינען און ווען די האסט צו שרייבן שרייב.
ווען די האסט צו זאגן אן ליינען זיכט מען קודם צו מ'רעדט שוין פון די ענין אויב נישט עפן א אשכול (אויפמערקזאם: נישט עפענען א אשכול פאר יעדע קלייניגקייט, ס'איז די אסאך כלליות'דיגע אשכולת ווי מ'קען שרייבן).
נאך עפעס?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 14, 2011 3:27 pm
דורך ''דער מוח''
קודם יישר כח, פאר די אויפנאמע,
עס זעט עפעס אויס וואו איר איילט זיך א ביסל, איך האב נאך א סאך צו פרעגן, אבער איך קלער מען זאל עס איבערלאזן אויף א רואיגער מיניט'קעלע
פונקטליך האט געשריבן:שלום עליכם
מ'דארף גארנישט וויסן
נעם דיך ליינען און ווען די האסט צו שרייבן שרייב.
ווען די האסט צו זאגן אן ליינען זיכט מען קודם צו מ'רעדט שוין פון די ענין אויב נישט עפן א אשכול (אויפמערקזאם: נישט עפענען א אשכול פאר יעדע קלייניגקייט, ס'איז די אסאך כלליות'דיגע אשכולת ווי מ'קען שרייבן).
נאך עפעס?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 14, 2011 3:28 pm
דורך דארפסמאן
שלום עליכם ''דער מוח''
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 16, 2011 11:03 am
דורך ''דער מוח''
דארפסמאן האט געשריבן:שלום עליכם ''דער מוח''
אליכם השלום, הרב דארפמאן, וואס מאכט איר עפעס?
איך זע אז איז זענט א וועטראן שרייבער, דא און די היימישער קרעשמע, דעריבער וואלט איך אייך געוואלט פרעגן,
איך וואלט זייער געוואלט עפענען א אשכול בהענין SEO Search engine optimization
פארוואס? זייער גוט געפרעגט,
ווייל רוב ביזנעסער וואס פארמאגן א וועב זייטל, קענען דאס ניצן, און די קרשעמע זיצער קענען באמת הנאההאבן דערפון
אפשר וואלט איר מיר געקענט מיט דעם ארויס העלפן?
יישר כח
''דער מוח''
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 16, 2011 11:10 am
דורך פונקטליך
דאכצעך מיר אז אין
די אשכול רעדט מען דערוועגן, אדרבה, אז די האסט צו זאגן/פרעגן שרייב אין די אשכול און דער עולם וועט הנאה האבן
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 15, 2011 1:02 pm
דורך א וויליאמסבורגער איד
העלא טייערע אידן! כ׳האף די עולם וועט מיך מקרב זיין…
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 15, 2011 1:04 pm
דורך באמבאסטיש
שלום עליכם!
ביי מיר ביסטו שוין מקורב
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 15, 2011 1:24 pm
דורך jkup50
שלום עליכם ווילאמסבורגער יוד, סוועט נישט נעמען צי לאנג אין די וועסט מקרב זיין אנדרע
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 15, 2011 3:50 pm
דורך א וויליאמסבורגער איד
באמבאסטיש,
דזעי קעי,
ישר כח פאר די שיינע אויפפנאמע!
איך האף אז עטץ וועטס אלע הנאה האבען פון מיר.