בלאט 1 פון 52

ברוכים הבאים

געשריבן: דאנערשטאג יוני 22, 2006 10:37 pm
דורך arender
שלום עליכם אייך גוטע אידן, קומט אריין מאכט אייך באקוועם, און באקענט זיך מיט אונזער /אייער נייע קרעטשמע.

די נייע קרעטשמע ווערט געפירט דארוך די זעלבע הנהלה ווי אין די אלטע קרעטשמע וואס שטייט איבער א יאר און ב"ה ס'האט זיך צו וואקסען אויף די לענג און אין דער ברייט עד אפס מקום , האבען מיר אויפגעבויעט א נייע שיינע גרויסע קרעטשמע אנגעפולט מיט אלעם גוטען גרייט אייך צו סערווירען מיט וואס מעגליך.

עס איז צום האפען אז איר וועט הנאה האבן, און געבן אנדערע הנאה ..

מיט דאנק.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2006 9:03 pm
דורך איך_הער
איך קוק מיך אזוי ארום , קיינער טאקע ממש קיינער האט נישט געענטפערט עליכם השלום , איך וועל ענטפערן ,

עליכם השלום , ליבער ארענדאר , ס'זעט אויס דו האסט אויסגעוועלט א גוט פלאץ , והא ראיה אז רוב מנין און רוב בנין פונעם אלטען קרעטשמע , האבן אהער געמופט , טענק יו ווערי מאטש .

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2006 9:55 am
דורך פענסטער
דיסארדער נאמבער איינס...

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2006 1:22 pm
דורך איך_הער
איז דא א וועג צו לאזן וויסן פענסטער'ן אז ס'באדערט מיך נישט , און איך מאך מיך נישט וואוסנדיג , אן דעם וואס איך זאל עפעס צוריק שרייבן ?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2006 1:41 pm
דורך סאכדעס
קענסט שרייען אזוי הויך, אזש סיזאל אנקומען צו זיינע אויערן, כ'מיין אז איר וואוינט נישט אזוי ווייט.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2006 1:47 pm
דורך איך_הער
אבער אויב איך וועל שרייען הויעך אז ס'באדערט מיך נישט , וועט ער מיר לכאורה ענטפערן , אדער אמת באדערט , אדער שקר באווייזט , איך וויל אים פלעין נישט ענטפערן , און דאך זאל ער וויסן , אז איך האב עס געזען , און זיך נישט וואוסנדיג געמאכט , וואלסטו ווען געטוהן די ארבעט פאר מיר ?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2006 1:49 pm
דורך סאכדעס
מ'קען רעדן דערפון, כ'קלער אז כעל מאכן מיט דיר א דיעל אין די נאנטע טעג.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2006 1:50 pm
דורך איך_הער
איי רילי עפרישיעטעט , טענק יו , יו סא נייס ,

Re: ברוכים הבאים

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2006 7:39 pm
דורך פענסטער
arender האט געשריבן:שלום עליכם אייך גוטע אידן, קומט אריין מאכט אייך באקוועם, און באקענט זיך מיט אונזער /אייער נייע קרעטשמע.


די נייע קרעטשמע איז...
[img]http://masoret.hevre.co.il/hydepark/upload08/060530_205126-1521_24%20שעות.gif[/img]

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 12:01 am
דורך איך_הער
ווען דו לייגסט עס ווען גראד ביים אנפאנג , וואלסטו מיך געשפארט בזיונות פון מיין דיסארדער .

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 9:50 am
דורך פענסטער
און דו ווילסט מיך נאך איינרעדן אז ס'באדערט דיר נישט...

זאג נאר, האסט נישט געהאט בעסער וואס צו טון צוועלעווע זייגער ביינאכט ווי קומען מעלדן אז איך וואלט דיר געשפארט בזיונות?

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 10:28 am
דורך סאכדעס
לויט ווי מיר קוקט אויס פון א ווייטן בליק, האבן פענסטער און איך הער די זעלביגע דיסארדערס, און הפלא ופלא, קוקט וויאזוי זיי הרג'נען זיך ארום.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 2:12 pm
דורך איך_הער
פענסטער האט געשריבן:און דו ווילסט מיך נאך איינרעדן אז ס'באדערט דיר נישט...

זאג נאר, האסט נישט געהאט בעסער וואס צו טון צוועלעווע זייגער ביינאכט ווי קומען מעלדן אז איך וואלט דיר געשפארט בזיונות?

איך האב געזען איינעם באהאלטן האב איך געוואלט זען צו די ביסט עס .

סאכדעס האט געשריבן:לויט ווי מיר קוקט אויס פון א ווייטן בליק, האבן פענסטער און איך הער די זעלביגע דיסארדערס, און הפלא ופלא, קוקט וויאזוי זיי הרג'נען זיך ארום.

קענסט מן הסתם די ווערטל , בלוט זאל זיך גיסן אבער שלום זאל זיין , אדער די אנדערע ווערטל , אבי נישט צווישן יודן .

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 2:17 pm
דורך פענסטער
סאכדעס האט געשריבן:לויט ווי מיר קוקט אויס פון א ווייטן בליק, האבן פענסטער און איך הער די זעלביגע דיסארדערס, און הפלא ופלא, קוקט וויאזוי זיי הרג'נען זיך ארום.


לויט וויאזוי ס'קוקט מיר אויס, האסטו ביחלאל נישט אזא ווייטע בליק.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 2:19 pm
דורך סאכדעס
דו מיינסט צו זאגן אז כ'קען דיר פון די נאנט?

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 2:21 pm
דורך פענסטער
איך מיין צו זאגן, אז די גאנצע סיבה פארוואס דו האסט געשריבן די תגובה, איז געווען סתם צו הייבן די מספר הודעות דיינע, דו לעבסט דאך אין א שרעק אז איינער גייט דיך איבעריאגן.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 2:57 pm
דורך סאכדעס
ככככאאאאככככאאא
ווי איז גרויזאמער? הא? איך לעב אין שרעק? קיינמאל, יאך האב נאר מורא פון גאט אליין.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 4:37 pm
דורך פענסטער
נו! נו! איך וועל ארויסגעבן פון די ארכיוון די שמועסן וואס איך האב געהאט די לעצטע צוויי טעג, ווי דו רעדסט דיך אפ אז 'איך הער' האט אנגעפאנגן צו האקן תגובות רעכטס און לינקס, און דו האסט מורא אז ער גייט דיך נאך איבעריאגן.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 4:38 pm
דורך יאנאש
יא יא גיב ארויס.

(איך האף נאר אז פאר דו שמועסט זאגט עס די 'יור קאלל מייט בי מאניטערט אר ריקארדעד)

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 4:48 pm
דורך פענסטער
אי"ה, לכל זמן ועת. לאמיר נאר זעהן צו יעצט וועט ער נאך אלץ וועלן פארלייקענען.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 18, 2006 4:09 pm
דורך איך_הער
שלום עליכם , לא לנו , איך וואלט געקענט באשטיין צו וויסן , צו דו ביסט דער ערשטער לא לנו צו דער צווייטער , יישר כח פון פאראויס , ( נישט ענטפערן דא , משום הרואה )

געשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2006 12:52 pm
דורך סאכדעס
פענסטער האט געשריבן:אי"ה, לכל זמן ועת. לאמיר נאר זעהן צו יעצט וועט ער נאך אלץ וועלן פארלייקענען.

דו רעדסט ווי א לוזער, לאמיר זעהן געב ארויס די שמועסן.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2006 1:02 pm
דורך פענסטער
אקעי, זאלסט נישט זאגן איך האב דיר נישט געווארנט.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2006 1:05 pm
דורך סאכדעס
שריי נישט וויין נישט ווארן נישט, געב ארויס און פארטיג.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2007 2:12 pm
דורך סאכדעס
ברוכים הבאים פיין שמעקער, שליטא זאלסט אלעמאל פיין שמעקן ,און מיר זאלן אויך הנאה האבן דערפון.