בלאט 1 פון 1
בשורה טובה ומשמחת
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 10, 2008 3:44 pm
דורך גוטזאגער
נאך פיל מיטשעריי און פעגעריי האב איך גע'פועל'ט ביים טאלאנטפולע שרייבער 'מנשה לוסטיג' זיך אריבער צו ציען דא אהער.
נאך אין א קורצע צייט וועט ער דא זיין, און מיר נעמען אים אויף בשתי ידים, נאך וואס ער האט ממאס געווען אינעם אלטן בלאג, און גענומען דא א ישוב צווישען 'היימישע'..
מזל טוב! און וועלקאם
[אלץ גוטע חבר און שליח פונעם גאסט, בעט איך דעם ציבור, אים אויפנעמען ווי עס פאסט. אז ס'זאל זיין ווערט מיין ארבעט און בקשות ביז יעצט. כ'האב עהם מבטיח געווען אז ס'וועט זיין היימיש דא]

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 10, 2008 4:29 pm
דורך קרעמער
מיינע ארעמעס זענען ברייט צועעפענט. מנשה איכה?
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 10, 2008 4:33 pm
דורך איך_הער
גם אני מצטרף.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 10, 2008 6:51 pm
דורך מאשקע
איך ווארט דאך שוין אויף אים אזוי לאנג. יבא יבא, זאל ער שוין קומען. וואס וועט זיין אז ער וועט קומען? יום גילה, יום רנה, יום דיצה, יום חדוה, גילה רנה דיצה וחדוה יבא אלינו. (קרעדיט: זושא שמעלצער).
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 10, 2008 6:58 pm
דורך קאפ-שטיק
העלא עוורי וואן!
זאגטס מיר ווי כ'זאל מיך קווארטירן דא, כלומר, אין וועלכע אפטיילונג זאל איך מיך אריינזעצן, אינעם פארברענגען אינעם קרעטשמע, אדער גאר גלייך צום סמעטענע..
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 10, 2008 6:59 pm
דורך קאפ-שטיק
אוי, כ'האב פארגעסן צו מעלדן עט מי אנוכי
מ.נ.ש.ה.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 10, 2008 7:06 pm
דורך איך_הער
אה א גוטן מנשה, אדער קאפ שטיק, וואס איז נייעס? וואס מאכסטו?
וואו דו זאלסטעך באזעצן? ס'הייסט וואו? סידעך דא אזויפיל אפשענ'ס, דו הייב נאר אן, גיי אויף א סדר, קום אריין אין קרעטשמע, און הייב אן צו האקן שטיקער, און אז ס'וועט זיין צודערזאך, וועטעס שוין אנקומען צו די סמעטענע, כאטש נישט אפט, אבער וואונס אין א ווייל, נעמט מען קער.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 10, 2008 7:10 pm
דורך מאשקע
שלום עליכם און ברוכים הבאים הרב מנשה לוסטיג. לאז הערן דיין קאפ-שטימע.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 10, 2008 9:49 pm
דורך לחיים ולברכה
אה, דו ביזטעס? דו קליינע קריכער........ אופס, סארי.
בארעכאבע, מאך דעך באקוועם, טודעכויס די קויט און לאדעך הערן.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2008 9:45 am
דורך גוטזאגער
אה, מ'הערט שוין פון מנשה דא.
ר' מנשה די זעסט ווי דער עולם ווארט קוים אויף דיר, ווי ביסטו?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2008 11:13 am
דורך צייטליך
גאמאני מצטרף בברכה,
א גוט יאר ר' מנשה - קאפ שטיק, קיין סאך האב איך פון דיר נישט געליינט, אבער געהערט האב איך יא, מיר ווארטן אויף דיר דא.
שלום עליכם, יהא בואך לברכה ולהרמת קרני הקרעטשמע.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2008 11:21 am
דורך דארפסמאן
אויף אזא קאפ שטיק האב איך מיך נישט געראכטען
.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2008 1:24 pm
דורך קאניאק
מנשה ,
די חברה זאגען אז די הייסט (די פאלשע ניק)מנשה
אבער איין זאך זעה איך אז ווי דו גייסט ווערט ליסטיג
ענדזשוי יאר סטעי