בלאט 4 פון 29

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 29, 2011 12:16 am
דורך סאדע_באטל
איינער דארף שנעל גיין מעלדן געלעגער אז מען קען יעצט שרייבן...

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 29, 2011 12:22 am
דורך פייוול הנקרא 5'איש
איך פרעג באמת, פארוואס לאזטי מיר אנגיין מיט מיין ניק ווען עס דא א פייווישעל (האסט מיר גראדע געשיקט אישי פין די מעגליכקייט צי.. אבער ביז דערווייל כאילו לא היה)
בשעת'ן אויפסיינען האב איך נישט געוויסט אז סדא א ניק בדומה, איז דא א מעגליכקייט צי טוישן די ניק ? אויב יא איי עם רעדי..
עניוועי ישר כח פארן מיר לאזן עקזיסטירען

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 29, 2011 12:31 am
דורך leiby
דאס עפענען קען אריינגיין אין די היסטאריע פון קרעטשמע

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 29, 2011 7:26 am
דורך קרעמער
פייוול הנקרא 5'איש האט געשריבן:איך פרעג באמת, פארוואס לאזטי מיר אנגיין מיט מיין ניק ווען עס דא א פייווישעל (האסט מיר גראדע געשיקט אישי פין די מעגליכקייט צי.. אבער ביז דערווייל כאילו לא היה)
בשעת'ן אויפסיינען האב איך נישט געוויסט אז סדא א ניק בדומה, איז דא א מעגליכקייט צי טוישן די ניק ? אויב יא איי עם רעדי..
עניוועי ישר כח פארן מיר לאזן עקזיסטירען

דיר רופט מען פייוול און יענעם פייווישעל

אויב ווילסטו לפנים משורת הדין טוישן ניק, קענסטו אויפהערן שרייבן מיט דעם ניק און מאכן א פרישע (מיר טוישן נישט קיין ניקס)

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 29, 2011 8:25 am
דורך ווינקל
פשי! וואס דער פליגעלע האט דא אנגעווערטשאפט!

טוישן א ניק דאכציך קען נאר ארענדער (אבער וומ) אמאל פלעגט מען עס טאן כמו ווען דער קליינער איז גרויס געווארן האט מען עם א נאמען געגעבן מאשקע וכו'. שפעטער ווען עס האט געברענגט אן ערבוביא, האט מען עס אפגעשטעלט.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 29, 2011 10:46 am
דורך איך_הער
א פליג קענאך אנווערטשאפטן פיל מער פון דאס.

באט פאר קרעמער קומטצעך א טאמבס אפ, קודם האטער געהאט א פלאץ ווי ביז היינט האטצעך קיינער נישט אריין געשטיפט די נאז, און געווענליך גלייכט א מענטש אזא פלאץ זייער שטארק, און ער האטעס אויפגעגעבן פון זיין אייגענעם ווילן, צווייטענס, וואסיז עולה על כלנה, אז ער געט אפ דין וחשבון ווי א טאטעלע, האטעץ שוין אמאל געזען א מנהל אפגעבן דין וחשבון פאר עלטערן פארוואס ער טוט דאס פארוואס ער טוט יענץ? (ווער רעדט נאך פאר קינדער???????? דאסיז נאר א טשעפע פארווער ס'נעמטעס פערסענעל])

עניוועי, שיינע זאך קרעמער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 01, 2011 11:25 pm
דורך קרעמער
דער ניק "געדילד" איז מכובד צו מאכן א פרישע, ווייל מיר פארמאגן א מיטגליד "געדולד"

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 02, 2011 12:36 pm
דורך ניק ניק
קרעמער האט געשריבן:דער פרישער ניק "קוק ווינקל" זאל מוחל זיין אויפקומען מיט עפעס אנדערש, ווייל עס קען זיך פארטוישן מיטן אלטגעזעסענעם ניק "ווינקל"

ואתכם הסליחה


סתם פאר אינטערסאנטקייט; איך בין געווען דער באגאבונד וואס האט זיך געוואלט פארשלייערען אינעם ווינקל נישט וויסינדיג אז דער אלט(?)געזעסענער(!) דרייט זיך דארט...

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 02, 2011 12:59 pm
דורך קרעמער
ניק ניק האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:דער פרישער ניק "קוק ווינקל" זאל מוחל זיין אויפקומען מיט עפעס אנדערש, ווייל עס קען זיך פארטוישן מיטן אלטגעזעסענעם ניק "ווינקל"

ואתכם הסליחה


סתם פאר אינטערסאנטקייט; איך בין געווען דער באגאבונד וואס האט זיך געוואלט פארשלייערען אינעם ווינקל נישט וויסינדיג אז דער אלט(?)געזעסענער(!) דרייט זיך דארט...

וועל איך דיר דערציילן נייעס, אז "ניק ניק" איז אויך נישט אזוי שנעל באשטעטיגט געווארן, נאר נאכן פרעגן רשות ביי "ניק"! (אן אלטער שרייבער וואס רופט זיך שוין נישט אן)

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 06, 2011 3:24 pm
דורך קרעמער
"קאצקע" איז פארמעקט געווארן צוליב א שר החמשים ניק "קאצקע צוקער"

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 1:23 am
דורך קרעמער
וואס קען מען טוהן אז דער איד ליינט נישט דא?

נאכן אויסמעקן "קאצקע" קומט ער צוריק מיט "קאצקע צוקער" אויף ענגליש...

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 9:25 am
דורך ים רויבער
איך האב שוין לאנג געוואלט פרעגן פארוואס זאל מען נישט שיקען פאר דעם יעניגען א לינק צו דיזע אשכול
איך געדענק ווען איך האב מיר איינגעשריבן האב איך אויך געהאט די זעלבע פראבלעם און הגם איך פלעגט רעגעלמעסיג ליינען די אקטיווע אשכולות האב איך עפעס נישט באמערקט די אשכול אין איך האב מיר געבראכען קאפ וואס האב איך נישט גוט געטוהן ביז איך האב געטרייט מיט מיין איצטיגען ניק

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 11:20 am
דורך קרעמער
עס איז צו א גרויסע טירחא צו שרייבן א בריוול פאר יעדן

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 11:22 am
דורך באמבאסטיש
די זעלבע גרויסע טירחא ווי שרייבן א תגובה אין דעם אשכול.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 11:23 am
דורך קרעמער
דו ביסט אמאל געווען אויף מיין זייט פונעם טיש אז דו ווייסט מיט אזא ברירות?

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 11:30 am
דורך באמבאסטיש
מען דארף נישט זיין אויף דיין זייט עס צו קענען זאגן מיט א ברירות.

יעדער וואס האט שוין אמאל געשריבן א תגובה, אדער א פרייוואטע הודעה ווייסט צו זאגן מיט א ברירות וואספארא גרויסע טירחא עס איז... און ווי אויך ווייסט מען מיט א ברירות אז שרייבן א תגובה און שרייבן א פרייוואטע הודעה איז גענוי די זעלבע טירחא, אדער עכ"פ א גאר קליינע אינטערשייד.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 12:07 pm
דורך קרעמער
אהא.

אז דו רעדסט מיט אזא ברירות קען איך מיך ניטאמאל דונגן מיט דיר.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 12:12 pm
דורך ווינקל
דאס דארף מען רעדן מיט ארענדאר אז ווען א ניק ווערט נישט/יא באשטעטיגט זאל אטאמאטיש א שנעל לויפער כאפן א פערד מיט א פארזיגעלטע בריוועלע און איבערגעבן די החלטת האקרו"ט אין די האנט אריין פונם באטרעפענדער ניק

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 12:13 pm
דורך באמבאסטיש
@קרעמער; לאמיר שוין זאגן אז ס'איז יא א גרויסע טירחא, נו פארדעם זענט איר דאך מנהל... דאס מיינט דאך "נושא בעול" זיין פארן ציבור.

---

עניוועי, טוט ווי איר פארשטייט... נאר ווען איך האב געזעהן אז איר שרייבט אז שיקן א פרייוואטע הודעה איז א גרויסע טירחא, האב איך עס אנגעקוקט היפש מאדנע.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 12:41 pm
דורך דארפסמאן
איך האלט אז א ניק וואס האט נאך גארנישט געשריבען (אדער כמעט נישט) און איז נישט אריינגעסיינט פאר ש שטיק צייט זאל ווערן פארמעקט כדי די נאמען זאל ווערן עוועלעבל פאר א צווייטן

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 2:09 pm
דורך שנאפס
ברענג עס ניטאמאל אויף... די קרעטשמע וועט פארלירן בערך 2 טויזנט מיטגלידער...

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 2:12 pm
דורך שטארק זיך
דארפסמאן האט געשריבן:איך האלט אז א ניק וואס האט נאך גארנישט געשריבען (אדער כמעט נישט) און איז נישט אריינגעסיינט פאר ש שטיק צייט זאל ווערן פארמעקט כדי די נאמען זאל ווערן עוועלעבל פאר א צווייטן

און צוליב דעם בין איך היינט דער אויסשליסליכער אונער און אפערעיטער פון דעם בארימטן דארפסמאן ניק...

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 2:38 pm
דורך קרעמער
אמאל איז גרינגער געווען צו מעלדן אין דעם אשכול, היינט אז עס איז אפן איז עס געווארן א גאנצע קאפ דרייעניש...

און איך האב אויך גוטע נייעס: דער קאצקע און קאצקע-צוקער האט זיך פארשאפט א פרישע ניק און ער איז שוין אנגענומען!

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 2:40 pm
דורך דארפסמאן
שנאפס האט געשריבן:ברענג עס ניטאמאל אויף... די קרעטשמע וועט פארלירן בערך 2 טויזנט מיטגלידער...


בעסער 500 שרייבערס ווי 2000 שטימע מענטשן

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 2:45 pm
דורך גימעל
קרעמער האט געשריבן:און איך האב אויך גוטע נייעס: דער קאצקע און קאצקע-צוקער האט זיך פארשאפט א פרישע ניק און ער איז שוין אנגענומען!

איז דאס דער חדר אינגעל?