Advertisement

אויפנאמס צימער
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג אפריל 28, 2014 6:26 pm

'ערליכע דיין' דאיען איז דא נאר דא איינער.. עלובה עיסה....
'עיגרק'
'שששש'
זענען נישט אנגענומען, די אקאונטס ווערן פארמעקט, ביטע זוכען א נארמאלע אנדערע ניק. דאנקע.

Advertisement

דינסטאג מאי 06, 2014 11:42 am

'משv' איז נישט מאושר.

'נישט גע'דאגה'ט' מיר האבן אן אקטיווע מעמבער 'נישט געדאגה'ט'

מאנטאג מאי 12, 2014 12:32 pm

'שמאול' איז נישט אנגענומען.

מאנטאג מאי 12, 2014 12:43 pm

סאכדעס האט געשריבן:'שמאול' איז נישט אנגענומען.

פארוואס וועגן ס'אמאראצעס?

מיטוואך מאי 21, 2014 12:00 pm

דאס אויך, און אויך צוליב מיר האבן שוין שמואלס.

דומץ ארויס, כ'מייין צוזאגן נישט אנגענומען.

א ישיבה בחור איז נישט אנגענומען, אונזער פאליסי איז קעגן בחורים...

מיטוואך מאי 21, 2014 12:36 pm

אפשר מאכט מען אזא זאך אז א ניק וואס האט זיך איינגעשריבען מער ווי יאר און האט נאך 0 תגובות זאל פארלירען זיין מעמבערשיפ ומלכותו יתנו לרעותו הטוב ממנו
ווייל ס'דא אסאך גוטע נעמען וואס זענען אויסגעכאפט אבער די חברה ניצען עס נישט אפי'...

מיטוואך מאי 21, 2014 12:38 pm

א ניק וואס מ'ניצט נישט ווען געווענליך ווערן אפראווד ווען א צוויטער קומט מיט דעם זעלבן אדער נעליכן נאמען וויבאלד די מנהלים (סאכדעס) ווייסן נישט אז ס'עקזיסטירט אזא ניק.

מיטוואך מאי 21, 2014 12:42 pm

אוטש כ'דארף מיך נעמען האקן שטיקער כדי די מנהלים זאלן מיר גוט געדענקען
---
בד"וו סאכעדס דעם ישיבה בחור וואלסטו געדארפט אננעמען און גוט אנפראקן פאר'ן אריינקומען אינמיטן זמן

מיטוואך מאי 21, 2014 12:44 pm

וואס הייסט? די מנהלים קענען נישט מאכן א סיערטש צו זעהן אויב ס'איז פאראן אזא נאמען?

מיטוואך מאי 21, 2014 12:49 pm

און אויב עס אביסל אנדערש געספעלט? אויב איך וועל זיך למשל יעצט מאכן א נייע ניק "האלטן קאפ" וועלן די מנהלים עס מסתם מאשר זיין אפילו ס'איז דא ניק "האלט קאפ" ווייל זיי ווייסן/געדענקן נישט אזא ניק.

מיטוואך מאי 21, 2014 1:21 pm

סאכדעס האט געשריבן:א ישיבה בחור איז נישט אנגענומען, אונזער פאליסי איז קעגן בחורים...

אלטע בחור איז יא געווען אנגענומען
האב איך געוואלט מאכען א חילוק צווישען אן אלטע בחור און א ישיבה בחור
אבער דא זעה איך אז עס איז שוין דא א ישיבה בחור אויך
memberlist.php?sk=c&sd=a&username=%2A%D7%91%D7%97%D7%95%D7%A8%2A&icq=&aim=&yahoo=&msn=&jabber=&search_group_id=0&joined_select=lt&count_select=eq&joined=&count=&mode=searchuser
מוז מען ענטפערען אז כאן קודם כינוס כלל ישראל כאן לאחר כינוס כלל ישראל

דאנערשטאג מאי 22, 2014 10:34 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:א ניק וואס מ'ניצט נישט ווען געווענליך ווערן אפראווד ווען א צוויטער קומט מיט דעם זעלבן אדער נעליכן נאמען וויבאלד די מנהלים (סאכדעס) ווייסן נישט אז ס'עקזיסטירט אזא ניק.

די זעלביגע נאמען ממש, וועט די סיסטעם נישט לאזן רעגיסטרירן.

דאנערשטאג מאי 22, 2014 10:41 pm

לכאורה האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן:א ניק וואס מ'ניצט נישט ווען געווענליך ווערן אפראווד ווען א צוויטער קומט מיט דעם זעלבן אדער נעליכן נאמען וויבאלד די מנהלים (סאכדעס) ווייסן נישט אז ס'עקזיסטירט אזא ניק.

די זעלביגע נאמען ממש, וועט די סיסטעם נישט לאזן רעגיסטרירן.

נישט קיין ווינדער יעדע שטיק צייט האט מען טענות אויפן "סיסטעם".

מיטוואך מאי 28, 2014 6:16 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:און אויב עס אביסל אנדערש געספעלט? אויב איך וועל זיך למשל יעצט מאכן א נייע ניק "האלטן קאפ" וועלן די מנהלים עס מסתם מאשר זיין אפילו ס'איז דא ניק "האלט קאפ" ווייל זיי ווייסן/געדענקן נישט אזא ניק.

דער סדר איז ווען עס קומט א ניק וואס עס דאכצאך מיר אז עס איז דא ענדליך, דאן מאך איך א סערטש אויפ'ן יסוד הניק, למשל ביי 'האלטן קאפ' העט איך ווען געזוכט פאר 'האלט' אדער פאר 'קאפ', און כ'לאז צו א שטערנדל אנהויב און סוף, דאן קומט ארויף אלע וואס ענטהאלטן דאס וואס כ'זוך מיט רינגס און ארום אויך.

דאן אויב איז דאס א ניק וואס האט שוין נישט אריינגעסיינט פאר עטליכע חדשים, און נישט געשריבן גארנישט, ווערט יענער אויסגעמעקט, און דער נייער קריגט דין קדימה. אויב האט ער יא געשריבן, אבער איז שוין נישט דא געווען פאר איבער א יאר, דאן ווערט ער אויס אקטיוו, און דער נייער באקומט זיין ארט.

יישר כוח סאכדעס פאר די אינטערוויו.

וויאזוי שפירט איר זיך צו שרייבן די תגובה?

סאכדעס: גוט.

הי הי הי.

מיטוואך מאי 28, 2014 6:38 pm

'א נשמה' מיר האבן 'נשמה'לען אליינס.
'משה'לה' נישט מאושר כמה משה'עס איכא בשוקא...
'אַ גרינער' מיר האבן שוין צופיל גרינס.

מיטוואך מאי 28, 2014 7:01 pm

סאכדעס האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן:און אויב עס אביסל אנדערש געספעלט? אויב איך וועל זיך למשל יעצט מאכן א נייע ניק "האלטן קאפ" וועלן די מנהלים עס מסתם מאשר זיין אפילו ס'איז דא ניק "האלט קאפ" ווייל זיי ווייסן/געדענקן נישט אזא ניק.

דער סדר איז ווען עס קומט א ניק וואס עס דאכצאך מיר אז עס איז דא ענדליך, דאן מאך איך א סערטש אויפ'ן יסוד הניק, למשל ביי 'האלטן קאפ' העט איך ווען געזוכט פאר 'האלט' אדער פאר 'קאפ', און כ'לאז צו א שטערנדל אנהויב און סוף, דאן קומט ארויף אלע וואס ענטהאלטן דאס וואס כ'זוך מיט רינגס און ארום אויך.

דאן אויב איז דאס א ניק וואס האט שוין נישט אריינגעסיינט פאר עטליכע חדשים, און נישט געשריבן גארנישט, ווערט יענער אויסגעמעקט, און דער נייער קריגט דין קדימה. אויב האט ער יא געשריבן, אבער איז שוין נישט דא געווען פאר איבער א יאר, דאן ווערט ער אויס אקטיוו, און דער נייער באקומט זיין ארט.

יישר כוח סאכדעס פאר די אינטערוויו.

וויאזוי שפירט איר זיך צו שרייבן די תגובה?

סאכדעס: גוט.

הי הי הי.

אריין אינעם אשכול פון וואס וואלט איר געפרעגט פונעם אינטערוויוער.

מיטוואך מאי 28, 2014 7:05 pm

הי הי הי זאגט ווער?

מיטוואך מאי 28, 2014 8:38 pm

סאכדעס האט געשריבן:'א נשמה' מיר האבן 'נשמה'לען אליין 'אַ

וואס האט איינער געוואלט דערמיט
קוים עפעס חיות
וואס בין איך אויב נישט נשמה פון איי-וועלט.
האסט געוואלט ווערן מיין ברודער
טראכט אריין וויאזוי מ'וואלט תגובה'ט צו דיר
א נשמה האט געשריבן
און מיין גאנצער ישייות וועט זיין סך קלענער
אמת טאקע ביסט 'א נשמה' איך בין מודה. אבער דאך וויאזוי האסטו געטראכט איבערצונעמען אזוי נשמירנישדיר מיין עצם חיות. נאכדעם וואלט איך שוין אליין נישט געוואוסט ווער איך בין.
איין סאו סארי פאר יו באט...
איך... עם... יא...
כ'ווייס נישט פונקטליך
עהע... ס'איז אומאנגענעם אביסל
אבער איך מיין, עהע... איך האב זיך דא אויפגעבויעט מיין אימפעריע. און מיט דיין ניק וואלסטו מיר געשטאנען אין וועג
שטעל דיך פאר איינער הייסט 'א נשמה' און איך וואלט געפילט אביסל פרייליך אז איך האב דא א ברודער. אבער איך עהע... איך מיין... עהע... כ'מיין... כ'קען עס נישט געהעריג מסביר זיין... סע... סע... סע... סניש... נו...
איך שפיל דא ווי א 'נשמה' און נאכדעם וועסטו שרייבן אויך אזוינע נשמה'דיג תגובות?
וועט דיך יעדער באזונגען.
אפילו ווען איינער באזונגט איינעם "דיין תגובה איז אזוי נשמה'דיג" גיט מיר עס א קיצל.
איך הייב אן טראכטן אז איך פארשטיי שוין די מחלוקה צווישן ברודערס...
שוין וואס קענסטו טון. און וואס קען איך טון.
סשוין דא דא א נשמה
א זיסע נשמה. אמאל גייט ער אויף די נערווען.אמאל איז ער פאני. אמאל שרייבט ער שטורמיג. אמאל לאכעדיג. שטייסט?
ס'א כאראקטער. איך האף אז דו וואונטש מיר נישט דעם... איך וויל נאך לעבן...

און אויך שכח פאר סאכדעס שליט"א
וואס האא מיך ממש געראטעוועט
כל המציל נשמה אחת מישראל כאילו קיים איי-וועלט מלא
קענסט מאכן 'הארציג' 'הארציגקייט' 'געפיל'
'געפיליש' 'געפילישער'
נפש איז שוין דא
הייליגער איז שויו דא
קוים תגובות
הייליגער האט דא באזוכט לעצט
זונטאג יוני 27, 2010 1:51 pm
בקיצור וואס נאך קענסטו מאכן
איך האב געטראכט פון 'תמימות' תמימות'דיגער' אבער ס'שוין דא א 'תמים' דא באזוכט לעצט
זונטאג מאי 23, 2010 10:32 pm
דן בן חושים עקסיזטירט נאכנישט
ווא'נאך
גדי בן סוסי עקזעסטירט שוין
אבער לעצט באזוכט
דאנערשטאג דצמבר 12, 2013 12:12 pm
פדהצור עקזיסטירט נאכנישט
גמליאל האט געשאפן דא אויף איי-וועלט פאר צוויי יאר דערנאך איז ער אוועקגעפארן.
און אזוי ווייטער
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום מיטוואך מאי 28, 2014 9:23 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מיטוואך מאי 28, 2014 9:17 pm

נשמי, ביסט צוקער!

מיטוואך מאי 28, 2014 10:12 pm

געלעגער האט געשריבן:הי הי הי זאגט ווער?

לאכן לאכט דער לעצטער.

מיטוואך מאי 28, 2014 10:21 pm

תרנגול האט געשריבן:נשמי, ביסט צוקער!

"דיין תגובה איז אזוי נשמה'דיג"

מיטוואך מאי 28, 2014 10:27 pm

זאכליך האט געשריבן:
תרנגול האט געשריבן:נשמי, ביסט צוקער!

"דיין תגובה איז אזוי נשמה'דיג"

ענדליך איז איינער אביסל זאכליך דא

פרייטאג יוני 13, 2014 3:03 pm

'יואל'
'יאנקל'
'000'
זענען נישט מאושר, זייער פראפייל איז פארמעקט געווארן.

דאנערשטאג יוני 19, 2014 12:36 pm

'א פשוטער איד'

מיר האבן שוין 'אַ פשוטער איד'.

מיר מעקן די ניק, איר קענט עפענען א פרישע ניק.

דאנערשטאג יוני 19, 2014 4:57 pm

'unknown' ווער? מיר נעמען דאס נישט אן. מיט אנטשולדינג.

מיר מעקן די ניק, איר קענט עפענען א פרישע ניק.
שרייב א תגובה

Advertisement