בלאט 5 פון 29
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 3:01 pm
דורך שנאפס
חדר אינגלעך האבן געווענליך ליב צו כאפן די קאצקע צוקער
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 3:03 pm
דורך splenda
איך בין עס
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 3:32 pm
דורך שמן למאור
הרב קרעמער, אויב איך קליינער שמויגער דא בחצרות הקרעטשמע מעג מיך אנרופן, וואלט איך געוואלט פארשלאגן א (ערע)פלאן, פונקט ווי ווען דער ניק ווערט אקטיוויזירט באקומט ער אן אימעיל אז זיין ניק איז אקטיווירט, זאל ער פינקט אזוי באקומען אן אימעיל אז זיין ניק איז נישט אקטיוויזירט מיט א לינק צו אט דעם אשכול, איך מיין אז דער אימעיל איז נישט אזא גרויסע עבודה.
אויב איז עס טאקע אזוי שווער וויליך מיר שטארקליך אנטשולדיגן מיט ס'גאנצע הערצעלע.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 3:57 pm
דורך קרעמער
פיינע הצעות, אבער דאס דארף אלעס ווערן דורכגעשמועסט מיט די טעכנישע פירער פון אייוועלט (ארענדער וסייעתיה)
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 4:24 pm
דורך שנאפס
דאס טוט מען דאך דא
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 4:55 pm
דורך ווינקל
אראנדער ליינט כמעט נישט קיין אשכולות אויסער די שפעציעל דעזיגנירטע.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 5:07 pm
דורך שמן למאור
ווינקל; פון וואנעט ווייסטו ? דו זיצט ביי אים אין אפיס און דו האלטסט מיט וואס דער ארענדער יר"ה טוט איבערן טאג ?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 5:12 pm
דורך ווינקל
שעפעלע זיסע, איך דריי זיך שוין דא גענוג לאנג דאס צו ווייסן...
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 5:12 pm
דורך splenda
ער ארבעט שווער
ער האט טאקע צוגעשטעלט א פיין פלאץ פאר די וואס האבען צייט
אבער ער האט ליידער ניש
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 6:10 pm
דורך לאז געמאכט
splenda האט געשריבן:ער ארבעט שווער
ער האט טאקע צוגעשטעלט א פיין פלאץ פאר די וואס האבען צייט
אבער ער האט ליידער ניש
ווער ס'האט יא ליידיג צייט איז א ליידער...
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 6:19 pm
דורך יואל ווייס
שלו' עליכם מר. ספלענדא.
דאס זענען עפעס א דבר והיפכו, קאצקע צוקער און ספלענדא?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 7:14 pm
דורך splenda
נאפס כלל ניש
עס איז דא וואס האלטען ניש פון ספלענדא ווייל עס איז קעמיקעלס סא די זאלען זיך ווענדען צו קאצקע
היות איך בין זייער פריש און די פיסי וועלט און אזוי אויך און איי וועלט
וויל איך פארשטיין עפעס
איך האב אראפגענימען א פיקטשער פון גוגעל און איך האב פריבירט עס ארויפצילייגען פאר מיין פרויפייל אבער ער וויל ניש גיין
איז גוגעל בילדער ניש א גיטע פארמאט פארט פאר איי וועלט?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 7:22 pm
דורך קרעמער
וואס האט זיך אויפגעשריבן אלס די סיבה פארוואס עס גייט נישט אדורך?
אפשר איז עס צו א גרויסע רעזאלוציע, אויף דעם איז דא וועגן דאס קלענער צו מאכן
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 9:11 pm
דורך splenda
הסמל האישי שנשלח הוא 89 פיקסלים ברוחב ו 111 פיקסלים בגובה. הסמל האישי חייב להיות לפחות 20 פיקסלים ברוחב ו 20 פיקסלים בגובה, אבל לא יותר גדול מ 90 פיקסלים ברוחב ו 90 פיקסלים בגובה.
דאס האב איך באקריגען קען איינער אפשר מיר עס איבערטייטשען אויף אידיש?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 07, 2011 9:12 pm
דורך שנאפס
דאס מיינט אז דער בילד איז צו גרויס
איר קענט עס שיקן צו מיר אויף אימעיל און מיר וועלן עס אי"ה קלענער מאכן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 08, 2011 3:39 pm
דורך פארדינט
קרעמער האט געשריבן:פיינע הצעות, אבער דאס דארף אלעס ווערן דורכגעשמועסט מיט די טעכנישע פירער פון אייוועלט (ארענדער וסייעתיה)
יעצט גערעדט מיט'ן ארענדאר, זאגט ער אז אויף דעים סייט וועט עס שוין נישט זיין, אי"ה אויף די נייע סייט (?) אויב מ'וועט עס ארויף ברענגען וועט מען עס מאכן.
------------
ווען די נייע סייט גייט זיך עפענען איז נאכנישט דא קיין אפדעיט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 08, 2011 4:08 pm
דורך פאטאקי08
קרעמער האט געשריבן:אמאל איז גרינגער געווען צו מעלדן אין דעם אשכול, היינט אז עס איז אפן איז עס געווארן א גאנצע קאפ דרייעניש...
און איך האב אויך גוטע נייעס: דער קאצקע און קאצקע-צוקער האט זיך פארשאפט א פרישע ניק און ער איז שוין אנגענומען!
וואנט ווייסטו אז סאיז די זעלבע מענטש?!!!!!!!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 08, 2011 5:16 pm
דורך splenda
פון ווי ער ווייסט ווייסעך ניש
אבער ב"ה סוף כל סוף האב איך געטראפען א וועג אריין ב"ה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 08, 2011 5:18 pm
דורך ווינקל
מסתם גענוצט די זעלבע אימעיל צו רעגיסטרירן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 08, 2011 5:19 pm
דורך שמן למאור
פאטאקי; ברויך מען נישט זיין צו א גרויסן אינטערחכם צו פארשטיין אז ער איז דאס זעלביגע, קוק זיין אימעיל אדרעססע וואס ער פארשפרייט דא ברבים בפני כל עם ועדה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 08, 2011 6:06 pm
דורך splenda
שעמענקא קים נאר אהער איך זעה עס געפעלט דיר ניש עפעס דערפון
נא רעד דיך אויס דיין הארץ לאמיר הערען
(אויב די פארגינסט ניש וויל איך דיר זאגען אז סנעמט ניש מער ווי א מענוט צו עפענען אן אימעיל אדרעס און מען לייגט עס און א זייט ביז מען האט ניש וואס צו טאן נעמט מען ארויס פון די ארכיווען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 08, 2011 7:19 pm
דורך קרעמער
ווינקל האט געשריבן:מסתם גענוצט די זעלבע אימעיל צו רעגיסטרירן.
אקוראט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 08, 2011 8:50 pm
דורך געלעגער
געווען אמאל אן אשכול וואס מ'פלעגט אריין קומען מיט א טיי אין די הענט ליינענדיג דערביי וויאזוי די מנהל נעמט אויף און זאגט אפ דיי ניי געקומענע... אך, וואו איז דער אשכול פארפארן
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 09, 2011 12:25 pm
דורך קרעמער
אלימלך איז מכובד צו קומען מיט עפעס אנדערש, מיר פארמאגן שוין א מיילעך
דער ענגלישער MOSHE ZICH MIR איז אויך מכובד צו שאפן א פרישע ניק, ווייל מיר פארמאגן א אידישע משה זוך מיר
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 3:18 pm
דורך ניק ניק
פליגל איז מכובד אויפצוקומען מיט א פרישע קאמענט, צילוב וואס מיר פארמאגן שוין נאך אומבאשטעטיגטע.