זיך באדאנקען ברבים?

אויפנאמס צימער

אחראי: אחראי

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

זיך באדאנקען ברבים?

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » פרייטאג נובעמבער 18, 2016 12:23 am

אזוי ווי די אשכול איז פארשפארט,
און וואוילע שעפעלע האט ארויסגעברענט דא ווי פאלגענד:

"אין א נייעס אדער פאליטיק אשכול דארף מען נישט קוואוטן יעדער וואס זאגט עפעס וואס דיר געפעלט און צולייגן א גרינע. (העכסטנס קען מען קאמפלימענטירן אין אישי)"

וואלט איך געוואלט ארויפברענגען א דעבאטע בנוגע די נושא.

בפרט לפי וואס שטייט דא:

"* ביטע, ווען איר זעט אן ארטיקל וואס שמעקט אייך, באדאנקט זיך דערויף ברבים, דאס איז די גאזאלין פון די קרעטשמע. "

איך פארשטיי אז שעפעלע מיינט מחלק צו זיין בין 'ארטיקל' ל'תגובה' ובין קרעטשמע לנייעס.

אבער לאמיר הערן וואס דער עולם זאגט
געלט פארלוירן? נישט פארלוירן
צייט פארלוירן? פיל פארלוירן
מוט פארלוירן? אלס פארלוירן

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג נובעמבער 20, 2016 12:45 am

ווענד זיך, אויב דער אשכול קאכט אין א הייסע פאליטישע נושא דאן ביטע לאז איבער די דאנק פאר צווייטע געלעגנהייט, און אויב האסטו מורא וועסט פארגעסן וכדו' דאן שיק אן אישי.
אויב אבער איז עס שטיל און רואיג, פארוואס נישט באדאנקן ברבים? אפילו וו"ש איז מודה אז באדאנקן אין אישי איז בלויז א 'העכסטנס'.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 8:30 pm

און אנדערע ווערטער. דאס וואס יעדער שרייט שוין דא יארן לאנג..

מען זאל נוצן די דשעלי וואס ג-ט ב"ה האט אריינגעלייגט אין קאפ
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 9:23 pm

בן נון האט געשריבן:און אנדערע ווערטער. דאס וואס יעדער שרייט שוין דא יארן לאנג..

מען זאל נוצן די דשעלי וואס ג-ט ב"ה האט אריינגעלייגט אין קאפ

ווער ס'האט גענומען...
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 9:24 pm

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:אזוי ווי די אשכול איז פארשפארט,
און וואוילע שעפעלע האט ארויסגעברענט דא ווי פאלגענד:

"אין א נייעס אדער פאליטיק אשכול דארף מען נישט קוואוטן יעדער וואס זאגט עפעס וואס דיר געפעלט און צולייגן א גרינע. (העכסטנס קען מען קאמפלימענטירן אין אישי)"

וואלט איך געוואלט ארויפברענגען א דעבאטע בנוגע די נושא.

בפרט לפי וואס שטייט דא:

"* ביטע, ווען איר זעט אן ארטיקל וואס שמעקט אייך, באדאנקט זיך דערויף ברבים, דאס איז די גאזאלין פון די קרעטשמע. "

איך פארשטיי אז שעפעלע מיינט מחלק צו זיין בין 'ארטיקל' ל'תגובה' ובין קרעטשמע לנייעס.

אבער לאמיר הערן וואס דער עולם זאגט



זייער פיין פארשטאנען.

און לאמער דאס אביסל מער צולייגן.

ווען די 'תקנות הקרעטשמע' פון ווי איר ציטירט איז געשריבן געווארן, האט נאך ניטאמאל עקזיסטירט אזא מושג ווי נייעס אויף אייוועלט. בעסער געזאגט ניטאמאל די מושג 'אייוועלט' האט דאן עקזיסטירט. ס'איז געווען א 'קרעטשמע דאט קאם' ווי מ'האט זיך אונטערגעהאלטן מיט געשמאקע ארטיקלען און סתם פארברענגען.

און אויף דעם איז געזאגט געווארן אז ווען איינער שרייבט א ארטיקל זאל מען אים באדאנקען, ווייל דאס איז די געזאלין 'פון די ארטיקלען' וואס פון דעם איז דאן באשטאנען די גאנצע קרעטשמע.

א אשכול אין היימישע קרעטשמע (אין פרידנס צייטן) גייט צו אזוי: פלוני שרייבט א שיין ארטיקל, דערוילעם קומט אריין מ'האט הנאה, מ'טיילט קאמפילענטן, און פארטיג. די קאמפלימענטן שטערן קיינעם נישט, פארקערט, פון דעם באשטייט די אשכול, און דאס געט די מוט פאר די שרייבער צו שרייבן נאך.

משא"כ אין א פאליטישע אשכול, גייטעס בערך אזוי: פלוני קומט אריין און שרייבט א נייעס לטובת זיין קאנדידאט. קומט אלמוני און פרעגט עס אפ. קומט פלוני און טענה'ט צוריק, און אזוי אפאר מאל חוזר חלילה. און דאן קומט אן א פרישער אויסגערוטער ניק און נעמצעך קוואוטן יעדער וואס האט געשריבן עפעס אויף זיין צד און לייגט צו א גרינע אדער אפאר שמייכלען.

צו וואס פעלטעס אויס? וועם ענקארעדזשט מען? דער וואס האט זיך געשלאגן פאר זיין קאנדידאט? ער גייטעס ממילא טון (און אין ערגסטן פאל...). ס"ה מאכט מען נערוועז די ניקס וואס קומען אריין ליינען די נייעס און פאלטיק.

בתקוה ללבנה וכוכבים
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 2:30 pm

איך שטים צו.... דערוילעם מישט אביסל ארום... שכוח פארן פראבירען צו אויפוועקן די זאך.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.


צוריק צו “ברוכים הבאים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט