געלעגער האט געשריבן:איך האב נישט קיין אנונג פארוואס די אשכול איז פארפארן צו פערזענליכע איך/דו אטאקעס און קאמפערעסאן. וויאזוי האט דער חכם אחד געזאגט: איך מיין נישט קיינעם אבער דער וואס מיינט...
ווי געזאגט די טענה איז נישט מיינס. איך בין פשוט געקומען מיט א שטיקל לייזונג און איך ווארט צו הערן צו אנדערע זענען מסכים דערמיט און צו מ'פארשטייט די ווייטאג.
א צווייטער אין אישי שרייבט מיר א גוטע משל; ווען איינער שטעלט זיך אויף רעדן ברבים ביי א שמחה, קוקט ער אפאר מאל איבער זיין דרשה צו ס'קלאפט? זיכער יא. וואס איז דא אנדערש? הונדערטער אידן גייען ליינען וואס דו שרייבסט אמת? האב די ביסל רעספעקט פאר זיי און גרייט דיך צו.
איך מיין אז די נושא איז זייער קלאר אויסגעשמועסט. עמער ווארטן צו הערן די דעת רוב הציבור און גיין דערמיט.
הצלחה
גלעגער, כהאב אייך שוין געשריבען איין מאל, און איך גיי אייך נאכאמאל איבער זאגען. ווייל איך זעה אז איר איגנארירט.. איז לכאורה פשט, איז איר האט נישט וואס צי ענטפערען..
א. ווי גיט אדער נישט, (און שרייבען און גראמאטיק), אייערע ארטיקלען זענען יא אדער נישט געווען, די ערשטע צוויי דריי יאר אייערע אויפען וועלטעל. זענט איר זעלבסט אליינס מודה (אין דעם געהענגעל אייערע, וואס איך האב צי געברענגט) אז צי גיט.. שרייבען, האט איר זעכער נישט געקענט... און איר ווייסט זייער גיט, אז טאמער מען וואלט ווען, אריין געווארפען אייערע אשכולות און דעם מיסט קאסטען.. וואס מען ריפט איר דא פארברענגען.. וואלט עס אייך נישט סתם גיט גע'באדערט!
לאמיך מיר דא "גיט מסביר זיין" מיינע ווערטער: אפי' איר גלעגער, זעלבסט, זענט מודה, אז אפי' איר אליינס. "מיטען גאר שטארק פראבירען". צי זיין גיט און שרייבען און גראמאטיק, האט איר דאך נישט צי גיט געקענט שרייבען! פאר כאטש די ערשטע "צוויי דריי יאר" אייערע, דא אויפען וועלטעל!!!
פארוואס קאמפערעסאן קימט דא אריין?
איז זייער פשוט. איר זענט דער וואס האט זיך ארויס געשטעלט דא, אז איר ווילט דא איינשטעלען דעם נייע תקנה. ווייז איך אייך אויף אפי' דו וואס פראבירען זייערע בעסטע וואס ס'איז זיי מעגלעך. טויגען דאך נישט! ביז כאטש עטליכע יארן! סא וואס האקט איר אין קאפ אריין?!
אז א ניק פראבירט דאס בעסטע וואס ס'איז עיהם שייך, האט לדעתי נישט די הנהלה א רעכט וויי צי טיען א צווייטע יוד. מיטען שליידערען זייערע ארטיקלען און וואסער אריין!! וואס דאס איז להיפך פון די גאנצע מטרה פון דעם פלאץ "אייוועלט"!!!
ב. כ'האב אייך שוין פריער געשריבען. און איר ווילט נישט הערען. און איך וועל עס דאך איבער זאגען.
אייערע גאנצע אנקעטע דא. איז נישט ווערט מער ווי א גאנצע רעטעך! ציליב דעם וואס איר האט נישט מסביר געווען פון וואס פינקטלעך איר רעדט פון! וואספארע גרייזען וועלען יא, און וועלעכע נישט. א יעדער איז מסכים אז איינער וואס פראבירט גארנישט זיך צי פארבעסערען זאל מען נישט טאלערעטען. סא וועגען דעם שטימען צענדליגע ניקים "אויף יא". סא במחילות כבודך הגדול, זאגט אייערע אנקעטע גארנישט מיט גארנישט!
#אריין אין פארברענגען אריין!
#פארוואס אין פארברענגען? אין די גניזות אריין!