תקנות גדולות אנקעטע

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אשכולות מיט שלעכטע ווערטער און גראמאטיק זאל געלייגט ווערן אין פארברענגען פארום?

די וואלן האבן זיך געשלאסן דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:55 pm

יא
74
64%
ניין
42
36%
 
סך הכל שטימען: 116

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

מען טאר נישט חוזק מאכן פון מענטשן (חוץ פון וועם די חברי הנהלה איז נישט קיין חסיד)

יעצט מעק מיין תגובה
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

פרידן האט געשריבן:משום כבודי וכבוד הרבה ניקים געשטימט אז ניין

די עיקר איז וואס מען זאגט נישט ווי אזוי מען זאגט, אז מען וועט שיקן אין פארברענגען וועט מען זיך קיינמאל נישט אויסלערנען נאר פארלירן נאכאפאר שרייבער דא, איך מיין עס איז שוין צייט צו אויפקומען מיט וועגן צו באקוועמער מאכן ניקים אין נישט פארקערט
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

געשטימט אויף יא. אחוץ וואס שלעכטע ספעללינג מאכט גאר שטארק נערוועז, איז דאס מציאות אז מערסטנס שלעכטע ספעללערס דא שרייבן תגובות וואס אפי' מיט א גוטן ספעללינג וואלט עס נערוועז געמאכט.. איינער עגריעט?
אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט »

וואס איז די מעלה אז ס'גייט ליגן אין פארברענגען?
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

דער שרייבער גייט פרובירן צו זעהן אויף עפעס אן אופן ס'זאל נישט אנקומען דארט.
אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט »

מה פתאום??? האט געשריבן:דער שרייבער גייט פרובירן צו זעהן אויף עפעס אן אופן ס'זאל נישט אנקומען דארט.


קען מיר איינער מסביר זיין די פראבלעם פון פארברענגען? איך זעה אז ס'איז נעבעך דא דארט 2936 אשכולות.

וואס פונקטליך איז עס שוואכער ?
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

פארוואס נישט האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין די פראבלעם פון פארברענגען?
וואס פונקטליך איז עס שוואכער ?

אז ס'קומט נישט ארויף ביי די מעין פעידש, אדער אקטיווע אשכולות
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

בן נון האט געשריבן:ענק ווייסן ווען עס מאכט די מערסטע נערוועז?

ווען מען זעהט אז די שרייבער האט נישט געמאכט די מינדערסטע עפפארט אז זיין תגובה זאל זיין ליינבאר.

אזעלכע מיסטעיקס ווי אין/און, די/דו, א.א.וו. מאכט טאקע נערוועז, אבער מען קען פארשטיין אז א נייע שרייבער ווייסט נישט דערפון און ער לערנט זיך צוביסלעך.

אבער וויאזוי קען מען פארענטפערן ווען איינער שרייבט אראפ א לאנגע ארטיקל און מען זעהט קלאר אז ער האט עס אפילו נישט איבערגעליינט פארן דריקן ׳שיק׳? פארוואס קען מען נישט פארעכטן טייפאס? פארוואס נישט מאכן זיכער אז עס איז דא א ספעיס ווי עס באלאנגט א ספעיס? פארוואס קוקט מען נישט איבער צו מאכן זיכער אז א ווארט איז נישט געשריבן דאפעלט?

איך געדענק א שטיק צייט האבן זיך ניקס פארענטפערט ׳אוטאוי קארעקט׳. איז דאס א תריץ? פונקט פארקערט. פון דעם זעה איך אז דו האסט נישט גענומען די מינדערסטע עפפארט פון סתם איבערקוקן א תגובה פאר דו האסט עס ארויסגעשיקט.

און דאס מאכט מיר מער נערוועז ווי ספעללינג מיסטעיקס. ווייל דאס ווייסט אז די שרייבער איז קעירלעסס, און דיסריספעקט די ליינער.


(אגב, וויאזוי ספעלט מען אוטאוי קארעקט?..)


אקוראט דאס רעדן מיר. און/אין קען נאך מיטגיין און וועט זיך דערלערנען האפענטליך מיט די צייט. אבער דאס וואס געוויסע שרייבן אן נעמען די מי פאר א רגע איבערצוקוקן מאכט איבלן. עס ווייזט אז זיי שעצן נישט די ליינער. דאס באדערט דאס מערסטע
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

סידיראם האט געשריבן:מען טאר נישט חוזק מאכן פון מענטשן (חוץ פון וועם די חברי הנהלה איז נישט קיין חסיד)

יעצט מעק מיין תגובה


אמת
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

גפ, איך גיי דיר נישט נאכאמאל ציטירן און באלדן. ליין וואס איך שרייב דארט. איך האב אסאאך געליינט פארן שרייבן, אסאאך גע'חזר'ט, אסאך ארבעט אריינגעלייגט.

למשל, גיב א קוק אויף דיין תגובה, קוק עס איבער זייער שטייט, זאג מיר וויפיל ווערטער דו קענסט פאררעכטן דארט. איך מיין נישט צו טשעפענען חלילה, איך וויל פשוט פראווען א פוינט.
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

זאגט ער אז ער האט אויך אסאך געארבעט דעראויף.

1- קוק זיין ערשטע ארטיקל, ווי שלעכט עס איז געווען, און וויפיל בעסער ער איז היינט.

2- וויאזוי איז ער בכלל אנגעקומען צו דיין אשכול? ווייל ער פרובירט זיך צו לערנען.

----
איך מיין אז ג"פ ווייסט נישט וויאזוי זיך צו מסביר זיין אויף א קלארע וועג.
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

נאכן קלאר מאכן אז מען רעדט פון קעירלעסס מיסטעיקס האב איך אויך

צולייגער האט געשריבן:
עקבי הצאן האט געשריבן:געשטימט אויף יא
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

געשטימט אויף יא, ווייל איך האלט אז עס איז פאר זייער טובה צו פארשטיין אז די ערשטע הינדערט תגובות פון א מענטש איז בדרך כלל זייער סלאפי.

איך וועל מיך מודה זיין ברבים אז איך האב אוועק געווארפען מיין ערשטע ניק ווייל איך האב מיך צוריק געקיקט צו מיינע ערשטע פאר תגובות און זיך געשעמט מיט מיין דעמאלטסדיגען פעדער, איך בין נאך ווייט פון פערפעקט אבער איך מיין אז היינט קען מען שוין ברוך השם כאטש פארשטיין וואס איך שרייב.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

געשטימט אויף מיין טעלעפאן
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

וועלטניק האט געשריבן:געשטימט אויף יא. אחוץ וואס שלעכטע ספעללינג מאכט גאר שטארק נערוועז, איז דאס מציאות אז מערסטנס שלעכטע ספעללערס דא שרייבן תגובות וואס אפי' מיט א גוטן ספעללינג וואלט עס נערוועז געמאכט.. איינער עגריעט?

אקוראט!
מען דארף קענען ליינען די אומגעשריבענע אין געלעגער'ס הודעה, דהיינו דאס וואס שטייט צווישן די שורות.

די ספעלינג טעותים איז נישט אזוי ווייט די פראבלעם, קיינער ווערט נישט געבוירן קענענדיג און דאס קען מען זיך צולערנען מיט די צייט. אבער געווענליך אין רוב פעלער לויפן די סארט גרייזיגע-ספעלינג הודעות פאראלעל מיט די אשכול "וועלטל וואס איז געשען צו אייך". סאררי איך שרייב אזוי אפען וואס געלעגער האט באהאלטן.

כללים פון גראמאטיק און ספעלינג האט נישט דוקא מיט אייוועלט. אבער וואס באדערט דא איז בעיקר די כללים פון שרייבן א הודעה. א הודעה דארף מוסיף זיין צום ניווא פון וועלטל און פונעם שרייבער צוגלייך, נישט פארקערט.
למשל, וויפיל מאל האט איר זיך צוריקגעהאלטן פון פאוסטן א הודעה נאך וואס איר האט עס זעלבסט איבערגעליינט און איינגעזען אז ס'טויג נישט די אינהאלט (אטאקירענד, בייסיג, אףף-טאפיק, פאליטיק, סתם נאריש וכדו') אדער אז די ספעלינג איז גרייזיג.

אויב האלט איר זיך נישט צוריק פון פאוסטן אלעס און אלעמען, גייט געווענליך נישט אריין צופיל מחשבה אינעם תגובה (בלשון המעטה) און דאס איז וואס ברענגט אראפ און פארשעמט דאס פלאץ.

איך בין טאקע איינשטימיג מיט די שרייבער אז ריקן צו פארברענגען איז נישט קיין סאלושען. לויט ווי איך געדענק איז פארברענגען צושטאנד געקומען פאר ארטיקלען און שמועסן אינערהאלב ניקס, זאכן וואס וועט נישט זיין אינטערעסאנט פאר א דרויסענדיגער. די סארט תגובות פאלן זיכער נישט אין די פארברענגען קאטעגאריע.

אולי איז כדאי צו עפענען א נייע סובפארום "טעסט אייערע שרייבן סקילס" וואו פרישע ניקס אן קיין שרייבן עקספיריענס וועלן האבן די געלעגענהייט צו שטעלן עקזעמפלארן און די גוטע אידן דא וועלן זיכער אנצייגן וואו ס'יז דא פלאץ צו פאררעכטן.

בעיקר געדענקט ס'יז פאר אייער אייגענע טובה און מ'מיינט קיינעם נישט ענג צו מאכן. אם אין גדיים אין תיישים.
לעצט פארראכטן דורך שוועמל אום זונטאג יולי 31, 2016 3:35 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

דרך אגב כ'זעה אז די סייט אליין האט אסאך טעותים
למשל "סך הכול שטימען: "
דאכצעך אז ס'דארף שטיין "הכל" אן א " ו "
לעצט פארראכטן דורך געשמאקער אום זונטאג יולי 31, 2016 3:37 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
פלעסטיק גלעזער
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעסטיק גלעזער »

גיוואוט פאר יא, באט אוך האלט נישט עס איז ישור.

ווער אוז גפ?
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

שוועמל האט געשריבן:אולי איז כדאי צו עפענען א נייע סובפארום "טעסט אייערע שרייבן סקילס" וואו פרישע ניקס אן קיין שרייבן עקספיריענס וועלן האבן די געלעגענהייט צו שטעלן עקזעמפלארן און די גוטע אידן דא וועלן זיכער אנצייגן וואו ס'יז דא פלאץ צו פאררעכטן

גיטע איידיע
פלאס אן אויטאמאטישע אימעל צום שרייבער אז מ'האט עס אהין געריקט
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

שוועמל האט עס גענאגלט!

ווער עס האט מער פון 100 תגובות און האט נאכנישט אויסגעמעקט א אייגענע תגובה פארן עס שיקן, זאל ביטע אנהייבן צו איבערקוקן זיינע תגובות פארן ארויסשיקן...
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

רט בן נון!
געשטימט פאר ראשעק הול
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

געשטימט אויף יא

די אלע וואס שטימען ניין געבט קודם א קוק דא:
געלעגער האט געשריבן:האבן מיר געקלערט צו געבן גערעכט און די אשכולות וואס ווערן געעפענט אן די מינימום עפערט פון פשוט ווערטער און גראמאטיק זאל אריין גיין אין 'פארברענגען' פארום.

געלעגער האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:ענק ווייסן ווען עס מאכט די מערסטע נערוועז?

ווען מען זעהט אז די שרייבער האט נישט געמאכט די מינדערסטע עפפארט אז זיין תגובה זאל זיין ליינבאר.

און דאס מאכט מיר מער נערוועז ווי ספעללינג מיסטעיקס. ווייל דאס ווייסט אז די שרייבער איז קעירלעסס, און דיסריספעקט די ליינער.


אקוראט דאס רעדן מיר. און/אין קען נאך מיטגיין און וועט זיך דערלערנען האפענטליך מיט די צייט. אבער דאס וואס געוויסע שרייבן אן נעמען די מי פאר א רגע איבערצוקוקן מאכט איבלן. עס ווייזט אז זיי שעצן נישט די ליינער. דאס באדערט דאס מערסטע

בן נון האט געשריבן:נאכן קלאר מאכן אז מען רעדט פון קעירלעסס מיסטעיקס האב איך אויך

צולייגער האט געשריבן:
עקבי הצאן האט געשריבן:געשטימט אויף יא

דא רעדט מען פון אזעלכע וואס פייפן זיך פשוט אן און מאכן נישט דאס מינדערסטע עפפארט צו שרייבן און ספעלן ריכטיג, אויף זיי איז די מדובר.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

איך האלט נישט אז עס איז דא פארהאן איינער וואס שרייבט גרייזיג אן פראבירען צו שרייבן נארמאל, עס נעמט מיט מען לערענט זיך ווי אזוי צו אויסלייגן די גרעמער אין ספעלינג, מיט די צייט וועלן זיי זיך אויסלערנען, און אויב וועלן זיי האבן אסאך קאמענטס אויף זייערע אשכולות וועט עס זיי זיין א חיזוק צו שרייבן ווייטער, און מיט די צייט זיך פארבעסערן.
אגב ביז יעצט האב איך נישט געכאפט אז א אשכולאין פארברענגען איז א פראבלעם, איך האב קיינמאל נישט געקוקט די זאכן ווי עס ליגט, יעצט אז איך ווייס שוין דארף איך טאקע זען אז מען זאל עס אריינלייגן אין קרעטשמע.
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

וואלט שיין געווען אויב איר קענט ערקלערן וואס עס מאכט אייך 'נישט האלטן אזוי', בעסיקלי ביסטו זיי 'דן לכף זכות', ריכטיג?
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

איך האב געזעהן די אשכול נעכטן ביינאכט און געטראכט אז איך וועל היינט מגיב זיין מיט צוויי נקודות אויף געלעגער. א׳ אז אין/און וכדו׳ זענען נישט ״די״ טעותים און אז יעדער קען מאכן טעותים, און דערפאר אויב איז דא פון וואס צו רעדן איז עס פון די דווקא׳ניקעס. ב׳ דאס וואס איך האב שוין אמאל געשריבן, אז איך ווייס נישט פארוואס מען ניצט פארברענגען אלס אפלויף און גארבידזש קען, ווען זי איז א ״געהעריגע״ פארום (די לעצטע יאר, בערך, איז עס נשתנה צורה געווארן).
דערווייל זעה איך אז ביידע ענינים זענען שוין אויסגעשמועסט געווארן מיט א קלארקייט. וברוך שכוונתי.

אויסגערעכנט, וואס האב איך פון דעם אז דו האלטסט נישט אזוי?... איינער פון זיי האט עס שוין אליינס געשריבן אפענערהייט עטליכע מאל.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

גלעגער, ביטע קלאר אויס, דיין אנקעטע איז יעצט גארנישט ווערט..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

איך זעה אז ס׳הערשט דא, א גרויסע צימישעניש, פון וואס פינקטלעך, די גדר טעותים, פון וואס דער אנקעטע רעדט פון, איז!


למשל, @בן נון, @טריסקער, און אפאר אנדערע פארשטייען, אז @גלעגער, מיינט צי זאגען ״קעירללעס מיסטעיקס״. וואס דאס מיינט, ניקים who couldn't care less לויט דעם גייט מסתמה נישט מער ווי ״איין פערצענט אשכולות״ אריין און דעם קאטעגאריע.


ווידער, @פרידן, @משנה מקום, און אני הקטן, און נאך אנדערע, האבען פארשטאנען. אז @גלעגער, מיינט, אויך אזאנע שרייבער, ווי למשל מיר זעלבסט... וואס כאטש איך (און אנדערע) פראביר (מיר) דאס בעסטע, און קיק (מיר) זייער גיט איבער מיינע תגובות, פארען דריקען דעם ״שלח״ קנעפעל. דאך שרייבט @גלעגער, און אין אט, אין דעם אשכול זעלבסט, אז מיינע תגובות, זענען ווייט פון פערפעקט.. וואס לכאורה פארשטיי איך, אז ער מיינט ער צי זאגען, אז אויך מיינע אשכולות, פלאנט ער, אריין צי ווארפען ווי א הינט אין פארברענגען...


סא היות דעם צימישעניש וואס הערשט דא. קלער איך אז ווילאנג @גלעגער, שטעלט נישט קלאר וואס ער מיינט, איז די גאנצע אנקעטע זיינע, גארנישט ווערט אויף למעשה!! און אויב עפעס זאל מען גאר זיין גאנצען אשכול און אנקעטע, אריין ווארפען אין פארברענגען אריין..!\
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”