אויפנאמס צימער
זונטאג פבואר 24, 2008 5:35 pm
שלום עליכם
איך קוק שוין אביסעל דא ארום אין די לעצטען צייטן, און סע קוקט מיך אויס, זייער אפיינע פלאץ.
איך זע נישט וואס איך וועל קענען, דא צושרייבען, אבער א יישר כח וועל איך זיכער קענען זאגען, ווען איך ווען הנאה האבען.
Advertisement
זונטאג פבואר 24, 2008 5:52 pm
שלום עליכם ר' ברוך מאכט אייך היימיש , איך זאג אייך דא איז א פיינע פלאץ
זונטאג פבואר 24, 2008 9:25 pm
אתה ברוך, ושמך ברוך, וכל אשר לך, יהא ברוך.
מאכט אייך באקוועם, זאל זעכעס אנפאנגען מיט שכוחות, דאס איבריגע וועט שוין לכאורה נאכקומען, אמאל א פראגעלע, און דערנאך אן עצה'לע, און פון דארט איז א קאצן שפרונג, ביז א גוטע ארטיקל.
מאנטאג פבואר 25, 2008 1:01 pm
שלום עליכם ר' ברוך.
דינסטאג פבואר 26, 2008 4:38 pm
ברוך הבא "חכם איינער"
לאנגע צייט האט מען פון דיר נישט געהערט, וואס טוט זיך מיט די פאליס ער ווארט נאך אויף דיין לייסענס.
מיטוואך פבואר 27, 2008 11:58 pm
ברוך הבא ר' ויהי לפלא
לאזט אונז נישט לאנג ווארטן אויף נאך אן ארטיקל,
!!..........רשעות האט אויך א שיעור
זונטאג מרץ 02, 2008 10:22 pm
שטעלטס ענק אויף אידן.
א איד העכער די זיבעציג איז אריינגעקומען, מ'איז שוין מחיוב בקימה לויט אלע שיטות.
מפני שיבה תקום שטייט, געדענקטס, זאגטס נישט אז עטץ האטס אים נישט געזען, ווייל ס'שטייט דאך, ויראת מאלקיך.
איך האף נאר אז ער וועט מוחל זיין על כבודו, ווייל איך האב נישט קיין כח אזויפיל זיך אויפצושטעלן, יעדעס מאל וואס ער וועט אריינקומען.
זונטאג מרץ 02, 2008 10:43 pm
כאבן גראדע נישט באמערקס, שכוח פארן אויפמערקזאם מאכן, כאשוין דיך באמערקט רעדן פון אים'ען אין אן אנדער אשכול, אבער כאנישט געהאט די סכי' צו פארשטיין, אצינד איז אלעס פארענטפערט.
און יא, צום ענין, שלום עליכעם לעמעלע, כאנישט קיין געדולד ארויס צו שרייבן ס'גאנצע, צו א לאנגע נאמען, מאכט אייך באקוועם, און האלט אייך אונטער, און מאכט זיכער מיר זאלן אויך האבן דאס זעלביגע פון אייך.
מאנטאג מרץ 03, 2008 11:16 pm
יא נעבעך, שלעפער איז אויך אהער פארשלעפט געווארן, שלעפער, ווי אזוי האט מען דאס געמאכט מיט דיר? רעד, שעם דיך נישט.
דינסטאג מרץ 04, 2008 4:13 am
איך הער נישט אומזיסט שטייט שרה זו יסכה, שסוכה ברוח הקודש, אז מ'האט די סכי', איז אלעס פארענטפערט.
שלעפער.
אשיינע זאך פונדער האסטעך אהערגעשלעפט, זע נאר ארויסצושלעפן פון אונז, שמייכלעך. ווי מער. ווי שנעלער.
דינסטאג מרץ 11, 2008 2:34 pm
גיבט די הענט פאר ר' מעכל'ן.
ר' 'מעכל דער שניידער' האט זיך אהער געצויגן ביינונז אין דארף, עס איז גרויסע דערגרייכונג יעצט בעפאר פסח ווען דער דימענד איז גרויס, און בכלל איז עס יעצט קריטיש ווויכטיג ווען G&G האט א סעיל וואס מ'ברויך אלעס אליין נייען.
ר' מעכל, שלום עליכם, איך וויל הערן פון אייך א גוט ווארט.
דינסטאג מרץ 11, 2008 10:07 pm
מיר האבן שוין דא איין מעכעלע, פילייכט איז דער פרישער ר' מעכל א פראבלעם, ערעט זיך מוזן פריש קורא שם זיין.
דינסטאג מרץ 11, 2008 10:34 pm
גראדע איז דער שניידער שוין לאנג באשטעטיגט געווארן, ער איז ווארשיינליך צו פארנומען מיט די ניי ארבעט צו קענען שרייבן
מיטוואך מרץ 12, 2008 9:48 pm
שלום עליכם וויכטיג מאכער.
אויב וויכטיג פארוואס דארפסטו זיך מאכן?
מיר ווארטן אויף אן ערקלערונג
דאנערשטאג מרץ 13, 2008 8:36 am
שוין, מיר האבן שין דא א 'וויכטיג מאכער' אויכעט..
גיב א קוק אנדי, עני טיים די האסט א פראבלעם מיט מאכן סדר אדער עני טינק וואס די דארפסט האבן אן עסקן גלייבעך אז 'וויכטיג מאכער' וועט זיין דער פאסיגסטער מענטש דערפאר, קענסטעך שוין זעהן, ער גייט מיט די ריזיגע באנדל שליסלעך, א סקענער, איך גלייב אז ער האט אויך סטראטפס אין זיין קאר..
בקיצור, לאמיר קודם הערן פון אום ווי ער איז שוין אלץ געווען וויכטיג און וואס ער קען אינז דא אויפטוען, ר' וויכטיג מאכער, שרייב עפעס! מירווילן הערן פון דיר!
דאנערשטאג מרץ 13, 2008 8:57 am
איי, וען מיר האבן אים ביי די זוך-אקציע ביי איזאק'ן....
דאנערשטאג מרץ 13, 2008 12:57 pm
חחחחחחחחחח, מיללער, גוט גוט. כ'האף אז ער פארשטייט פון די רעדסט.
אבער נישט געזארגט, דא קימען פאר אזעלכע "זוך אקציע'ס" טאג טעגליך, אמאל איז עס נאך א פארוואלקענטער טאג (יום המעונ"ן בלע"ז) אמאל איז עס תיכף נאך די וואלן... אמאל איז עס ווען דער בעה"ב ווערט עטוואס שטרענגער, אבער אזעלכע אקציע'ס קומען פאר זייער אפט ביינונז.
דאנערשטאג מרץ 13, 2008 1:33 pm
למשל יעצט וויל מען מאכען א זוך אקציע אויפען אלטע בחור
דאנערשטאג מרץ 13, 2008 2:14 pm
טענק יו ווערי מאטש מיינע טייערע פריינט פאר אזא וועלקאם האב איך מיך נישט גערישט,
און א ספעשעל טענקס פאר הנהלת קרעטשמעתינו הקדושה פאר'ן מיר געבן א פלאץ דא אין קרעטשמע,
פארשטייטצעך אז וואו יעדע "וויכטיגמאכער" בינעך זייער ביזי,
סא איי וויל בי בעק לעיטאר
דאנערשטאג מרץ 13, 2008 2:31 pm
העי, מיר ווייסן דאך יא דעם סוד אז דו מאכסט זיך נאר וויכטיג, אלזא ווען דו ביסט נישט דא אריינגעסיינט, קענסטו דיר אנגרייטן ארטיקלן אין ווארד פייל וכדומה, און ווען עס מאכט זיך דיר אז דו ווילסט זיך מאכן כאילו דו האסט נאר א האלבע מינוט, געב א פאפ אריין און דרוק שלח, דאן קענסטו גלייך צוריק ווערן געמאכט-וויכטיג.
דאנערשטאג מרץ 13, 2008 2:34 pm
קרעמער, ס'איז א שטארקע דערהער, מ'ברויך עס כאפן.
דאנערשטאג מרץ 13, 2008 2:37 pm
חחחח ווישטיגער, (די אינגלעך זאגן אזוי) ברענג אריבער עפעס צו עסן דא....
דאנערשטאג מרץ 13, 2008 2:43 pm
שלא מן הענין, וואס איז די טיטל-אן-מיטל "אורח" וואס פיגורירט ביי געוויסע נעמען אויף שלום-עליכם שטראסע נומער 1?
דאנערשטאג מרץ 13, 2008 2:44 pm
דאס באדייט אז יענעם'ס ניק איז שוין ארויסגעווארפן פון די דאטא-באזע פון די קרעטשמע, לכאורה.
דאנערשטאג מרץ 13, 2008 3:04 pm
הער קרעמער איידער איך וועל דיר פארשטיין געבן וויל איך ארדערן א גלעזל עמממממ......... זאל זיין ספרייט,
די ווילסט זיכער וויסען וואו ביזי איך בין געווען, כ'האב געדארפט פארשאפן סטיקערס פאר מיין קיבארד כ'זאל קענען שרייבן יודיש. און נאך אזאנע זאכן, הע מ'קען נישט פלעין זיצן דא מ'דארף זיין עקוויפטעט.
B.T.W. שכויעך פאר די ספרייט.
שהכל ............