Advertisement

אויפנאמס צימער
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דאנערשטאג פבואר 07, 2008 3:44 pm

היישעריק.

דיין געמישעכטץ פון לשון קודש/ארמי/אידיש, האט אין זיך א באזונדערע קרעטשמערישע חן. גיי נאר אן דערמיט.

וזאת למודעי.

אז דא אין קרעטשמע לענד, הערשט א מורא'דיגע פרייהייט, כמעט אזוי ווי אחשורוש'ס איש כל הישר בעיניו יעשה, אן אונס מ'צווינגט נישט.

נאר יעדער איינער לפי בחינתו ולפי הדרגתו, אין וואס ער צייכנט זיך אויס, וויפיל ער פארמאגט אין זיך, און וויפיל צייט ער האט, ווי גוט ער קען עס אראפלייגן, לייגט עס און טוט עס און שרייבט עס, און יעדער האט טאקע זיין באזונדערע חן, און ס'איז אפילו נישט אינטרעסאנט צו זיין ווי א צווייטער, ווייל דעמאלטס איז שוין דא צוויי די זעלבע,, פארשטייסט?

Advertisement

דאנערשטאג פבואר 07, 2008 4:09 pm

טריאו יישר כח.

סאכדעס, פארשטענדיגט ב"ה.

דאנערשטאג פבואר 07, 2008 10:42 pm

שלום עליכם בני-היישעריק (סארי, ס'געווען א פליטת הקולמוס).

אינטערסאנט וואו בני-היכלא זעהט אין דיין תגובה לשון קודש אראמיש מיט אידיש, איך האב געזען בלויז אראביש..

פרייטאג פבואר 08, 2008 12:49 am

מען שרייב מערר פונעם היישעריק ווי דער היישעריק אליינס

פרייטאג פבואר 08, 2008 12:08 pm

שלום עליכם הרב (ארבה) היישעריג

מאנטאג פבואר 11, 2008 9:35 pm

כאטש אפי' איך בין נישט פון די פני העדה דא אין קרעטשמע און פארדעם האלט איך מיך געווענטליך צוריק פון וועלקאמען די נייע מעמבערס, דאך קען איך מיך יעצט נישט איינהאלטען זעענדיג ווי א גוטע חבר מיינע דזוינד די קלאב.

איך האב דיר אזוי שטארק ליב רעדלעבל ב"ר דזאן וואלקער! איך נעם דיר מיט צו קדישים חתונות און סתם ביי א שבת'דיגע סעודה. ביזט א "טייערע" איד.

מאך דיך היימיש דא און שעיר מיט די גאנצע עולם.

יהא בואך לברכה!

חדש אדר אי'דאך דיין אושפיזין.

מאנטאג פבואר 11, 2008 10:23 pm

רויטע לייבל, וועלקאם טו די קלאב.

דינסטאג פבואר 12, 2008 3:45 am

אז אנדי איז שוין מקבל פנים מוז זיין עפעס מורא'דיג, רעב לעבל, מאכט אייך היימיש דא. מאשקע גיב אים אביסל פון די בלוי לעבל, רעד האט ער שוין גענוג זעט אויס. למעשה זאגט דאך אלטע בחור עפעס וועגן בלוי וואל פערפל, סאמטינג לייק דעט.

דינסטאג פבואר 12, 2008 11:11 am

רבותי! עס הויבט זיך אן גוטע צייטען! מיין אייזעלע וועט אריינרייטן מיט א געוואלדיגע שטארקע זעלבסט זיכערקייט! גארנישט איז פון מיין אייזעלע פארהוילען! און בכלל עס איז מיר גרויס כבוד און עהרע צו סערוירען אזא חשובען און ברייטען ציבור, מיט ידיעות, נאלעדזש, טשא-טשא, און פיל מער.

ביטע הויבט נאר אן אריינצופרעגן, און ווערט געוואר וואס איר האט פארפאסט ביז היינטצוטאגס.

דינסטאג פבואר 12, 2008 11:25 am

ויפתח את פי ה... חמור! ממש א נס.

לאמיר אנפאנגען מיט די ערשטע קשיא: פון וואו נעמט זיך דער אויסדרוק "חמור נושא ספרים"? פארוואס דוקא א חמור?

דינסטאג פבואר 12, 2008 11:25 am

דעטס גוד ניוס, אן אייזעלע ביינונז אין קרעטשמע..... וויסטעך נעמען אויף א רייד?

אפשר ביזטו גאר בילאמ'ס (סארי, ט"ס) אייזל.....

דינסטאג פבואר 12, 2008 3:32 pm

שלום עליכם אייזעלע.

דינסטאג פבואר 12, 2008 6:29 pm

אייזעלע די ביסט אפשר אלעקסיי'ס אדער דער בעל עגלה'ס


-

דאנערשטאג פבואר 14, 2008 12:09 am

שלום עליכם ערעב נויעך, נח מצא חן בעינינו, ונמצא חן ושכל טוב, נח אותיות חן.

מאנטאג פבואר 18, 2008 1:19 pm

שלום עליכם ר' "זרעה חיה" הי"ו.

מיר האבן שוין דא בחורים (אלטע)אינגעלייט, זיידעניוא'ס, און יעצט האמער שוין אויך זרעה חיה..

זאל דער פון אויבן העלפן זאלסט געבענטש ווערן דערמיט זרעה חיה וקיימא מיט פרנסה בריוח, פיל דיך באקוועם דא אין אינזער קרעטשמע, עס איז אינז א פארגעניגן איייך צו האבן ביי אונז.

דינסטאג פבואר 19, 2008 5:26 am

שלום עליכם
קודם א קאמפלימענט
כ'האב זיך אביסל ארומגעקוקט און איך בין ממש נתפעל געווארן
אזא הערליך ווינקל
תושבי קרעטשמע חזק ואמץ!

דינסטאג פבואר 19, 2008 8:27 am

אוי, אונז האמיר דא א נש...

שלום עליכם. זעה איז די בינה זאל נישט זיין יתירה... ניץ עס אויס דא ביי אונז!

דינסטאג פבואר 19, 2008 1:05 pm

שלום עליכם מיסטער בינה, טייל נאר מיט אינץ דיין איבעריגע בינה


-

דינסטאג פבואר 19, 2008 2:18 pm

אוי געוואלד, קוקט ווען מיר האבן דא!

ר' אוי געוואלד, מאכט נישט קיין גאנצע געוואלדאנעס דא, נעמט דאס פעדער אין האנט אריין און לאזט אייך הערן, ווי לאנג מיינט איר דארפן מיר שטיין אין ווארטן אויף אייער קול, מיר ווילן זעהן אייער שריפט.

ווער וויייסט, ווילאנג וועליך דא דארפן ווארטן, אוי געוואלד, איך האלט עס נישט אויס..

דינסטאג פבואר 19, 2008 4:43 pm

צייטליך אין מיין אז די מאכסט געוואלד'עס לאמיר זען אויב ער קען טאקע מאכן געוואלד'עס

דינסטאג פבואר 19, 2008 5:20 pm

הע ער איז נישט באשטעטיגט (קרעדיט: קעמער בשכינות)

דינסטאג פבואר 19, 2008 6:32 pm

יא, איך צו צירוק.

לאמיר האפן אז עס וועט אים נישט שווער זיין איינצוהאנדלען א נייער ניק און אפנמען זיין שלום עליכם דערמיט, עס קען נישט דארט בלייבן אזוי אומגענימען.

דאנערשטאג פבואר 21, 2008 6:29 am

איך פארשטיי נאך נישט...

דאנערשטאג פבואר 21, 2008 12:18 pm

פרעג 'בינה יתירה', ער האט אביסל איבריגס

דאנערשטאג פבואר 21, 2008 7:08 pm

שלום עליכם KCSP

מיר זענען נייגעריג וואס דאס באדייט.
שרייב א תגובה

Advertisement