בלאט 28 פון 120

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 19, 2007 6:30 pm
דורך איך_הער
איך האלט אז ווען ער איז ווען אזא גרויסער קנאקער וואלט ער געטוהן איינע פון די צוויי, אדער געבליבן שרייבן מיט זיין אלטע ניק, אדער וואלטער ווען שוין לאנג אנגעהויבן צו שרייבן דא.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2007 7:02 pm
דורך מיללער
איך_הער,
מאך פלאץ פאר דיין משפחה מיטגליד מר. איך_שמעק, וואסי ס'שמעקט דיר נישט? שטאפ דיר צו די נאז!

א גוטן הרב שמעק, נאכ א הונדערט תגובות וועט מען מסתמא שוין שרייבן איכשמעק אויף דיר אזוי ווי איכער, זשאסט גיווינג יו העדס אפ!

וועלקאם עבאורד, שמעק דיר אויס דיין חלק, דערנאך נעם דיך צו דער עבודה, אז עס זאל גיין א ריח ניחוח.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2007 7:42 pm
דורך איך_הער
אבער יאשמעק, עטצעך נישט גוט זאגן, איא?

עניוועי, איך ברויך דען מאכן פלאץ? די שונאים זאלן פלאצן.

איך נעם אן דא יעדן איינעם בשמחה רבה ואמרו, לאוו דווקא משפחה מיטגלידער.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 25, 2007 4:32 pm
דורך מיללער
די קרעטשמע ווערט פילפארביג מיר האבן שוין א ברסלב'ער אויך, ברוך הבא הרב ברסלב, מאכט אייך היימיש.

ולעולם לא נתייאש,
את החושך לגרש,
ולשרוף אותו באש,
ונמשיך עוד לבקש.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 25, 2007 6:30 pm
דורך בני היכלא
שלום עליכם.

קענסט ר' נחמנ'ס שיר.

"כל רועה ורועה יש לו ניגון מיוחד"

זינג עס דא, הרב ברסלב, מ'טוט יעצט דורך די סוגי' פון ניגון על פי משנתו של רבינו נחמן בן פיגא בן שמחה...

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 25, 2007 9:57 pm
דורך קרעמער
שלום עליכם ברסלב, יהא בואך לברכה להרמת קרן הקרעטשמע והאידישקייט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2007 12:36 pm
דורך סאכדעס
שלום עליכם אלע נייע געסט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2007 2:42 pm
דורך דארפסמאן
גם אני מצרף לשלום את כל הארחים

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:27 pm
דורך זארעכפעפער
פרעגט דאך שוין רש"י די קשיא: אנא יכנס כל הפשתן הזה?
ענטפערט רש"י, אהה... היה שם 'פקח' אחד משיב לו ניצוץ לו...

רבותי, מ'אמיר זוכה געווען היינט צו דעם 'פיקח אחד', וועלכער וועט בעז"ה משיב זיין תגובות און אריין בלאזן אין אונז ניצוצות...

ר' פיקח, איר זיינט דאך א קלוגער איד. נו, לאזט אייך עפעס הערן. לאזן מיר נהנה זיין אביסל פון אייער דברי חכמה.

אה, יא, שיעור פארגעסן, שלום עליכם א איד. וואס מאכט איר עפעס?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2008 10:14 pm
דורך מיללער
יא יא זרח, גץ אחד יוצא ממפיח שלך ושורף את הכל, ווארט נישט אויף קיינע פיקחים, נעם דיך בלאזן רעכטס און לינקס.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 02, 2008 3:58 pm
דורך בני היכלא
ופיקח שפיקח הי', מה ראה להצטרף לחברי הקרעטשמע?

ראה שלשלת גדולה מוכן ומזומן לצאת ממנו, שלשלת של אבנים יקרים ומרגליות, שלשלת של זהב כסף ונחושת, שלשלת של נופך ספיר ויהלום.

ובכן, אנחנו עומדים ממתינים טבוח והכן, שהשלשלת הזה יתחיל לארוג שלשלתו.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 02, 2008 4:28 pm
דורך מיללער
רבי, איך האב שיעור נישט געמיינט אז דו שרייבסט מה ראה ל'שטות' זה, אבער תלי"ת איך האב נאך אויספיעט צו ענדיגען דעם זאץ פאר'ן אויסברעכן אין א פאניק.

קענסט די מעשה פונעם ע"ה וועלכער האט אנגעהויבן לערנען אין צדין?.......

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 07, 2008 12:58 pm
דורך מיללער
דער נייער טרי איז נישט קיין אנדערער ווי אוער גוד 'אלד ווילי', קום אריין פארטייל אביסל פון דיין משקה, און פארצייל אביסל פון דיין טאשקע.

ברוך הבא, אלד וויליאמסבורג איז דא!

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 07, 2008 3:20 pm
דורך דארפסמאן
שלום עליכם אלט ווילאמסבורג , יעצט וועט שוין זיין צי טרינקען פיינע משקע (נישט מאשקע) נא הייב אן צי טיילען

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 07, 2008 5:41 pm
דורך FedEx
שוין זייער לאנג נישט געוועזען דא.

שלום עליכם יעדערער!

<:>P{

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 07, 2008 5:56 pm
דורך מיללער
איינער האט געוואלט אפשיקן א פעקל? פעדעקס איז יעצט דא, כאפטס אריין.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 07, 2008 5:56 pm
דורך בני היכלא
אה שלום עליכם
וואו ביסטו טאקע געווען אזוי לאנג?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2008 3:34 pm
דורך אלעקסיי
איך נוץ נאר UPS, פעדעקס דרייט זיך כמעט נישט ביינונז...

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2008 3:40 pm
דורך יאנאש
זעהט אויס אז איבער בערג אין טאלן איז UPS די בעסט.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 16, 2008 1:38 pm
דורך מיללער
רבותי, איך האב געכאפט דעם מעסעדזש, עס איז אריינגעקןמען א נייער ניק מיט'ן נאמען, נישט מער און נישט ווייניגער ווי..............





פארשלאפן!!!!!!!!!!!!!!!!!!!



ווער וואונדערט זיך נאך וואס דא גייט פאר, זאל אויפהייבן די האנט.

ברוך האב ר' פארשלאפן, איר האט א ברירה צו טוישן אייער אימעזש אויב קענט איר מיט אייער פארשלאפנקייט אריינברענגען אזא מין אויפוואכיגקייט און לעבהאפט, לייק נעווער ביפאר, אדערווייז האט איר א פראבלעם.

(איך מאך נאר א לצה, נעמט עס נישט צום הארצן)

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 23, 2008 11:36 am
דורך מעכעלע
א גוט יאר מיר פרובירן דא אויס

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 23, 2008 11:37 am
דורך דארפסמאן
בלייב נישט ביים פראבירען

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 23, 2008 3:55 pm
דורך אלעקסיי
מניקלשבורג, מנתניה, אדער מזלאטשוב, אדער גאר עפעס דיפפערענט?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 23, 2008 4:34 pm
דורך איך_הער
א גוטן ערב ר' מעכעלע, מאכט אייך באקוועם, און מאכט זיכער אז איר האט הנאה, יא שיער פארגעסן, אויך מאכט זיכער אז אונז האמער הנאה.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 23, 2008 6:08 pm
דורך קרעמער
שלום עליכם מעכעלע, יהא בואך לשלם.