בלאט 26 פון 120

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 08, 2007 3:44 pm
דורך איך_הער
אז דו וועסט שרייבן אזאנע ארטיקלען ווי נאטורליך, דאן עט מען מוזן טוישן נאמען, דערווייל איזעס לכאורה נישט קיין פראבלעם.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 11, 2007 2:50 am
דורך בוקי סרוקי
נאך א גרינער...

איך דארף דא אן אפדעיט אויף די ניקים; ווער סע ווער.

וואס איז שוועמעל איצטיגע ניק?
האט שוין קרעמער נאך א ניק?

כאב מיליאנע קשיות, כ'על זיך דארף ארענטירן דא אביסל.
עני הילף איז וועלקאם

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 11, 2007 4:09 am
דורך קרעמער
אויף ווי ווייט איך ווייס, פארמאגט נישט קרעמער דערווייל קיין צווייטע ניק.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 11, 2007 11:56 am
דורך abimlaibt
זאג נאר בוקי? ביסט דאס וואס דיין ניק אן אז דו ביסט?
און ווי אויך, ביסטו אפשר געווען נעכטען אין ק"י?

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 11, 2007 12:17 pm
דורך סאכדעס
אבי, כ'קלער אז נישט...

שלום עליכם בוקי, ס'איז אונז א שמחה דיך צו האבן דא ביינונז.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 11, 2007 5:01 pm
דורך אלעקסיי
בוקי, מעג מען תולה זיין אויף דיר בוקי סרוקי אדער נישט?

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2007 4:08 pm
דורך שיכור
איך ווייס נישט וואס צו זאגן איך בין נאך אזוי צומישט

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2007 4:10 pm
דורך אלעקסיי
אז נישט איז נישט

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2007 4:20 pm
דורך איך_הער
סאו, ווען דו גייסט שוין וויסן, גייסטעך טוישן ניק?

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2007 4:25 pm
דורך שיכור
א שיכור בלייבט א שיכור אפילו ער איז אמאל אמאל ניכטער

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2007 10:15 pm
דורך מיללער
איך וויל אפגעבן מיין ברוך הבא וואונטשן פאר די לעצטערע משתמשים בקרעטשמע וועלכע זענען מגיבים ונותנים במחנינו ה"ה ידידינו הרב ר' ראובן הכהן קאהן והבחור'ל הישן נושן שליט"א

יהא בוכם לברכה ולהרמת קרן הקרעשטמע

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 26, 2007 6:05 pm
דורך מיללער
פארוואס זאגסטו אז דער נייער מעמבער איז נישט קיין היימישער? הא, די מעשוגענער...

"המשתמש הטרי ביותר הוא היימישער" לייענט זיך דער שולד אינדרויסן, ברוך השם פארדעם, נאך אן היימיש פנים ביינונז, יהא בואך לברכה'לע!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 06, 2007 12:43 pm
דורך צייטליך
ס'איז מיר געקומען יעצט די ידיעה (נאך א בליק טוען אינטן..) אז א נייער מעמבער, א פרייליך אידל, שטענדיג פרייליך, איז אריינגעקימען צו אינז,

לאמיר אום אויפנעמען מיט א פרייליך פנים,

שלום עליכם "בשמחה תמיד"

יהא בואך לברכה ולהרמת קרני ה'קרעטשמע,


זאג נאר, מיזט נישט ענטפערען, פלאנסט צו ווערן דא מנהל ?...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 06, 2007 3:05 pm
דורך דארפסמאן
שלום עליכם ליפא , לייג אראפ א גיט שטיקעל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 06, 2007 3:17 pm
דורך בני היכלא
אויף דעם ליפא ווארט מען דאך שוין אזוי לאנג, עד השתא האמיר נאר געהאט די זכי', נהנה צו זיין פון אים דורך א "פאקט"ישן שליח, אבער ועכשיו קרבנו את ליפא בעצמו...

ברוך בואך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 06, 2007 4:18 pm
דורך מיללער
בשמחה רבה אקדם בברכה'לע את פני אורחינו הדגול ר' ליפא שליט"א יסודותו בהררי 'מחנה רב טוב', ברוך הבא בשם הקעמפ.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 06, 2007 4:19 pm
דורך דארפסמאן
מיללער די ביסט און קעמפ יעצט ??

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 06, 2007 4:25 pm
דורך מיללער
דארפסמאן האט געשריבן:מיללער די ביסט און קעמפ יעצט ??


במחשבה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 06, 2007 9:38 pm
דורך קרעמער
א הערצליכן ברוך הבא פאר אונזער אלט-נייעם מיטגליד ר' ליפא, ביז יעצט האט ער נאר הנאה געהאט פון אונז, פון היינט האבן מיר שוין הנאה פון אים, און נישט סתם הנאה.

יהא בואך לברכה, להרמת קרן הקרעטשמע'לע.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 09, 2007 12:58 pm
דורך לחיים ולברכה
קוקאן, שלאכאטס איז דא......

וואו האסטו איבערגעלאזט דעם אראנדזש?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 09, 2007 2:34 pm
דורך אלעקסיי
לחיים ולברכה, שאלאכץ, מיט אן ענדע ץ.

ווער זאגט אז ער איז אן אראנדזש שאלאכץ, אפשר אן עפל, אדער גאר מאנגאו?

שאלאכץ, ביי אונז האט מען נישט געהאלטען פון קיין קליפות.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 09, 2007 2:38 pm
דורך לחיים ולברכה
אלעקסיי! שווייג! ביינונז האט מען נישט פארטריבן קיינעם. נישט די ץ און אויך נישט די טס.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 09, 2007 2:52 pm
דורך אלעקסיי
ווער פארטרייבט? סך הכל ביניך נאר אן פערדן טרייבער, נישט קיין מענטשען טרייבער, איך האב נאר מעורר געוועם כדי לעורר לב המעיין, און הרב שאלאכץ זאל אפירקומען מיט עפעס א פלפול של אמת אדער של הבל עכ"פ כדי להצדיק את הצדיק מעיקרא, כדי להגדיל תורה ולהאדירה.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 09, 2007 3:26 pm
דורך מאשקע
ס'זאל מקוים ווערן "תוכו זרק וקליפתו אכל".

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 09, 2007 3:27 pm
דורך אלעקסיי
מגלה פנים בתורה