בלאט 25 פון 120
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 10, 2007 10:54 pm
דורך קרעמער
ערעב יוד;
ויקרא שמך בישראל כנ"ל.
----
שלום עליכם נפתלי!
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 14, 2007 3:12 pm
דורך מיללער
שלום עליכם תלי (ביסט אפשר עפעס פאר כאלי?)
נפתלי וואס? אפשר צירלזאהן, יענער איז שוין לאנג נישט בנמצא
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 12:46 pm
דורך קוטשער
איך קוק שוין אביסל צייט דא
און עס איז זייער א שיינע פלאץ דא
וויל איך אויך מיט השי"ת הילף דא זיין
נאר א פראבלעם האט זיך געמאכט
אז איך הייס קוטשער
און א צווייטער הייסט שוין אלעקסיי אויך אזוי ווי א קוטשער
וויל איך פרעגן פון מענטשן דא
זאל איך מאכן א נייע נאמען
וואס האלט איר
יישר כח פאראויס
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 12:47 pm
דורך איך_הער
אלעקסיי איז אלעקסיי, און קוטשער איז קוטשער, אבער איין זאך דערקוטשע נישט, שרייב און לאז דעם עולם הנאה האבן און שוין.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 12:58 pm
דורך קוטשער
איך הער
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 1:58 pm
דורך אלעקסיי
זייענדיג אינמיטן א וויטען וועג
מיטן הייליגען בעש"ט אויפן פיאקער
זיצענדיג אזוי אויסגעדרייט מיטן פנים צום אחור
פארענדיג אויף שטעגן און וועגן וואס א מענטשליכע פוס האט נאכנישט באטראטן
אריינפאלענדיג פלוצלינג אין א טיעפן שלאף, די אויגען קלעבן זיך, מען קען עס נישט האלטן אפן
און פלוצים: איך געב מיר א וועק אויף, דאס איז טאקע געווען פון מיינע אייגענע שליקערצען, וואס גייט דא פאר?
יעצט פארשטיי איך שוין וואס דא איז פארגעקומען...
מיין מיינונג האב איך שוין דערווייל אפגעשריבען
דא
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 2:15 pm
דורך אלעקסיי
יעצט זעה איך אז עס איז שוין דא א בעל עגלה אויך דאהי אין קרעטשמע, האב איך נישט געהאט קיין צייט אפירצוקראצען ווער איז דא געווען בעפאר, אבער האב איך בדיעה אז א יוניאן קען מען שוין עפענען.
וועט עס די קרעטשמע צולאזען? ווי אזוי וועט די קרעטשמע אויסקוקען מיט א סטרייק? הע, כ'מאר נאר א ווערטל...
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 2:59 pm
דורך קוטשער
זיצן זיך די דריי אידעלעך צונאזאם
דער בעל עגלה
אלעקסיי
און דער קוטשער
וואו זיצט א קוטשמע
נאר אין קרעטשמע
נישט ער זיצט דארט
ער וואוינט דארט
דארט איז זיין היים
אזוי איז אים נגזר געווארן משמים
פונעם היים און ביזן
דרייט ער זיך אין די וויזן
דער קרעטשמער א טרינק בראנפן דערלאנגט
יעדנס הארץ ער פאנגט
אלעקסיי בעט קאניאק
דער בעל עגלה דארף שליוואויץ
און דער קוטשער פראסטע וואדקע
דער קרעטשמער אזאנס נאכנישט בייגעוואוינט
א קוטשער דעם קרעטשמער ער נישט שוינט
ניין דינערט ער נישט ביי מיר
דא טרינקט מען וואס איך סארוויר
די קוטשערס שטילערהייט מען שמועסט אפ
מען גייט דעם קרעטשמער מאכן דעם גאוה אראפ
מען גייט אים לערנען טאנצן
און מיט א סטרייק באזאלצן
געזאגט און געטאן
יעצט שוין מיט א הויכע טאן
טרינקען גייען מיר נישט
ביסט דו וועסט אונז אלע האבן איינגערישט
וויאזוי עס וועט איינעם נאר גלוסטן
צו ווערן אין די גוסטען
דער קרעטשמער קלוגער פון זיי אלע
וואס פון א קוטשער און בעל עגלה
וועל איך האבן שרעק
איך וועל זיי גוט באצאלן בעק
וואקט ער זיך אזוי שטיל אוועק
נישט צו געבן די מינדעסטע ערוועק
אז ער גייט אונטערזוכן זייערע זעק
ער איז שוין צוריק
די קוטשערס האבן נאכנישט געגעבן קיין איין טרינק
זיי סטראשענען אלע אוועקצוגיין
אן צו לאזן א גולדן אויף זיין געביין
שפירנדיג זיך געווינען
און פריילעך איבערן זינען
לאזן זיי זיך ארויס אין א טענצל אויפן וועג ארויס
גייענדיג זוכנדיג א נייע הויז
קומענדיג ארויס פון שוועל
האט זיי באטראפן דאס העל
דער קרעטשמער האט זיי אפגעשינדן די פעל
און געמאכט פון זייער סטרייק א טעל
צובראכן זייער געהויבן זעל
וואס האט פאסירט וואונדערט איר זיך געוויס
איך וועל אייך נישט לאזן שטיין אויף די פיס
צו יעדע בוים א שטריק איז צוגעבינדן
אבער קיין איין פערד צו טרעפן פאר קיין געלט איז נישטא
באמס באמס באמס
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 3:12 pm
דורך מיללער
א דאקטאר האט עטץ נישט אפירגעקראצט אויפן וועג?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 3:17 pm
דורך קוטשער
עי מילער
וואס ווילסטו פון א פראסטער קוטשער
א גוטן טאג פארגינסטו מיר אויך נישט
גענוג שוין וואס איז אנגעשריבן
פעלט דען דאס אויס
ווער דארף דעים דאקטער
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 4:42 pm
דורך דארפסמאן
ברוך אתה בבואך
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 7:18 pm
דורך מאשקע
כ'האב הנאה! קאנקורענץ איז גוט פאר די עקאנאמיע! אדרבה, אפשר יעצט וועלן די פרייזן פון א נסיעה פון ידיעות התורה צו היימישע פארברענגען אנהייבן צו פאלן! יחי הקאמפעטישאן!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 3:36 am
דורך קוטשער
מאשקע.
איך שעם זיך צו זאגן הויך, דאס געזיכט איז מיר עטוואס פאררויטלט, אבער אין מיינע לאנד קארטן און אטלאסן, האב איך נישט געפונען די שטעט וואס דו דערמאנסט, אוי ווי ביסטאך א פערטיגע קוטשער, דו קענסט די שטעט אזוי ביים נאמען פון אויסענווייניג, אן קיין שטאלפער אדער א שטאמעל.
איך בעט דיר נאר, גיי מיט מיר נישט קאנקורענץ, ווייל מיט אזא קוטשער איז בכלל נישט קיין קונץ א קאנקורענט צו זיין, גלייב א קוטשער אויפן ווארט, דא איינמאל וועס עס שאטן פאר די עקאנאמיע, איך מיין מיין פארשטייט זיך.
יחי מאשקע!
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 07, 2007 5:15 pm
דורך יואלי
ממש א מחי'
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 07, 2007 5:21 pm
דורך מיללער
העי יואלי, טוטציך?
ברוך הבא, מאך דיך היימיש.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 07, 2007 5:28 pm
דורך לחיים ולברכה
יואלי, איטס סאו נייס טו סיע יו היר! וואטס אפ? טעיק עי סיעט, ענד וועיט פאר סאמוואן טו סירוו יו.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 07, 2007 5:30 pm
דורך קרעמער
שלום עליכם ר' יואל!
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 07, 2007 9:27 pm
דורך איך_הער
ברוך השם אז יואלי איז שוין אויך דא, היבש לאנג געווארט אבער אנגעקומען איזער, נו מאך דיך היימיש, און מאך דיך באקוועם, און דערנאך לאדיך הערן.
רבותי, פון היינט און ווייטער עט מען דארפן אכטונג געבן, נישט אויסצומישן, יואלי גרויזאמער, מיט פלעין יואלי.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 08, 2007 12:39 am
דורך סאכדעס
יאכער, זינט ווען ווארטסטו שוין אויף עמען??? האסטעך אונז דאס קיינמאל נישט געזאגט...
יואלי, וואסאפ?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 08, 2007 9:17 am
דורך צייטליך
ב"ה, סאכדעס, פארוואס פונקט היינט פרעגסטו ?..
אההה, די רעדסט פון די ניק.. אנטשולדיגט.
*
שלום עליכם ערעב יואלי, יהא בואך לברכה, דער עולם איז עפעס זייער העפי אז די ביסט אהער געקימען, מיזט ארויסווייזן אן הכרת הטוב, לאדעך הערן!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 08, 2007 11:24 am
דורך קרעמער
פון זיבנבירגן האב איך שוין געהערט
אויך פון זילבערשטיין
אבער וואס איז דאס "זיבנשטיין"???
האסט א ברירה: לאז דיר הערן און ערקלערן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 08, 2007 2:59 pm
דורך נאטרוליסט
איך בין דא א נייער.
איך בין בטבע א נטרוליסט (בטבע אפשר נישט) פון האבי אויס.
אלזא, נאכן זיין דא אביסל, האב איך געזען אז כבר קדמוני הרב נאטורליך.
איז מיין פראגע צו די עטיקס קאמיטע, דארף איך זיך איבער'אידישן. כ'מיין טוישן מיין נאמען, אדער מיין האבי אדער קען איך בלייבן מיט'ן שם המושאל, ויקרא שמי בקרעטשמע "נאטורליסט", והכל יבוא בשלום?
אייערס, און אויך מיינס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 08, 2007 3:02 pm
דורך אנדי פעטיט
נאטירלעך וואל איך דיר געזאגט אז וויבאלד דו ביסט א נאטורליסט קענסטו בלייבן מיט דיין נאטילעכר נאמען הרב נאטורליסט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 08, 2007 3:05 pm
דורך מאשקע
פאר די מנהלים איז גאנץ גרינג עס צו טוישן, און זיי פארמאגן גוטע הערצער. זאג נאר איין ווארט, און ס'וועט געטון ווערן פאר דיר.
מיינס און מיינס
מאשקע
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 08, 2007 3:33 pm
דורך דארפסמאן
נישט קיין חילק וואס די נאמען איז דער עיקר איז די מעשה