בלאט 24 פון 120

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 20, 2007 4:35 pm
דורך צייטליך
חחחחחחחח, מאשקע,

שלום עליכם טייערע אידן, וויאזוי הייסט ער נאר, נא, יא דער 'קנעפל', א גוט יאר אייך, יהא זכרו ברוך,

און שאלעמאלייכעם רב 'משה מענשט', ביסט געוואלדיג, האלט אן, קיפ אן זאגט מען,

און יא, פאר איך פארגעס, ווי איז דער 'חדר אינגל?, ווי איז ער שוין פארלוירן געגאנגען ? ווי איז דיין רבי ?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 28, 2007 10:29 am
דורך מיללער
ברוך הבא מר. אסאך-געלט, פאר איך זעץ דיך אראפ אויף דיין פלאץ, זאג נאר וואס איז מיט די סאך געלט, דאס האסטו אדער דאס ברויכסטו? (שטייסניש, אזוי וועל איך וויסן ווי דיך צו זעצן)

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2007 10:51 am
דורך אנדי פעטיט
איך האב שוין געהערט פון דער סייט א צייט צוריק אבער איך האב געטראכט וואס האט א יאנקי פיטשער צו זוכען אין א "היימישע קרעטשמע" אבער אפאר טעג צוריק האט מיר מיין מענעדזער (דזאו טארי) געלאזט וואוסען אז עס איז דא איין קרעמעל אין די קרעטשמע וואס שמועסט ספארטס אויב אזוי בין איך דאך שוין א הויפט מחותןץ

אשר על כן..........................


עליכם השלום :smile:

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2007 10:54 am
דורך לחיים ולברכה
השלום העליכם. (נישט אזוי ענפערט מען ווען איינער זאגט מיר פריער עליכם השלום?)

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2007 3:04 pm
דורך abimlaibt
יא אזוי ענפערט מען,
u r very welcome here. where ever you will find your sit.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2007 4:45 pm
דורך קרעמער
YOUR SIT?

אפשר SEAT.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 04, 2007 11:11 am
דורך דארפסמאן
WELCOME TO THE CLUB == ח"ו דא איז נישט קיין קלאב דא איז מען זייער ערענסט

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 05, 2007 10:55 am
דורך זארעכפעפער
ברוך הבא יום טוב ערליך. וואס אן אמת געשמועסט, וואלט איך דיר געווען געדארפט מקבל פנים כראוי וכיאות פאר אזא חשובן גאסט, אבל דא עקא, נאכן ליינען דיינע אנאליזן בין איך פשוט געווארן שפראכלאז, איך שפיר זיך ווי די יודן אין די אויגן פון די בני ענק... ומי אנכי אז איך זאל זיך אפי' טרויען צו עפענען א מויל אנטקעגן אזא איש מלומד. צו קענען ריכטיג ארויסברענגען מיין פרייד מיט דיין ערשינונג צווישן אונזערע פיר ווענט, וועלן מיר מוזן ווארטן ביז דער פון אויבן וועט אונז צושיקן דיינס א בן-גיל, אן אנאליסט פון נאטור אויס, אז ער זאל אונז קענען ארויסברענגען און אנאלאזירן דיין מייסטערווערק...

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 05, 2007 1:13 pm
דורך abimlaibt
גערעכט קרעמער, עס קומט seat נאר א טעות איז זיכער געשעהן ווען עס איז אזוי אריינגעפרינט געווארען צו די קרעטשמע,
וטעות עולם לקרעטשמע, כמעט יעדער מאכט דא טעותים, כאילו דא איז די פלאץ דערפאר.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 10, 2007 10:55 am
דורך צייטליך
שלום עליכם "מאשטי" (כ'מיין אז דאס איז מיינט עס)

פארוואס האסטע דעך איינגעשריבן אויב האלסטו נישט ביים שרייבן ? לאמיר זעהן, גיב אינז א גוט ווארט, עפעס, לאז דיך הערן,

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 10, 2007 3:28 pm
דורך שלמה שמש
עס איז דא דא צוזאלכן אין צום וויינען

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 19, 2007 11:56 am
דורך צייטליך
כ'האב דא געוואלט אפגעבן מיין שלום עליכם ווינשט פאר אינזער אלטער באקאנטער מעמבער הרב "בני היכלא" שליט"א, נאכן זיין אפוועזנד פון דא פאר עטליכע וואכן נאכאנאנד, יהא בואך לברכה.

ברוכים הבאים בשם השם.

אוי זע הע הא יו הוי הוים עשה האשעהעם נאגילא וניסמעכא בוי, אוי זע הע ...

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 19, 2007 12:08 pm
דורך מיללער
שלמה שמש האט געשריבן:עס איז דא דא צוזאלכן אין צום וויינען


צייטליך אז דו האסו ארויפגעברענגט דעם אשכול, מערק איך שלמה'ס אויבנדערמאנטע תגובה.
זאג נאר שלמה'לע טייערער, ווען זאלכסטו און ווען וויינסטו? לאז כאטש דעם עולם מיטהאלטן.

יא און דער ווארצל (עיקר) האב איך איך שיער פארגעסן, צייטליך פריי דיך נאכנישט אויף כאלי'ס צוריקקער, פון עקספיריענס האלט איך איז ס'איז נאר לפי שעה, הלוואי בין איך נישט גערעכט.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 19, 2007 12:20 pm
דורך צייטליך
מיללער, כ'האף אז דער כאלי וועט דיר יעצט אריינגעבן איננס און אזעלעכס אין פערטען ריפ אריין, אזוי אז די זאלסט וויסן, ווען כאלי איז דא איז ער דא אלל די וועי,

כאלי, הערסט? אפילו אינמיטן די סאמע עשרת בני תשובה מעג מען אויך, נעם דיך שרייבן אנע אויפהער, זאלן אלע פלאצן.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 19, 2007 12:26 pm
דורך מיללער
צייטליך האט געשריבן:מיללער, כ'האף אז דער כאלי וועט דיר יעצט אריינגעבן איננס און אזעלעכס אין פערטען ריפ אריין, אזוי אז די זאלסט וויסן, ווען כאלי איז דא איז ער דא אלל די וועי,

כאלי, הערסט? אפילו אינמיטן די סאמע עשרת בני תשובה מעג מען אויך, נעם דיך שרייבן אנע אויפהער, זאלן אלע פלאצן.


מיט רחמנות, ריפ-ריפלעיסמענטס איז פון די שווערסטע פראצעדורען היינט, וואס זאגסטו, ווען ער איז דא איז ער דא? אבער ווען ער איז נישטא, קענסטו רעדן צום דופן עקומה אין טענה'ען לבוד, גיד-אחית, און דיו לבא מן הדין, ס'וועטער (נישט וואס מ'טוט אן אין די סוכה) העלפן א מכה בדופן (כאפסט, דופן דופן לגז"ש).

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 19, 2007 12:39 pm
דורך צייטליך
חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח, יו די ביסט.

העמער ציווארטן.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 07, 2007 2:50 pm
דורך אידישע וועלט
שלום

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 07, 2007 9:43 pm
דורך מיללער
אידישע וועלט האט געשריבן:שלום


שלום לך ושלום לעוזריך, שלום שלום לרחוק ולקרוב!

כ'גלייך נישט דיין ניק (מנהלים קלערט אריין צו ס'איז נישט קיין פראבלעם) אבער קעגן דיר פערזענליך האביך לכאורה גארנישט, וואס מאכסטו? וואיזוי איז געווען יאנטעף אין דיין "וועלט"?

כ'האף אז דער יעניגער וועט ענטפערן, כ'וויל נישט רעדן סתם אין די "וועלט" אריין......

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 07, 2007 9:48 pm
דורך 3x0
לויט אונזער אינפארמעישאן ביזדערווייל, איז עס דער אנפירער פון די אידישע וועלט.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 08, 2007 8:37 am
דורך מיללער
דאן צוה איך צוריק מיין באהויפטינג, און איך וויל דא עפנטליך איבערבעטן און באדאנקן כבוד ידידי וידיד כל בית ישראל מר. אידישע וועלט יר"ה, די ארבעט דיינע איז אומשאצבאר יעצט אז דו האסטוך דא אויך קובע מקום געווען איז דאך מה טוב ומה נעים גם יחד, אבער זכור נא ידידי, גם מזה אל תנח ידיך האלט אן די שטענדיג-שטייגענעדע ניווא דארט אין די וועלט לפאר ולרומם עולם היהודי לתפארת כל בית ישראל.

חזק חזק ונתחזק!

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 08, 2007 9:55 am
דורך קרעמער
שלום עליכם "אידישע וועלט", יהא בואך לברכה, להרמת קרן העולם היהודי.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 08, 2007 11:18 am
דורך סאכדעס
שלום עליכם אידישע וועלט, דו ביסט דער זעלבער ווי אלבערט?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 08, 2007 2:10 pm
דורך י
ששלום

הק' י

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 08, 2007 3:03 pm
דורך קרעמער
י;

איך האב א פראבלעם וויאזוי דיר צו רופן. "אידעלע" איז שוין דא ביי אונז א ניק, "ערעב יוד" איז גוט?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 10, 2007 6:04 pm
דורך י
גוט