בלאט 23 פון 120
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 26, 2007 1:26 pm
דורך קרעזי
קרעמער,
ווילסט עפענען א נייע הענגל מיטן נאמען "לשון הקודש: בבטח"?
האלט דיינע הארסעס....
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 27, 2007 12:23 pm
דורך קרעמער
שלום עליכם ירושלימער!
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 27, 2007 4:13 pm
דורך איך_הער
קרעמער, ס'איז נישט איידל אויפצונעמען ניי חברה, מיט די צונג אינדרויסן.
פארעפענטליכט: שבת יולי 28, 2007 10:44 pm
דורך קרעמער
די וועלט זאגט אז א בלינדער ח"ו הערט זייער גוט, ווייל השי"ת שטראפט נישט א מענטש מיט צוויי שטעקענעס, און ער פארשטארקט אים דעם חוש השמיעה אנשטאט דעם חוש הראיה.
לענינינו: דו 'הער'סט ב"ה גאר גוט, עס איז נאר די זעה-קראפט וואס קען נוצן א שטיקל BOOST.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 30, 2007 11:05 am
דורך shumrim
צייטליך האט געשריבן:ס'קיינמאל נישט צו שפעט, מיר וועלן זיכער הנאה האבן,
i dont have yiddish in my pc . can any body please help me how to get it when i'll have it vet gein a ruech thanks

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 30, 2007 12:55 pm
דורך זארעכפעפער
שלום עליכם שומרים,
בנוגע דיין פראגע איבער אינסטאלירן אידיש אין דיין פי. סי. גיב א קוק
דא אין דעם אשכול, פון די תגובה און ווייטער, אפשר וועסטו געהאלפן ווערן.
בהצלחה.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 30, 2007 1:52 pm
דורך בני היכלא
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 07, 2007 3:24 pm
דורך michow
עליכעם שאלעם
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 08, 2007 11:32 pm
דורך קרעמער
מיכה?
וויאזוי רופט מען דיר אין אידיש?
און וואס איז פשט פון די צאפ דיינע ביים חתימה?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 12:17 pm
דורך michow
wמיין נאמען איז מיכא
צאפ צאראפ דאס איז וואס איך האב מיט געברענגט פין רוסלאנד
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 12:32 pm
דורך פאטאקי08
בין איך דא?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 12:45 pm
דורך וואס
העי פאטאקי, מאכט אייך באקוועם, האסט טאקע נישט קיין שאנסן צו געווינען אין 08, אבער איך וואוט שוין פאר דיר אז זאלסט אנהייבן שרייבן.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 10, 2007 5:19 pm
דורך איך_הער
שלום עליכם נאך א חסיד.
ווער איז דער ערשטער חסיד? אה, דו מיינסט חסיד'ן? אויך מיר א חסיד, איינער וואס שרייבט צוויי תגובות, איז שוין א חסיד? און אויב פלאנסטו צו טהון דאס זעלבע, מיינסטו אז דו ביסט יא א חסיד?
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 17, 2007 11:42 am
דורך צייטליך
שלום עליכם "יוסי", ביסט שוין דא עטליכע טעג, און קיין ווארט הערט מען נישט פון דיר, נעם דיך צו די מלאכה, שעם זיך נישט,
שלום עליכם "אלעקסיי", די ביסט היינט אנגעקימען, א גוטן, האסטע געהערט וואס כ'האב געזאגט פאר יוסי ?? שוין, כ'זאג דיר דאס זעלבע, שעם דיך נישט, און הויב אן אריינצולייגן דיינע עטליכע סענט ווי די ווילסט, קיינער האלט דיך נישט אפ, שטיי נישט ביי די זייט דארט אינטן ווי א נער, קוק מיך נישט אן, נעם דיך שרייבן.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 19, 2007 4:36 pm
דורך קרעמער
שלום עליכם קנעפעל.
יהא בואך לברכה, להרמת קרן הרעקל.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 20, 2007 9:20 am
דורך Anonymous
איך זעי אז דא קען מען זיך באגריסען. איך וויל ענק זאגן שלום עליכם, איך האף אז מען גייט מיך דא אויפנעמען ווי עס פאסט פאר אזא משה מענטש ווי איך.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 20, 2007 9:29 am
דורך לחיים ולברכה
אז דו שרייבסט עלעך דיר טאקע אויפנעמען. געווענליך אזא איינער וועט מען האבן נוצן פונעם.
עלעך דיר באגריסן הויעך אויפ'ן קול: טשאלענטאלייכן!
קנעפל רופט זיך נישט אן, עלעך אויסדריקליך 'נישט' באגריסן.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 20, 2007 9:34 am
דורך מאשקע
בכלל איז באקאנט אז דאס קנעפל פאלט נישט ווייט פון רעקל. נו, וועט אים שוין דער רעקל באגריסן.
(איך וועל געבן צוויי פעטש פאר דעם וואס עפנט זיך יעצט א ניק 'רעקל'...)
*
שלום עליכם דו משה מענטש דו. העי העי, דו משה מענטש דו. קום אריין, מאך דיך היימיש. קענסט בלייבן מיט'ן סוועטער אנגעטון, ס'קאלט היינט. טרעף דיר א פלאץ און באשטעל א טרינק.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 20, 2007 3:09 pm
דורך Anonymous
יישר כוחכם מאשקע (אפשר זענען אונז קרובים????? משה-מאשקע!!! מען קען נישט וויסען!!!
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 20, 2007 3:24 pm
דורך קרעמער
געב א קוק, דער חברה-מאן פירט זיך שוין אויף דא ווי משה-מענטש!...
ברוכים הבאים!
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 20, 2007 3:27 pm
דורך מאשקע
משה מענטש;
קען טאקע זיין מ'זעמיר קרובים. וויאזוי האט די מאמע געהייסן פון די מאמע'ס זייט?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 20, 2007 3:34 pm
דורך Anonymous
זי הייסט מענטש...
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 20, 2007 4:02 pm
דורך סאכדעס
דעמאלט זענט איר ווייט נישט קיין קרובים....
שלון עלייחען...
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 20, 2007 4:20 pm
דורך Anonymous
די ווייסט אז די קענסט נישט ספעלען??????? איך מאך נאר א ז'אוק, עליכם שלום, ניין, עלייחען שלון!!!!
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 20, 2007 4:23 pm
דורך מאשקע
נו... ביז חוצפה...
האחד בא לגור, איינער קומט זיך אריין דא, וישפוט שפוט, און ער ווערט מיר א גאנצער 'משה מענטש'?...