בלאט 22 פון 120
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 23, 2007 11:58 am
דורך 9/11/01
אה! ברוך השם אנגעקומען!!!
אוי ווי לייגט מען די שירעם?
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 23, 2007 12:00 pm
דורך קרעמער
שלום עליכם 9/11
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 23, 2007 12:03 pm
דורך צייטליך
שלום עליכם ניין עלעווען,
די שירעם קענסטע אויפהענגען דא, זעסט, דא אינטערן טיר איז דא א הוק, אבער שאקעל עס אפ פאר די הענגסט אויף, סידאך פול מיט וואסער,
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 23, 2007 12:37 pm
דורך אלץ-ווייסער
איר'ט אלע געקומען צום פאסטען.
יעקב אלי', וועסט מוזן אנגרייטן א גרויסן אויספאסטן מאלצייט, פיל נייע געסט געקומען.
מאכט אייך היימיש. פארגעסט נישט אויסטאן די שוך.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 23, 2007 12:39 pm
דורך דארפסמאן
איך האב געזען אין שפיטאל אז עס איז דא פלעסטיגס ווי אריין צי לייגען די שירעם כדי די פלאר זאל נישט ווערן נאס , איינמאל בין איך אריין געקימען אן קיין שירעם אין די גארד האט געזאגט פאר יעדן איינעם פאט יאר עמברעלע אין עי בעג האב איך איך אים געפרעגט אויב ער האט אזא גרויסע בעג אז איך זאל אריין פיטען
" או האט ער געלאכט".
פליז פאט יאר עמברעלע אין עי בעג מאך נישט נאס די גאנצע קרעטשמע
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 24, 2007 5:25 pm
דורך קרעמער
איך וויל דיר נישט באגריסן, עס איז פארט תשעה באב, זאג מיר נאר מר. HDSHK, וויאזוי ווילט איר מען זאל אייך רופן דא אינעם צוקונפט?
העד טשעק?
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 24, 2007 6:13 pm
דורך לחיים ולברכה
יגדיל טייערע,
מ'טאר נישט גריסן!
אגב, כ'האף אז דו ביזט נישט אריינגעקומען נאר צו פרעגן וועגן דיין ווייפיי....
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 25, 2007 2:17 am
דורך בןהרחמן
שאלעמאלייכעם יחצאל, ת"ב האב איך דיך נישט געוואלט באגריסן און אפילו נישט רעדן צו דיר וועגן היסח הדעת פון אבילות, אבער יעצט גיב איך דיר א ברייטן שלום עליכם, וועלקאם צום קרעמעל.
יהא בואך להרמת קרן היומאר
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 25, 2007 7:50 am
דורך קרעמער
נעכטן זענען צוגעקומען צוויי פרישע מיטגלידער, איינער מיטן נאמען HDSHK און דער צווייטער מיטן נאמען יגדיל. האב איך שפעטער באמערקט אז דאס איז מסתמא דער זעלבער, ווייל יגדיל אויף ענגלישע קיע-באורד בוכשטאבן קומט אויס HDSHK.
(אויב יענער וויל מען זאל פארמעקן דעם ענגלישן נאמען, זאל ער זיך מעלדן צו די מנהלים)
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 25, 2007 9:51 am
דורך קרעזי
פאר דעם דארף מען זיין א ERGNGR...
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 25, 2007 10:58 am
דורך קרעמער
אדער פשוט קרעזי.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 25, 2007 11:00 am
דורך קרעזי
מיינסט מן הסתם ERGZH...
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 25, 2007 11:01 am
דורך קרעמער
קרעזי וכל שום וחניכא דאית ליה, בכל לשן לחישותא
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 25, 2007 11:01 am
דורך קרעזי
JJJJJJJJJJJJJJJJJJJJJJJJ.....
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 25, 2007 11:51 am
דורך דארפסמאן
שלום אליכם יגדיל תורה ואדיר
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 25, 2007 3:29 pm
דורך צייטליך
איך וויל דא געבן א ברייטהארציגן שלום עליכם פאר אונזער אלטער גוטער פריינד הרב "בני היכלא" שליט"א - מגי"ש בבית מדרשינו,
אזוי ווי ער איז נישט דא געווען פאר די לעצטע שטיק צייט, און ער איז היינט צוריק געקימען, ווינטש מיר אים ברוך הבא בשם השם ברכנכם מבית השם.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 25, 2007 3:32 pm
דורך סאכדעס
און נישט נאר דאס ער איז אנגעקומען ווי א מלאך המושיע דארט אין ידיעות.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 26, 2007 10:20 am
דורך צייטליך
ברוך הבא פארן נייעם אינגערמאן דא אין קרעטשמע מיטן נאמען "קרעטשמע מאן", אדער אין קורצן 'קרעטשמאן' (ע"ש גאלדמאן, זילבערמאן, וכדו')
יהא בואך לברכה, זעה צו ווערן א ריכטיגע קרעטשמע מאן מיט אלע הידורים..
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 26, 2007 12:57 pm
דורך קרעמער
וויל איך אראפפארן מיטן בלעטל כדי צו זען דעם נייעם קרעטשמאן, באווייזט זיך מיר א פריש פרצוף "מה טובו"!
שלום עליכם אלע פרישע געסט, טו סטעי אר טו גאו?
לאמיר זינגן: מה מה מה, מה מה מה מה, מה טובו אוהליך יעקב, מה מה מה, מה מה מה מה, משכנותיך ישראייייייייייייייל
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 26, 2007 1:07 pm
דורך קרעטשמע מאן
עליכם השלום אידן,
קרעמער, דא בין איך!
יישר כח פאר די ווארימע אויפנאמע, עס איז מיר אוודאי א פארגעניגן, זייט וויסן אידן, די היימישע קרעטשמע איז היינט באקאנט און די גאנצע חרד'שע אידענטום בכלל, און ביי אונז פרומע, ערליכע און אידישע בירגער בפרט, אלס א "היימיש ווינקל פאר תורה און אידישקייט" (קרעדיט:בעלז)
כה לחו!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 26, 2007 1:13 pm
דורך קרעמער
האסט נישט געענטפערט אויף מיין פראגע: טו סטעי אר טו גאו?
כה לחי.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 26, 2007 1:19 pm
דורך קרעזי
איך זעה אז קרעמער האט יא א בליק געטון אין דעם פורים הענגל וועלכע איז ערשינען דא אין סאמע טרויער...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 26, 2007 1:20 pm
דורך קרעמער
בודאי, בבטח, פארוואס נישט? איך האב מיר געסעיווט דעם לינק, און דאס געבליקט נעכטן נאכט, נאכן שאוער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 26, 2007 1:21 pm
דורך קרעטשמע מאן
אהההה, אנטשולדיגט רבי,
מיטן באשעפער'ס הילף, טו סטעי!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 26, 2007 1:24 pm
דורך קרעמער
אה, יעצט האסטו געענטפערט ווי א קרעטשמע מאן!
(איך רעד פון דעם 'רבי' חלק..)