Advertisement

אויפנאמס צימער
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פרייטאג יולי 13, 2007 12:10 pm

וועלקאם בעק ר' נפתלי.

Advertisement

פרייטאג יולי 13, 2007 12:42 pm

שאלאם.

זונטאג יולי 15, 2007 6:35 pm

שלום עליכם פארן נייעם שרייבער "שקר הדייעט"
יהא בואך לברכה ולהרמת קרני הקרעטשמע לשם ולתפארת,

די באדייט פונעם ניק איז ביזדערווייל נאך נישט פארשטענדליך פאר מיר, העמער ציווארטן, יבא בעל הניק ויפרש פשט הניק.

זונטאג יולי 15, 2007 6:40 pm

יעצט באמערקט איך דעם ברוכים הבאים אשכול בליצן מאראנציג, כאפ איך צוערשט א בליק פון אונטן, און ס'מיר גוט געווארן... אזא מאדנע ניק, איך האב ערנסט אריינגעקלערט אויב מען קען דא זאגן ברוך משנה הניקות...

אבער לאמיר נישט כאפן די געילה פאר די צייט (אופס), און אויסווארטן דער בעל הניק זאל קומען פארענטפערן זיין ניי באשאפן ניק.

זונטאג יולי 15, 2007 7:54 pm

שלום עליכם דייעט, (ער האט צו א לאנגע נאמען. איך מיין אז די פארוואלטונג זאל ארויס לייגן א ווארענונג פאר איינעם וואס מאכט זיך א לאנגן ניק, אז מיר חברה וועלן שניידן שטיקער פון אים, אז ער וועט פארגעסן זיין עכטען ניק.) עניוועי, מסתמא קענסטו ליפא'ס ניגון דייעט דייעט בייעט בייעט, עפעס אזוי.

איך לייד דערווייל נאכנישט אויף די מחלה, אבער פון צייט צו צייט, קען איך מיך געבן א צוזינג, אז אפשר דארף מען שוין גיין אויף א דייעט.

יהי דייעטכם לברכה.

זונטאג יולי 15, 2007 8:02 pm

איך_הער האט געשריבן:אז מיר חברה וועלן שניידן שטיקער פון אים.

זיין ניק זאגט דאך קלאר אז ר'האלט נישט פון אזעלכע זאכן...

מאנטאג יולי 16, 2007 10:34 am

שאלען אלייכען, איצטע עמיר אלץ זיין זאט, אבער נאך ווי!!!
לאמיר האפן אז דו וועסט אונז קיינמאל נישט לאזן הונגעריג נאך א זאפטיגע ארטיקל, א גוטן תגובה, און ווער רעדט נאך פון איבערנעמען יעקב אלי'ס פאסטן? אויף דעם ביזטעך אהערגעקומען, ניין? ונזכה ונחיה ונראה.
לאמיר אלע צוזאמען זינגן: שקר הדייעט והבל האפפאלן.

מאנטאג יולי 16, 2007 3:37 pm

יאכער.
כ'ווייס נישט צי מ'מעג גיין אויף דייטע אין די 9 טעג
אפשר איז דאס אינעם גדר פון שפאצירן וואס איז פארבאטן.
מ'דארף אנפרעגן דעם דאיען.

מאנטאג יולי 16, 2007 3:43 pm

אלץ ווייסער, אויף דייעט'ן מעגסטו וואקן, ווייל שפאצירן אן קיין ציל, מיין איך אז מען מעג.

מאנטאג יולי 16, 2007 3:51 pm

יא... לשיטת שקר_הדאיען מעג מען טאקע.

מאנטאג יולי 16, 2007 5:05 pm

שלום עליכם איש-חיל!

ווי זאגט יענער? וועלקאם טו די קלאב.

מאנטאג יולי 16, 2007 5:08 pm

נאר די אשת חיל לאז זיי מוחל אינדרויסן...

מאנטאג יולי 16, 2007 5:20 pm

דו רעדסט בשם כל הקהל ועדה?

מיר האבן שוין לאנג א באזונדערע עזרת נשים אפטיילונג, מיט די נאטורליכע רעבעצין אלס פארזיצערין.

מאנטאג יולי 16, 2007 6:22 pm

שלום עליכם, איש חיל, זעה אז ס'זאל אונז נישט שווער זיין די קשיא, איש חיל מי ימצא.

דאנערשטאג יולי 19, 2007 11:11 am

דער שרעקעדיגער 9/11/01 איז אריינגעקומען צו אונז. אבער גאט ב"ה האט מקדים געווען רפואה למכה, און קודם אריינגעשיקט די shumrim צו היטן אויף אונזער שטעטל.

דאנערשטאג יולי 19, 2007 11:26 am

מאשקע;

צווישן מיר און דיר --- דו האלטסט אז דאס איז בין לאדין אליין? אדער נאר איינער פון זיינע אידישע געהילפן..

דאנערשטאג יולי 19, 2007 11:37 am

פליז, דערמאן מיך נישט פון בין לאדין...

זונטאג יולי 22, 2007 12:51 pm

קוקטס ווער איז דא, א ריין אויג, ב"ה מיר האבן דאס דערלעבט.
א ירא שמים האמיר שוין, איצטער קומט א טהור-עינים, געוואלדיג.
יהא בואכם לחיים ולברכה לטהרת עיני הקרעטשמע.

זונטאג יולי 22, 2007 3:32 pm

נישט סתם א טהור עינים, נאר טהור "עיניים"!

שלום עליכם!

זונטאג יולי 22, 2007 5:12 pm

איר וועט זיך אודאי וואונדערן ווער איז דער "פרשנדתא"? וועט ער שרייבן אדער נאר ליינען?
לאמיך אייך אוועקנעמען די וואונדער. איך בין שוין אן אלטער ליינער, שוין בערך א האלב יאר, כ'פלעג זיין פון די אורחים, כ'האב פשוט מורא געהאט צו אויפסיינען, כ'ווייס אליין נישט פארוואס. כ'וויל מיך אליינס באגריסן, שלום עליכם ר' פרשנדתא!
איך וועל אי"ה שרייבן און נישט נאר ליינען, נישט אסאך ווייל כ'האב נישט צופיל צייט, אבער עפעס יא. אי"ה.

זונטאג יולי 22, 2007 5:14 pm

שלום עליכם פרשנדתא, און א ריזן דאנק פארן שרייבן דיינע מאטיוון, פארשפארנדיג אונזער וואונדער.

זונטאג יולי 22, 2007 5:18 pm

שאלעם אלייכען, לאמיר האפן וועסט אונז נישט לאזן הענגן...... שרייב און שרייב, דאס איז דער תכלית פונעם זיך אויפסיינען. אפשר עסטו אונז קאנען מ'פרש' זיין פארשידענע קשיות וואס מיר האבן דא כסדר, אדער א שטיקעלע גמרא פונעם אוצר הספרים.
לאז דיך הערן (כ'מיין זעהן)!!!

זונטאג יולי 22, 2007 7:06 pm

מבני בניו של המן למדו תורה בהיימישע קרעטשמע.
שאמאלייכם פרשנדתא.

מאנטאג יולי 23, 2007 10:21 am

שלום עליכם 'חיים יוסל', גוט ביסט אהער געקימען,

לאמיר עפעס הערן פון דיר,

מאנטאג יולי 23, 2007 10:46 am

שלום עליכם חיים יוסל פרשנדתא, מיט אלע נייע..
שרייב א תגובה

Advertisement