Advertisement

אויפנאמס צימער
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זונטאג יולי 01, 2007 1:37 pm

כ'קען נישט כאפן וועלכע פאל דו זינגסט!
אבער וויאזוי שטייט נאר אין פסוק? בנפול אויבך, ווען דו ווייסט נישט וועלכע 'פאל' ער זינגט, אל תשמח, פריי דיך אז ער זינגט בכלל...

Advertisement

זונטאג יולי 01, 2007 1:42 pm

איך זינג דעם ניגון ווי געזינגען אינעם אריגינעל, אין סאטמאר. איז תוספות מפרש אויפן פלאץ מיט דער באקאנטער מעשה פון דעם חסידישן קאמפאזיטאר ר' בעריש ווישעווער, וועלכער האט זיך נוהג געווען איבערצובעטן די ניגונים זיינע וואס ער האט אפגעשיקט אויף סאטמאר. וד"ל, ודב"ז, ואכמ"ל, ומב"י - והוא רחום יכפר וכו'.

זונטאג יולי 01, 2007 1:42 pm

"אל" א לשון פון בכלל... פיין מאשקע

זונטאג יולי 01, 2007 1:43 pm

ווען איך וואלט געווען דער ניגון, וואלט איך נישט מוחל געווען דעם מחבר ביים איבערבעטן...

מיטוואך יולי 04, 2007 11:36 am

שוין, די זעקסטע הקפה קוקט אויס האט זיך שוין גענדיגט...
*****

יעצט וועלן מיר מקבל פנים זיין א שטאט, פול מיט אידן, ערליכע אידן, יראים ושלמים, וואס זיצן איבערן טאג אויפן פאטעל און רוען זיך אפ די ביינער,

שלום עליכם "מאנטיסעלא"
אינטערעסאנט איז, געווענליך גיי איך צו דיר, די ביסט געווענליך דער וואס גיט אינז דער שלום עליכם, כאטש נישט קיין שיינע געווענליך, אפט מאל גיסטו אינז א שלום עליכם מיט ווינטן, וואסער און מאראסט, אבער דאך גיימער איבערס יאר נאכאמאל צו דיר, יעצט איינמאל איז א אויסנאם, און מיר וועלן דיר געבן א שלום עליכם, די ביסט היינט געקימען צו אינז, און עס איז אינז א גרויסער פרייד.

יהא בואך לברכה.

מיטוואך יולי 04, 2007 11:42 am

שלום עליכם מאנטיסעלא איך האב דיר שוין נישט געזען אפאר יאר (זייט איך גיי אין א צווייטע קאנטרי)

מיטוואך יולי 04, 2007 11:45 am

דער זעקסטע הקפה, האט געמאכט הקפות מיט מאשקע, און מאשקע האט פראבירט צו מאכן מיט אונז.

מיטוואך יולי 04, 2007 11:52 am

וואס איז געבליבען ווער האט געמאכט הקפות ?

פרייטאג יולי 06, 2007 5:48 pm

שלום עליכם צוויי הונדערט, אזוי האבעך ליעב, געזאגט און געטוהן. ביידאוועי איז עס גאנץ אינטערעסאנט, קוים הייט אריין געקומען, און שוין איז ער צוויי הונדערט.

(אביסל ענליך ווי יאנקל מילער, וואס זאגט אז ער האט געוואוינט צוועלף יאר אין מאנטריאל, און בשום אופן נישט געקענט בר מצוה האבן, איין יאר ער איז געקומען אהער צו די גאלדענע אמעריקע, האט ער באלד בר מצוה געהאט.)

זונטאג יולי 08, 2007 7:11 pm

אז איך גיי יעצט עפענען א ניק "צוויי הונדערט און איינס", גיי איך זיין זיס?

מאנטאג יולי 09, 2007 11:45 am

ניין.

מאנטאג יולי 09, 2007 11:47 am

שלום עליכם חסיד.

מאנטאג יולי 09, 2007 1:24 pm

עליכם שלום (אה, כ'האב געמיינט דו רעדסט צו מיר, כ'בין אויך א חסיד..)

מאנטאג יולי 09, 2007 2:24 pm

זעקסטע_הקפה איז דא - אויף צו-להאכעס אלע וואס וואס האבן מיט אים פרובירט גומר זיין, נאך איידער ער האט באוויזן צו באטרעטן די שוועל. זעקסטע_הקפה - הערט איר, באנדיטן? - וועט זיך אי"ה באקוועם פלאצירן נעבן אויוון, און וועט דארט פראווען די געוואלדיגע הקפות מיט גרויס עניוות. איי, דר'עולם זוכט אים ארויס; וויל ניטאמאל קוקן אויף זיין זייט? נו, דערפאר - עניוות קרי להו!

און פשוט נישט צו ווערן צעקלאפט ובבחינת "ויגבה לבו בדרכי השם," וועל איך זיך פריש מקבל-פנים זיין מיט גרויס הערצה, וכדבעינן למימר לקמן:

אח-הההההה-הההה! זעקסטע_הקפה - שלום עליכם, אייך, זעקסטע_הקפה. אזא גאסט! אזא זכי'!! נו, עולם. וואס שטייט איר ווי די קלעצער? ברענגט אריין לעקעך-און-ברוינפן; און פירות, פירות ברענגט אויך - אין א זילבערנעם שיסל; וועט דער גרויסער גאסט טועם זיין, מאכן און ברכה, און מיר'ן האבן די זכי' אים מהנה צו זיין! נו? רעב פייוויש: א ניגון?...

מאנטאג יולי 09, 2007 2:53 pm

לחיים טובים ולשלום.
דידן נצח!

מאנטאג יולי 09, 2007 3:06 pm

אההההההההההההההההההההההההה ששששללללווווווומממעעעעעעעעעעללליייייככככככככככעעעעעעעעעעעםםםםםם
זעקסטע-הקפה דאס ביסטו? האסטו דעך פארעלטערט זינט דו האסט דא אריינגעטראטען ס'לעצטע מאל? מאמעש איך זעה דיך נישט,
וואו דרייסטו דיך? נו ברענגטס אריין לכבוד די גאסט, איידער ער גייט פריש.

מאנטאג יולי 09, 2007 4:08 pm

נא לעבעדיג מהייבט אן שוין צי זינגען די זעקסטע הקפה ניגן אבער שוין

מאנטאג יולי 09, 2007 4:15 pm

נא נא נא, מ'הייבט גארנישט אן צו זינגען, פאוואליע, ווארט א מינוט, שששששששששששששששששא....

מיר זענען שוין הייזעריג געווארן פון זינגען אטא דא דעם ניגון, ס'קריכט אינז שוין פון די נעגל, מיר האבן גארנישט קעגן דיר, אבער דארפסט פארשטיין אינזערע געפילן, מיר זענען מסכים ווידער אמאל אנצופאנגען דעם ניגון, אבער נאר נאך א גוטן ארטיקל, צוגעשטעלט דורך נישט קיין צווייטער ווי דער זעקסטע הקפה אליינס!

נו יאלא, ברענג אינז איינס און אזעלעכס, די הערסט ?
פון קראנטע קוועלער העריך אז די טויגסט, נא.

מאנטאג יולי 09, 2007 8:20 pm

צייטליך האט רעכט.

דינסטאג יולי 10, 2007 2:15 am

אזוי ווי דער חסיד האט יעצט ביינאכט געשריבן זיינע ערשטע צוויי סענט. וויל איך אים באגריסן בלשונו: א גוטן,

פרייטאג יולי 13, 2007 7:50 am

איך וויל דא נעמען די געלעגנהייט און זיך אנטשולדיגן פאר די אלע וואס האבן מיר אזוי העפליך באגריסט. איך בין נישט אריינגעקומען אהער, זינט איך בין געווען זייער פארנומען אין די לעצטע שטיק צייט.

א גרויסן דאנק פאר אייך אלע, און מיר האפן צו שרייבן עטוואס מער אין די קומענדיגע פאר טעג.

פרייטאג יולי 13, 2007 9:44 am

יהי חזרתכם לברכה.

פרייטאג יולי 13, 2007 9:52 am

יהי חזרתכם לחיים.

פרייטאג יולי 13, 2007 9:53 am

ס'קיינמאל נישט צו שפעט, מיר וועלן זיכער הנאה האבן,

פרייטאג יולי 13, 2007 10:52 am

איי אידאס גוטע נייעס, נפתלי דו ווייסט ווילאנג כ'ווארט שוין אויף דיר? דענקסט מיך נאך פון ישיבה? הער אויס קלייב דיר אויס א גוטע טעמע, באשרייב עס, אדער טרעף עפעס א גוטע דעבאטע, דענקסט נאך אין לאנטש-רום ווי אלעמאל האסטעך געטענה'ט מיט עמען נו ווי הייסט ער נאר? אה יא, משה יענק'לן. נו ביסטאך גוט אין די זאכן, האפעף הנאה צו האבן פון דיר ביזן דאך, אויב וועט עס נאר זיין ביזן זייגער העליך קיין טענות ומענות נישט האבן, ס'עיקר לשמוח ולשמח.....
שרייב א תגובה

Advertisement