Advertisement

אויפנאמס צימער
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זונטאג יוני 24, 2007 6:13 pm

ס'איז שוין אבאוט טיים אז דער עולם זאל וויסן, א נאמען וואס סיינט זיך איין, און ס'איז שוין דא אן ענליכן נאמען דערצו, וועט ווערן אויסגעמעקט, אפילו ווען ס'איז געעפענט געווארען דוירעכ'ן זעלבן ניק, כדי אז א צווייטער זאל אים נישט נאכמאכן.

און ממילא איז וויכטיג זיך נישט וויסענדיג מאכן פון אזא איינעם, מיט דאנק פון פראנאויס, כ'האב געשריבן די תגובה אן אנפרעגן ביי די מנהלים איך ווייס אבער אז זיי טוען דאס סיי ווי, ממילא ברענג איך דאס דא ארויף.

Advertisement

מיטוואך יוני 27, 2007 4:27 pm

שלום אליכם ברוינפען קום אריין שעם זיך נישט לאמיר טרינקען אביסל פון דיר

מיטוואך יוני 27, 2007 9:34 pm

אונז ברויכן א וויסקי.

מיטוואך יוני 27, 2007 10:54 pm

אונז ברויכן תגובות.

דאנערשטאג יוני 28, 2007 10:26 am

ברוכים הבאים. א גוט יו"ט. מ'גייט טאנצן די "זעקסטע הקפה". מ'בעט דער עולם זאל אכטונג געבן, ס'איז פיקוח נפש. זיך נישט שטופן.
*
זעקסטע הקפה;
אוי וועט מען דיך דא לערנען טאנצן...

דאנערשטאג יוני 28, 2007 11:40 am

ברוכים הבאים "איי איי, איי איי איי איי" (זעקסטע הקפה בלעז), יישר כח מאשקע פארן מכניס אורח זיין.

דאנערשטאג יוני 28, 2007 11:42 am

קרעמער, ס'קוקט נישט אויס ווי דו קענסט דעם ניגון צו גוט...
קוק אהער, אזוי גייט עס:
איי די די דא די דא דיי, איי די די דא די דיי, איי די די דא די דא דיי, אוי אוי אוי, וכו'.
יעצט לאמיר זעהן, שפיל עס איבער.

דאנערשטאג יוני 28, 2007 11:57 am

יו, דו רעדסט פונעם הויכן פאל... איך רעד פונעם אנהייב.

דאנערשטאג יוני 28, 2007 12:03 pm

נו, אונזער זעקסטע הקפה ניגון וואס איז דא אריינגעקומען, איז דאך פונעם הויכן פאל...

דאנערשטאג יוני 28, 2007 12:21 pm

זאג נאר מאשקע. איך מוז דיך איבעראל נאכלויפן מיט'ן חחחחחח?

דאנערשטאג יוני 28, 2007 12:24 pm

דאף לאפקע. קענסט עס אראפלייגן ביים הויפט אריינגאנג.

דאנערשטאג יוני 28, 2007 12:26 pm

כא שוין נישט קיין כח, מאשקע ביסט אייזן גוט, איך פריי זיך ביסט א אונזעריגער.

דאנערשטאג יוני 28, 2007 12:46 pm

איך האב געמיינט אז נאר רבי'ס מעגן טאנצען אויף די זעקסטע הקפה ניגין

דאנערשטאג יוני 28, 2007 1:18 pm

עס איז פאר אלע שיינע אידן, און ווער עס שרייבט זיך דא איין איז דאך א שיינע איד, מנישט אזוי?

דאנערשטאג יוני 28, 2007 2:00 pm

מ'בעט זייער דעם גאנצען עולם, נישט איבערזינגן די הויכע פאל איבער און איבער, נאר יעדעס מאל אנפאנגען נאכאמאל פונעם ערשטען פאל, אזוי ארום וועט מען אנקימען צום גאנצען ניגון, און ס'וועט נישט זיין קיין שנאת חנם צווישן די צווייי פעלער,

שלום עליכם זעקסטע הקפה,
נו, הייב אן די הקדמה..

דאנערשטאג יוני 28, 2007 3:08 pm

דער עולם דבר'ט און דבר'ט, און דער מדובר איז שטיל, ביידאוועי, דאס אז מאשקע האט אים אזוי ווארעם אויפגענומען אנדערש ווי זיין געווענליכ'ן שטייגער, צינדט אן א לעמפל.

דאנערשטאג יוני 28, 2007 3:08 pm

ניבאדע צינדט עס אן א לעמפל. ווען מאשקע טוט עפעס, ווייסט ער וואס ער טוט.

דאנערשטאג יוני 28, 2007 3:13 pm

מ'בעט אז די נשים זאלן צומאכן די פירהענג. די קינדער זאלן אראפגיין פון די פארענטשעס. מ'וועט נישט אנהייבן די זעקסטע הקפה ווילאנג ס'וועט נישט הערשן דא א טאטאלער סדר.

דאנערשטאג יוני 28, 2007 3:16 pm

אקעי, עננננדדדדלללליךךך, סדר האט פולקאם איבער גענימען דאס פלאץ דא,

די 'זעקסטע הקפה' קען שוין אנפאנגען מיט זיין רקידה,

נו !!! ??!!!

דאנערשטאג יוני 28, 2007 3:28 pm

מאשקע די ביסט פון ועד הצניאות ? (נישט גיט געספעלט)

דאנערשטאג יוני 28, 2007 3:35 pm

דו ווייסט יא אז ס'נישט גוט געספעלט?

דאנערשטאג יוני 28, 2007 3:45 pm

ווי אזוי ספעלט מען עס ?

פרייטאג יוני 29, 2007 9:05 am

שלום עליכם 'שמעלקא'
יהא בואך לברכה ולהרמת קרני הקרעטשמע, לתפארת בית אבותם ואבות אבותם, עד ביאת גואלינו השם צבאות שמו קדוש ישראל ברוך אתה....

שמעלקא, לאמיר הערן פון דיר.

זונטאג יולי 01, 2007 1:33 pm

די ריקודין של מצוה הייבן זיך יעצט אן!

זונטאג יולי 01, 2007 1:35 pm

(מוזיק: פרא-פראם-פראם) איי דא דא דיי דאם, איי ווא ווא וויי וואם, איי וויי ווא ווא ווא ווא ווא ווא - ווא ווא ווא וואם! יאיי די די די די די די, יאיי די די די די דאם! יאיי די די די די די, איי וויי וויי וואם!

עליכם שלום, מענטשן! א ספעציעלן דאנק פאר "מאשקע", פארן מיך אזוי ווארעם אויפנעמען. און אן אנטשולדיגונג אלעמען, פארן אזוי צעגערן מיטן ענטפער; געהאט שטארקע חבלי לידה אויפן וועג אריין. אבער איך בין דא - ברוך השם פאר דעם. ס'איז גוט זיך צו זען. יעצט וועל איך אזוי אביסעלע ארומשפאצירן איבער דער לענג און ברייט פון די קרעטשמע-צימערן, און אזוי מהיכי-תיתי באקענען זיך מיטן עולם און סיסטעם.
שרייב א תגובה

Advertisement