בלאט 117 פון 120
שלום עליכם
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 11:00 am
דורך קברנה סובניון
א נייע וועלט!!!!!!!!!!!!
"אידישע וועלט"
שלום עליכם טייערע חברים.............!!!!!!!!!!
איך האף שיין צו פארברענגען מיט אייך צוזאמען
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 11:03 am
דורך מיסטעריעז
אה! ברוך הבא!! איך זעה דו ברענגסט פיינע וויין פאר די קרעטשמע...
יהא בואכם לברכה
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 11:05 am
דורך והאמת ניתן להיאמר
איך האב למעשה קיינמאל נישט שלום גענומען פונעם עולם דא אין קרעטשמע.
נו.. געט מיר די האנט.. שלום עליכם!!!
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 11:11 am
דורך קברנה סובניון
והאמת נתן להאמר אז די סיבה פארוואס קברנה איז די בעסטע וויין איז מיסטריעז..........................................
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 11:36 am
דורך והאמת ניתן להיאמר
קברנה סובניון האט געשריבן:והאמת נתן להאמר אז די סיבה פארוואס קברנה איז די בעסטע וויין איז מיסטריעז..........................................
ברויך מען נאר האבן א נייעם ניק מיטן נאמען "בעסטער וויין"
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 1:23 pm
דורך קיקיון
שלו' עליכם ידידינו SPUSMN נאן אן עת לחשות פון מער ווי א חודש
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 1:34 pm
דורך לכתחילה אריבער
קיקיון האט געשריבן:שלו' עליכם ידידינו SPUSMN נאן אן עת לחשות פון מער ווי א חודש
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 1:51 pm
דורך סאדאם חוסעין
מומחה עצום האט געשריבן:מיסטעריעז האט געשריבן:שלום עליכם
סאדאם חוסעין!
איך טריי אויסצופיגערן ווער איר זענט, איר זענט אפשר א ברודער מיט באראק חוסעין?
איך האלט אז נעמען פון רשעים זאלן נישט זיין ערלויבט דא, כ'מיין מארגן וועט קומען א היטלער וכו'
איך האב אזוי געהייסן נאך פאר מיין פארגייערין סאדאם חוסעין ער האט זיך א נאמען געגעבען נאך מיר וואס בין איך שילדיג אז ער האט זיך א נאמען געגעבן נאך א צדיק [אני הגדול] אין ער איז געווארן א רשע צום סוף
ועוד איך האב געטוען אזוי ווי מיין זיידע ר' ישמעאל פונעם תנא דבי ר' ישמאעל האט געטון וואס ער האט זיך א נאמען געגעהבן נאך סאדאם'ס זיידע ר' ישמאעל.
קענסט די מעשה מיט ראובן וואס איז געקומען צו דין תורה שמעון האט מיר געבארגט א זייגער און עס צוריק געגעהבן צובראכן פרעגט בית דין שמעון וואס ענטפערסטו
האט ער געהנטפערט שלש תשובות בדבר
איינס איך האב עס קיינמאל נישט געבארגט
צוויי ער האט מיר עס שוין געבארגט צובראכענערהייט
דריי איך האב אים עס צוריק געגעהבן איז עס נאך געווען גאנץ
והנמשל מוכן מאליו
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 1:54 pm
דורך מיסטעריעז
איך האף אז איר ווייסט אז תוס' (אין יומא דאכצעך) רעדט ארום איבער ר' ישמעאל, וויאזוי ער האט געמעגט האבן אזא נאמען, רשעים לא מסקינן בשמייהו, תוס' ענטפערט ווייל ישמעאל האט תשובה געטון.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 2:44 pm
דורך קברנה סובניון
אלץ גרינער אויב קען מיר איינער זאגן וועלעכע זייגער מ'דארף אנשטעלן פאר דא אין ניו יארק
ביי מיר ווייזט עס א שעה פריער
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 2:47 pm
דורך מיסטעריעז
שעון מזרחי רגיל UTC -5
און שטעל עס אן אויף די זומער זייגער (ווינטער דארף מען עס אליינס טוישן)
דא:
ucp.php?i=165
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 2:50 pm
דורך קברנה סובניון
שכויעך 'מיסטעריעז'
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 2:55 pm
דורך SPUSMN
לכתחילה אריבער האט געשריבן:קיקיון האט געשריבן:שלו' עליכם ידידינו SPUSMN נאן אן עת לחשות פון מער ווי א חודש
עליכם שלום;
א דאנק פאר באמערקען.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 3:32 pm
דורך קברנה סובניון
כ'האב שוין געכאפט אז ווען די באלי מיט די ליינס וואס ליגט לעבן יעדן אשכול ווען ס'רויט פירושו אז איינער גיפינט זיך דערין
אבער וואס מיינט ווען די שורות פָארן, עס ריקט זיך???
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 3:39 pm
דורך סאדאם חוסעין
קברנה סובניון האט געשריבן:כ'האב שוין געכאפט אז ווען די באלי מיט די ליינס וואס ליגט לעבן יעדן אשכול ווען ס'רויט פירושו אז איינער גיפינט זיך דערין
אבער וואס מיינט ווען די שורות פָארן, עס ריקט זיך???
ווען עס איז רויט מיינט א נייע הודאה וואס איז נאכנישט געליינט געווארן דורך דיר
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 3:41 pm
דורך קברנה סובניון
אבער וואס מיינט ווען די שורות פָארן, עס ריקט זיך???[/quote]
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 3:42 pm
דורך מיסטעריעז
אז ס'לעבעדיג
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 3:43 pm
דורך קברנה סובניון
ועוד קשה.............
מה בין 'שנעלע תגובה' לסתם 'תגובה'???
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 3:45 pm
דורך סאדאם חוסעין
[פשוטו כמשמעו שנעלע תגובה מיינט געב א שרייב געהעריגע תגובה מיינט מיט נאך פיוטשערס צוצולייגן ווי צום ביישפיל url bold וכדו'
וואס איך וויל נאך וויסן וואס מיינט די קוקיס
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 3:47 pm
דורך קברנה סובניון
סתם קוקיס עסט מען אבער די קוקיס פון דא ווייס איך אויך נישט
און וואס מיינט א שטערנדל אינעם באלי??
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 3:49 pm
דורך קברנה סובניון
אבער שכויעך מיסטער כוסעין פאר הסברת ענין התגובות
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 3:50 pm
דורך סאדאם חוסעין
קברנה סובניון האט געשריבן:סתם קוקיס עסט מען אבער די קוקיס פון דא ווייס איך אויך נישט
און וואס מיינט א שטערנדל אינעם באלי??
איך כאפ נישט וואס די מיינסט וואסערע באלי
און וואס מיינט דא אין די רעכטע זייט הכער די תגובה א קליינע זאך נעבן די נאמען פונם מגיב ווען איז עס רויט און ווען נישט?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 3:53 pm
דורך קברנה סובניון
די רונדיגע סערקל לעבן יעדע אשכול אויף די ליסט פון אלע אשכולות
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 3:54 pm
דורך מיסטעריעז
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 4:03 pm
דורך קברנה סובניון
ייש"כ מיסטעריעז