בלאט 114 פון 120

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 26, 2014 1:09 pm
דורך סביב העולם
שלום וברכה רב שלח
מעיק יור סעלף וועלקאם

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 26, 2014 3:06 pm
דורך AHA
[quote="סביב העולם"]שלום וברכה רב שלח
מעיק יור סעלף וועלקאם[/quote]

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 28, 2014 12:56 pm
דורך שלך לחמך
יישר כח

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 21, 2015 12:14 am
דורך נגיד
שלום עליכם!

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 21, 2015 12:22 am
דורך עין טובה
עליכם שלום!
מאכט אייך היימיש, קוקט אביסל ארום, און ווען דו האסט עפעס צו צולייגן, לייג.
מיר ווארטן צו הערן פון אייך.

אז דו ברויכסט הילף מיטן זיך אומגיין אויפן וועלטל, שפיר פריי מיר צו שיקן אן אישי סיי ווען.

יהא בואך לברכה, מיר האפן אז איר וועט הנאה האבן מיטן זיין דא, און אוודאי האפן מיר אז איר וועט מהנה זיין דעם ציבור.

כל טוב, עין טובה.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 21, 2015 12:24 am
דורך נגיד
דאס הייסט א ריכטיגע ''עין טובה'' ישר כח.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 21, 2015 12:25 am
דורך עין טובה
נגיד האט געשריבן:דאס הייסט א ריכטיגע ''עין טובה'' ישר כח.


;l;p-
יעצט איז נאר ערווארטעט צו זעהן וואס אונזער נגיד וועט צוגעבן....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 22, 2015 10:04 pm
דורך נאר זיין פרייליך
א גוטען וואס איז נייעס וואס טוט זיך

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 22, 2015 10:12 pm
דורך קנאפער ידען
נאר זיין פרייליך האט געשריבן:א גוטען וואס איז נייעס וואס טוט זיך

שלום עליכם, וועלקאם.
מאך דיר באקוועם דא און מאך אביסל פריילעך...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 22, 2015 10:15 pm
דורך ענדע צדיק!
אה, אזא גאסט! וועלקאם! זייער פריילעך אייך צו זעהן דא. ווי איז געווען די וועג?

טייערע אידן שלום עליכם.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 25, 2015 5:59 am
דורך שווייצע זייגער
איך לייען גאר אסאך די הערליכע מייסטערווערק וואס די טאלאנטפולע שרייבער פון וועלטל שרייבן דא און איך האב אסאך מאל געוואלט אריינרעדן אינעם שמועס פילנדיג אז איך האב וואס צוצולייגן און איך האב קיינמאל נישט גענומען די צייט פארדעם,
והנה אט שטיי איך ביים ערשטן תגובה, מיין אנהויב פון מיין קאריערע, וועלכעס איז מיר א היסטארישע מאמענט און איך האף אז מיינע נייע ברודער'ס און קרובים וועלן עפענען די ארעמעס מיט א שמייכלענדיגער געזיכט און מיט א ליבליכער קוועטש אין די האנט פלאך שענקען דעם עליכם השלום...
איך בעט השם יתברך אז איך זאל נושא חן ביי די לייבן וואס געפונען זיך דא שוין לאנגע יארן און זאכן זאלן פארן ווי די "שווייצער זייגער" בהרחבת הדעת און בע'טעמ'ט.
ויהי לרצון אמרי פי.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 25, 2015 6:06 am
דורך עין טובה
עליכם שלום שווייצער!
א שאד אויף די צייט וואס איז פארגאנגען אן דעם וואס מיר האבן דיר געהאט דא אויפן וועלטל, איך האף אז אלע וועלן נהנה זיין און געניסן פון זיצן בצוותא חדא דא אויפן וועלטל.

ס'קוקט אויס אז שרייבן ליגט דיר אין די בלוט....

אז מ'רעדט שוין מיט איינעם פון די שווייץ, וואס איז די וועטער דארט?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 25, 2015 9:08 am
דורך גלגלשלג
עליכם השלום שווייצער מאך דיר באקוועם און הייב אן גיסען תגובות - אשכולות

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 25, 2015 7:59 pm
דורך גערעכטער
שלום עליכם הניק הישיש @צום פינטל! ברוך מחיה המתים! וועלקאם בעק..

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 27, 2015 5:35 pm
דורך שווייצע זייגער
אדאנק פארן מיך אזוי שיין אויפנעמען, גלגל און עין.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 27, 2015 7:39 pm
דורך פישי
שלום עליכם טייערע חבירים, ס'איז מיר א כבוד אריינצוקומען דא פארברענגען

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 27, 2015 7:46 pm
דורך קנאפער ידען
פישי האט געשריבן:שלום עליכם טייערע חבירים, ס'איז מיר א כבוד אריינצוקומען דא פארברענגען

סאמטינג פישי... נע דזשאסט קידינג.
ר' פישל נעמט א בענקל [העי, די בענקלעך זענען שוין פול, איז גיי אויף די פארענטשעס...] מאכט אייך באקוועם, און מיר האפן אז איר מיט אונז וועלן אלע הנאה האבן פון אייער רייזע דא.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 09, 2015 12:35 pm
דורך מיין צווייטע ניק
שלום עליכם

כ'האף אז דערוילעם וועט מיר יעצט יא אקצעפטירן

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 09, 2015 12:40 pm
דורך קנאפער ידען
מיין צווייטע ניק האט געשריבן:שלום עליכם

כ'האף אז דערוילעם וועט מיר יעצט יא אקצעפטירן

שלום עליכם. עקסעפטענס האט מיט דיר און נישט מיט דער עולם! אויב מען האט דער נישט אקצעפטירט פאר א סיבה טו יענץ נישט נאכאמאל, דאן וועסטו זיין זייער עקסעפטעד.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 09, 2015 1:15 pm
דורך עין טובה
איך העל מוסיף זיין;
אז דו האסט דיך בטעות פאררעדט און פארדעם האסטו זיך געשפירט אויסגעשלאסן, קענען מיר דיר אקצעפטירן מיט דיין ערשטע ניק אויך... געב נאר אהער דיין אנדערע ניק....


איך בין יא אקצעפטירט?

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 09, 2015 1:18 pm
דורך בנימין הלוי
עין טובה האט געשריבן:איך בין יא אקצעפטירט?

אקצעפטירט איז נישט אקצעפטירט, ביטע טרעפן א פרישע ניק

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 09, 2015 1:34 pm
דורך עין טובה
;l;p- נאדיר א גרינע...

שלו' עליכם - עליכם השלום

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 4:07 pm
דורך בעילוםשם
הא-הא-האלאו (מיט הייזעריגע שטימע)

איי-איי-איינער איז דאאאאאאאאא??

כ'מיין צו זאגן, איך בין דאאא? איך בין אקצעפטירט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 4:41 pm
דורך לכאורה
שלום עליכם בלעם

אופס, בעילוםשם

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 4:43 pm
דורך עין טובה
וודאי זענט איר אקצעפטירט!!
קומט אריין, מאכט אייך היימיש, אין הייבט אן מהנה זיין דעם ציבור! מיר ווארטן אויף אייך מיט שפאנונג!
אויב איר ברויכט הילף, שעמט אייך נישט. בעהט.