Advertisement

אויפנאמס צימער
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זונטאג פבואר 19, 2012 5:06 pm

כרכשתא האט געשריבן:שלו' עליכם!!

כרכשתא זאג עפעס גוטס.

Advertisement

זונטאג פבואר 19, 2012 5:10 pm

ביי מתן תורה שטייט "יומא קמא לא אמר להו ולא מידי".

מאנטאג פבואר 20, 2012 5:37 am

שלום עליכם
כרכשתא
מאכט זיך היימיש
די קישקע זאל געלונגען
ווער קען דען שאצען א אידישע קישקע

מאנטאג פבואר 20, 2012 10:34 am

שלום עליכם ק(כ)רקשתא, דא דארף מען דערציילען די באוואוסטע מעשה מיט סאטמערע רב ז"ל מיט די קרקשתא...

מאנטאג פבואר 20, 2012 10:35 am

מכטי1 האט געשריבן:שלום עליכם ק(כ)רקשתא, דא דארף מען דערציילען די באוואוסטע מעשה מיט סאטמערע רב ז"ל מיט די קרקשתא...

נא דערצייל

מאנטאג פבואר 20, 2012 10:37 am

מכטי1 האט געשריבן:שלום עליכם ק(כ)רקשתא, דא דארף מען דערציילען די באוואוסטע מעשה מיט סאטמערע רב ז"ל מיט די קרקשתא...

עליכם השלום!
מיינסט אוודאי די מעשה מיטן מהר"ם מלובלין (ר' מאיר שפירא).

[אגב מיין ניק ספעלט מען מיט א כ' און נישט מיט א ק'].

מאנטאג פבואר 20, 2012 11:45 pm

אבער די מעשה האסטו נאך אלץ נישט פארציילט

דינסטאג פבואר 21, 2012 3:29 am

א איד איז אמאל געקומען צי א גדול (איך האב עס געהערט אויף סאטמערע רב) און געזאגט אז ס'טוט איהם וויי די הענט און ער הייסט דוד, וויל ער געבען צדקה 14 דאללער כמנין יד ודוד, זאגט איהם די רב "א שאד די הייסט נישט קרקשתא און ס'טוט דיר וויי די פרמשתא!

דינסטאג פבואר 21, 2012 8:00 am

איך האב געהערט א גירסא אז דער סאטמאר רב זי~ע האט אמאהל צו איינעם וואס האט געציילט 18 דאלער לסימנא טבא ח~י
האט ער איהם געזאגט מעהר סגולה איז צו געבען 446 כמנין מות!!!

דינסטאג פבואר 21, 2012 9:36 am

מכטי1 האט געשריבן:א איד איז אמאל געקומען צי א גדול (איך האב עס געהערט אויף סאטמערע רב) און געזאגט אז ס'טוט איהם וויי די הענט און ער הייסט דוד, וויל ער געבען צדקה 14 דאללער כמנין יד ודוד, זאגט איהם די רב "א שאד די הייסט נישט קרקשתא און ס'טוט דיר וויי די פרמשתא!

אויף דעם האב איך שוין געשריבן פריער אז דאס איז געווען ביי ר' מאיר שפירא ראש ישיבת חכמי לובלין.

דינסטאג פבואר 21, 2012 5:37 pm

מכטי1 האט געשריבן:א איד איז אמאל געקומען צי א גדול (איך האב עס געהערט אויף סאטמערע רב) און געזאגט אז ס'טוט איהם וויי די הענט און ער הייסט דוד, וויל ער געבען צדקה 14 דאללער כמנין יד ודוד, זאגט איהם די רב "א שאד די הייסט נישט קרקשתא און ס'טוט דיר וויי די פרמשתא!


אפשר מיינט מען די מעשה אז איינער איז געקומען צום סאטמאר רבי'ן און געזאגט ער וויל מנדב זיין 47 דאלאר כמנין "יואל", דעם רבי'נס נאמען... האט אים דער רבי געענטפערט, צי ווייסט איר אז אינדערהיים פלעגט מען מיך רופן "יואליש"?...

דינסטאג פבואר 21, 2012 7:43 pm

איך האב געהערט די גרסא אזוי.
א איד איז געקומען צו זיין רבין און האט געוואלט אויס פועל'ן א ישועה. זאגט אוהם דער רבי אז ער זאל אראף לייגען א פדיון פון 208 טאלער.
פרעגט אוהם דער חסיד וואס איז פשט מיט דער מספר. זאגט אוהם דער רבי אז די וואך גייט פרשת 'וארא' און 'וארא' באטרעפט 208.
זאגט אוהם דער חסיד, איך קום צוריק נעקסטע וואך.

דינסטאג פבואר 21, 2012 7:47 pm

וואו טראגט מען די לעצטע פאר תגובות פון דא?
אהער באלאנגט עס זיכער נישט.

דינסטאג פבואר 21, 2012 8:24 pm

האסט כח עס צו שלעפען ?

דינסטאג פבואר 21, 2012 8:28 pm

ניק ניק האט געשריבן:
כרכשתא האט געשריבן:שלו' עליכם!!

כרכשתא זאג עפעס גוטס.

הוי זאגט ער גיט... און ווי האט ער נאר צוגעצייכענט דארט, "אין לך אלא האוועטער שבימיך".. כרכשתא בדורו כ..... בדורו!..

מיטוואך פבואר 22, 2012 5:47 am

א שיינע קישקע
אהנגעפילט מיט מעהל און קנאבעל און שמאלץ
מממממממממממממממממממ

מיטוואך פבואר 22, 2012 9:42 am

ברררר, אזוי קאלט געווען אינדרויסען,
(נעוודאי נעט מען מיר מכבד זיין מיט א שמאלען הויכען גלעזעל עפעס אנווארימען די ביינער [און אזא היסטארישער קאלטער ווינטער..] אה דארט איז דא בענקעל, עפעס א שלום עליכם בענקל {געטראפען און זיך אקטיווע}, על איך מיר אוועק זעצען,)
יואאאאוי (ציעט זיך אויס אלע ביינער.)
אה איינער קימט דארט, (א שמייכעל אויפען פנים, הייבט אויף הויעך די האנט.. לאזט עס אראפ מיט א קנאק..), עלייכעם השלום, וואס הערט זיך עפעס,
(וויי געוואלד די האנט איז מיר געבליבען שטעקען און די לופט, ער איז בכלל נישט געקימען צו מיר)
אנטשולדיגט... אנטשולדיגט.. (יא) זאגט נאר דא איז דער שלום עליכם אשכול?....

מיטוואך פבואר 22, 2012 11:01 am

דלאניע רב זז"ג
האסט פארגעסען דיין פעלצעל?
שלום עליכם
מאכט אייך היימיש
ענדזשוי די אטמאספערע

מיטוואך פבואר 22, 2012 5:03 pm

שלום עליכם הרב טייטלבוים, וואו כאפט דאס דאלאניע?

מיטוואך פבואר 22, 2012 10:39 pm

שלום עליכם אידן, איך פיל זיך ווי א נייע אינגעל אין קלאס.

מיטוואך פבואר 22, 2012 11:17 pm

עליכם השלום
ווי ביסטו געווען די לעצטע איין אין א האלב יאר?

מיטוואך פבואר 22, 2012 11:24 pm

טוויט_ראביי האט געשריבן:שלום עליכם אידן, איך פיל זיך ווי א נייע אינגעל אין קלאס.

עליכם שלום, איך הער אז דו האסט לאנג געווארט מען זאל דיך אננעמען, איך וויל מיך אנטשולדיגן דערויף, עס איז געווען א גליטש אינעם סיסטעם.

דאנערשטאג פבואר 23, 2012 12:38 am

קרעמער האט געשריבן:
טוויט_ראביי האט געשריבן:שלום עליכם אידן, איך פיל זיך ווי א נייע אינגעל אין קלאס.

עליכם שלום, איך הער אז דו האסט לאנג געווארט מען זאל דיך אננעמען, איך וויל מיך אנטשולדיגן דערויף, עס איז געווען א גליטש אינעם סיסטעם.

מיר האט א צווייטער געזאגט די זעלבע זאך

דאנערשטאג פבואר 23, 2012 12:42 am

טוויט_ראביי האט געשריבן:שלום עליכם אידן, איך פיל זיך ווי א נייע אינגעל אין קלאס.


עליכם שלו' טוויט ראביי

נישט געזארגט מארגען וועסטו זיך שוין שפירען דא כזקן ורגיל, מ'וועט דיר מאכען היימיש וועסט זיך שפירען ווי ביידיר אין דערהיים.

דאנערשטאג פבואר 23, 2012 12:50 am

jkup50 האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:
טוויט_ראביי האט געשריבן:שלום עליכם אידן, איך פיל זיך ווי א נייע אינגעל אין קלאס.

עליכם שלום, איך הער אז דו האסט לאנג געווארט מען זאל דיך אננעמען, איך וויל מיך אנטשולדיגן דערויף, עס איז געווען א גליטש אינעם סיסטעם.

מיר האט א צווייטער געזאגט די זעלבע זאך

ווען איך האב מיר איינגעשריבען האב איך קודם פראבירט א צווייטען ניק אבער כ'האב גארנישט צוריק געהערט פאר א וואך צייט, פראבירט צו שיקען אן אימעל פאר די מנהלים גארנישט לא דובים ולא יער, האב איך געטראכט אויף די אופן קען מען ווארטען און ווארטען שנעל איבער געדרייט מיין אימעיל מיט אצווייטע נאמען אזוי ווי איר זעהט ביי מיין אינטערשריפט א נייעם ניק און הודא, ס'האט ניטאמאל גענומען איך גלייב פינף מינוט און שוין גוועהן מיט מיין ערשטע תגובה.

דרך אגב איך האב אויך נישט געטראפען מיין ערשטע אויספראבירטע ניק אינעם אשכול פון נישט אנגענומענע ניקס.
שרייב א תגובה

Advertisement